בלאט 1 פון 2

ביקשו רחמים האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:12 pm
דורך מבני משה
[center]השתדלו והרבו תחינה

אויף האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א

הרה"ק מרן רבי יחיאל מיכל בן חוה לאויוש"ט

וואס גייט אריבער יעצט אין דיע מינוטן א שווערע אפעראציע,

והן א-ל כביר לא ימאס תפילת רבים

וישלח לו רפואה שלימה מהרה בתושח"י[/center]

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:28 pm
דורך קאווע טרינקער
נתניה?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:35 pm
דורך מבני משה
יא יא

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:36 pm
דורך מבני משה
הנקרא בפי כל ר' מעכעלי פון נתניה

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:56 pm
דורך קאווע טרינקער
איך זוך שוין די "בני משה" 2000 יאר, אז דו ביסט שוין דא, פארצייל עפעס...
הייב אן טאקע מיט דיין רבי'ן שליט"א
טייל מיט אונז מה שעיניך ראו ולא זר.
און די מצב פונעם רבי'ן לעת עתה.
מאכט אייך באקוועם.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:16 pm
דורך מבני משה
עס איז פארהאן צייטן וואס איז ליידער נישט צו פארציילן, און צו טיילן, עבדות און מעשיות, די שברי לוחות, איז נעבעך אין אזא מצב עס לאזט זיך גאר נישט באשרייבן און ארויס ברענגען די שווערעקייט פון דאס פאל,
אבער ווי דער הייליגער רבי זאל דערלעבן משיח'ן האט אינז אלעמאל געלערנט אז מען דערף האפן צו בורא כל עולמים און אלעס וועט זיין גוט,
דער רבי האט אן אויס דריק וואס מען פלעגט זאגן אין זידיטשוב, "א רפואה פון הימל", זאל טאקע אזוי זיין במהרה.

פארשטייט זיך אז איך האב נישט געזעין דעם רבי'ן אין די מצב, ווייל מלך ביפיו תחזנה עיניכם און נישט פארקערט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:18 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין, מיר וועלען ווארטן ביז הכל על מקומו יבא בשלום

דער רבי האט אן אויס דריק וואס מען פלעגט זאגן אין זידיטשוב, "א רפואה פון הימל", זאל טאקע אזוי זיין במהרה.

רפואה שלמה מן השמים, איז אן אויסדריק פון סידור.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:22 pm
דורך מבני משה
סידור איז נישט אן אויס דריק, סידור איז א תפילה,
אויב איר ווייסט נישט וואס אן אויסדריק איז וועל איך אייך פארציילן:
אן אויס דריק מיינט אואארט אדער מער וואס מענטשן ניצן, די גאנצע וועלט ווינשט א רפואה שלימה אבער אין זידיטשוב פלעגט מען ווינטשן א רפואה פון הימל.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ פארן אויסקלארן.

א פראגע צו מבני משה

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
האסט אפשר לעצטנס זיך געטראפן מיט ר' מאיר ש"ץ, דער בעל אקדמות. ווען דו וועסט זיך אי"ה צוריקקערן צו די אנדערע זייט סמבטיון זאלסטו איהם איבערגעבן א גרוס וויאזוי זיינע ברידערס לעבן אין גלות. מ'פארט מיט די שיינע נייע לעליעסטע קארס און אונז פארגעס מיר אז אונז זעמיר אין גלות.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:52 pm
דורך מבני משה
זאלט איר וויסן אז מען קען נישט דן זיין דעם דור פון אייער זייט סמבטיון, ווייל מיר האבן נישט די אלע שווערעקייטן דא אויף די זייט סמבטיון, איך בין זיכער אז ווען גאנץ כלל ישראל וואלט געלעבט אויף א פלאץ ווי אונזער זייט סמבטיון, וואלט'ן זיי אנדערש אויס געזען.

"דער גרעסטער דוגמא און אונטערשיידט איז דאס דורך וואס מיר שרייבן זיך"

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:58 pm
דורך מורינו הרב
איך מיין אז ר' מיכל'ע לעבט נאך אויף די אנדערע זייט סמבטיון.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:11 pm
דורך מבני משה
די חכמה פון א צדיק אמת איז נישט צו לעבן אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין ניסיונות, נאר פארקערט עבודת השם איז צו לעבן אויף אייער זייט סמבטיון, און זיך מתגבר זיין אויף אלע מכשולות.
און דאס איז דער רבי שליט"א

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:19 pm
דורך [NAMELESS]
וואס מאכט הרה"צ רבי חיים שמעלצער זאל זיין געזונט?
מזקני שארית הפליטה, שיאריך ימים על ממלכתו, איז ער געזונט?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:20 pm
דורך מורינו הרב
מבני משה האט געשריבן:די חכמה פון א צדיק אמת איז נישט צו לעבן אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין ניסיונות, נאר פארקערט עבודת השם איז צו לעבן אויף אייער זייט סמבטיון, און זיך מתגבר זיין אויף אלע מכשולות.
און דאס איז דער רבי שליט"א


