בלאט 1 פון 1

טויבעלע ווארצעל סגולה ארבעט נאר פאר אידען

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:13 am
דורך ידען
די NY post מאכט לעצטענס א לעבן אויף אונז און זיי האבען געטראפען אזוי פיל אינטערעסאנטע זאכן און איך מיין אז זיי האבען אויף גענומען א ארבעטער וואס זאל איבער טייטשען די היימישע צייטונגען.

נאך אביסעל וועלען זיי נעמען די דבר יום ביומו מיט די אנדערע צעטלעך און שרייבען די מיליאן סגולות וואס מע זעהט דארט יעדע טאג.

יעצט שרייבען זיי וועגען די סגולה פאר ווארצלעך וואס מע נעמט בליט פון א טויב וואס מע הארגעט און מע לייגט עס און ביז 3 וואכען זעהט מען עס נישט מער.

איינער זאגט דארט פאר די post אז סע ארבעט נאר פאר אידען און נישט פאר די גוים..

גראדע הער איך אז די גוים האבען אויך עפעס א סגולה פון די דאקטוירים און מע דארף נישט הארגענען א טויבעלע פאר עס.


www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/pe ... lMykw6tRIM

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:26 am
דורך דעת תורה
מען דארף איבערגעבן פארן פאוסט אז עס גייט ביידע וועגן; נעמליך, אז דער פחד וואס די גוים האבן פארן נומער ״13״ שאדט נישט פאר די אידן...

איי מין, זיי ווילן אנפאנגן א פארמעסט ווער עס האט מער פאני איינרעדענישן?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 1:33 pm
דורך היימישער ליטוואק
שוין די העכסטע צייט אז די FDA זאל ארעסטן די אלע כישוף-מאכער, עין-הרע-אפשפרעכער, קמיע-שרייבער, בליי-גיסער, חי-ראטל-טרינקער, טייבל-זעצער, כתובה-לייענער און, יא, אויך די אלטערנטיוו-מעדיצן-שטופער.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:36 pm
דורך קלוג און יונג
דעת תורה האט געשריבן:מען דארף איבערגעבן פארן פאוסט אז עס גייט ביידע וועגן; נעמליך, אז דער פחד וואס די גוים האבן פארן נומער ״13״ שאדט נישט פאר די אידן...

איי מין, זיי ווילן אנפאנגן א פארמעסט ווער עס האט מער פאני איינרעדענישן?

ווי האט יענער געזאגט:
יעדער האט שגעונות, דער וואס האט אסאך רופט די וועלט א משוגע'נער.
אלע האבען סגולות. מיר זענען אן עם 'סגולה'...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:46 pm
דורך ידען
קלוג און יונג איז דא


לאטס איהם נישט ארויס

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:49 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:הרב אברהם קורמאן אין האדם וטבעו ן.

כאב שוין אמאל געפרעגט אויב מע קען זעהן די ספר אויף די אינטערנעט אדער ווי מע קען עס קויפען ווייל כאב געהערט אז סע א שיינע אינטערעסאנטע ספר