דער רבי שליט"א פארשטייט צו א גוט שטיקל אינטערנעט? - ער פארשטייט צו א ראיה אסורה?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:42 pm
דורך elter-zeide
דער רבי שליט"א פארשטייט צו א גוט שטיקל אינטערנעט? - ער פארשטייט צו א ראיה אסורה? י[/quote

אוי פארשטייט ער, איך געדענק מיט 25 /30 יאר צריק איז ער געווען שטארק פארנימען וועגען טעלעוויזען, ער איז ארים געפארען איבער דע גאנצע וועלט אין שטארק פארפירט וועגען טעלעוויזין, געדריקט ליפלעטס אין פלאקאדען אין איוסגעטיילט איבעראל ווי אידין וווינען, קען זיין ער האט דאס געזען אויפן פליגער ווען ער איז ארים געפארען, אזוי האט ער געוויסט וואס טעלעוויזען מיינט, אויך ווען ער איז אריין אין פארשידענע שטיבער נאך געלט האט ער דאס געזען, א רפואה שלימה פון הימל, י

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:05 pm
דורך איחוד פעלד
אמאהל האב איך געזעהן א טעיפ וואס מען פארקויפט ביי די שטענדערס פין "ובלכתך בדרך" אין די קעפעל איז געוועהן פין ר' מיכל'ע, און די ענין איז געוועהן "מי שחוטא בחטא הידוע, ענשו שמגולגל בעוף טמא ששמא ראה", און נעבען דעם שטייט אז דער דרשה האט ער געגעבען אין א ליטווישע ישיבה ערגעץ. והמ"י. כבוד אלקים הסתר דבר.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:15 pm
דורך קאווע טרינקער
חברה!!! שקצים ארויס.
איך פיר מיך דא אזא שיינע שמועס מיט א נייע באשעפעניש, וואס אין די ערשטע הודעה זיינע האט ער שוין געוואוסט ווי אזוי צו קאלירען און גרויס מאכן...
מיר שמועסן אזוי געמיטלעך, איבער די בני משה, זידישטוב, נתניה און נאך.
והנה, א באנדע לצים רוקען זיך אן...
גייטס ארויס פון מיין אשכול....!

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:25 pm
דורך מבני משה
קאווע טרינקער א גרויסן יישר כח פארן פאר טרייבן די אום געריפענע פארשוינען

זיי זענען צוגיווינט אז א רבי מיינט א יוד וואס פעלט עם גאר נישט זיצט אויף א גרויס לעדערנע בענקל, האט וואס ער וויל, וואס ער זאגט ווערט געטון, דארף קיינמאל נישט גיין צו פיס, אדער זיך מיטשען ביים פליען איבער די וועלט, און אוב חלילה יא ברענגט זיי דאס גרויס כבוד, ביזנעס קלאס, א בגלייטונג בין פליגער, און אזוי גלייכן,

אזוי אז ווען אונז רעדן פון א רבי'ן וואס לעבט און פירט זיך פונקט ווי די אלע תלמידי בעש"ט הק' אן קיין מותרות נאר מיט מיה אין פלאג, איז זיך מקריב פארן באשעפער א גאנץ לעבן, קוקט זיי דאס אויס ווערטל אין א שפיל ליידער,

א פאקרימטע וועלט איך מיין אז סאטמער רב איז גערעכט געווען אז "נשתכחה תורת הבעל שם טוב הק'" נישט אז די תורה פון בעש"ט איז חלילה פארגעסן נאר די דרך האדמור"ת וואס דער בעש"ט האט אוועק געשטעלט איז ליידער פארקרימט געווארן

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
איז פאראן א אפדעיט אויף דעם רבי'נס מצב?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:31 pm
דורך מבני משה
ב"ה ביים רבי'ן איז דא א שינוי לטובה
ער איז נאך נישט ארויס מכלל סכנה אבער מיט גרויס רחמי שמים האט מען אביסל געראטוועט

מען דארף נאך א גרויס'ע ישועה

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח. ביטע האלט אונז אינפארמירט.

איך האב מיך א שטיק צייט געדרייט לעבן דעם רבי'ן, ער איז דער זיסטער רבי אויפן כדור העולם וואס כ'האב געטראפן..
כ'האב גאר שטארק געגליכן זיינע תפלות, תורות, טישן, און וואס נישט...

זאל ער האבן א רפואה שלימה בקרוב ויתחדש כנשר נעוריו.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:12 pm
דורך שמעקעדיג
מבני משה, מוזט זיך אריינסיינען מיט דעם ניק און געבן אפדעיטס.
איך ווארט צו הערן.