בלאט 1 פון 1

הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו (פאעזיע)

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:11 pm
דורך טשולענט
פארט די באן אויף אירע שינעס דעם לאנגן וועג
מיילן לאנג פארט דאס פאר לאנגע טעג
מיט פולע וואגאנען איינס נאכן צווייטן
אנצוקומען צו א מיסטריעזע פלאץ גאר א ווייטן

וואגאנען פון בהמות, עס טראגט נישט שאף און רינדער
עס טראגט נעבעך לעכטיגע יודישע קינדער
באגלייט מיט זשאנדארן וואס טיילן ביטערע שמוץ
אויפן וועג צום טרויעריג-בארימטן אוישוויץ

אזויפול יודישע נפשות ווי בהמות צוזאמען געדרוקט
אן קיין לופט צום אטעמען מ'ווערט דארט דערשטיקט
צווישן די פילע אידן ציילט זיך א קליינע משפחה
טאטע מאמע און דריי קינדערלעך יושבים בעמק הבכא

נעבעך פארשיקט געווארן צום גיהנם התחתון
די עלטערן פרובירן דעם מצב צו פארלייכטן
דערהאלטן די קינדער ביים לעבן אריינגעבן חיות
דער אייבירשטער קען אין איין מינוט ווייזן ישועות

זיי האבן אזוי מורא געהאט אויפן טאכטער שמא תמות
ליידער האט עס פאסירט, ארויף צום אדון כל הנשמות
שוין נישט איבערגעלעבט דעם אורך הדרך
די בכיות אינאיינעם מיט די גערוכן, זענען עד אין ערך

וויינען וועט מען שפעטער, מ'טאר נישט פארלוירן ווערן
די עלטערן זיך מחזק געווען איינער דעם אנדערן
די איבעריגע צוויי מיר טארן חלילה נישט פארלירן
עס זאל מיט זיי נישט דאס זעלבע חלילה פאסירן

מחזק געווען די קליינע קינדער מיט הייסע טרערן
מיר טארן זיך נישט פארלירן און אויסגעמעקט ווערן
אפי' חרב חדה מונחת על צוארו של אדם
טאר מען זיך נישט מייאש זיין פון גאט'ס חסדים

ענדליך פארשטייטערט די באן איר שנעלן געלויף
פארט שטייטלעך אריין צום גרויסן ליידיגן הויף
מ'ווערט ארויסגעטריבן אונטערן פרייען הימל
עס הערשט דארט א צומישעניש און א טומל

מיט די אויפגעבלאזענע געשוואלענע גופים
פון שטיין אזוי לאנג צוזאמען געדרוקט שעות רצופים
שטעלט מען זיך אויפן רייע, דער שטעקן וועט אויפדעקן
מי יחיה ומי ימות, ווער צום ארבעט, ווער צום פארמעקן

איינער נאכן צווייטן גייט מען אריבער דעם שייד וועג
וואו דער רשע וועט באשטימען ווער לעבן עס מעג
שטייט דארט דער דאקטער מיטן שטעקן אין זיין האנט
די סעלעקציע האלט שוין ביי די הויכע טויזענטער היינט

מענער פרויען, יונג און אלט, ווארטן ביים יעצטיגן פאל
אז דער רשע דער רוצח זאל מאכן זיין אויסוואהל
דער צום ארבעט, ער קען נאך אויף די פיס שטיין
דער צווייטער צו די קאמערן אינאיינעם מיט די רויעך גיין

שטייט די קליינע משפחה'לע אין די רייע אצינדער
טאטע און מאמע, און זייערע צוויי קליינע קינדער
הייסע הארציגע טרערן פון זיי אלע טוט זיך גיסן
אט אט וועט דער רשע זייער גורל באשליסן

עס קומט שוין זייער רייע, מ'רוקט זיך נענטער
די עלטערן שטעלן די קינדער פאראויס צום צענטער
זיי ווילן צוזעהן וואס דער רשע וועט אויף זיי אורטיילן
די זעלבע גורל, אדער וועט ער זיי אויף שטענדיג צוטיילן

שטייען דארט די עלטערן שוואך און איינגעפאלן
און ווארטן צו הערן ווי ער לאזט זיינע ווערטער פאלן
מיט בארבאריזם און רציחה ברעכט ער די שטילקייט
און זאגט ארויס זיינע ווערטער מיט א קלארקייט

די קינדער זענען צו קליין, נישט דא פון זיי קיין נוצן
דן געווען לשריפה, מיט די שלעכטע גאז זיי באשפריצן
געטריבן אויף לינקס על קידוש השם למנוחת עולמים
יעצט האבן זיי משלים געווען דעם קרבן שלמים

עיני עיני יורדה מים על פרי בטני, הבנים והבנות
שעלו באש על קידוש שמך, הקרבתי קרבנות
שטייט דארט די מאמע און פארגיסט טייכן טרערן
אירע לעצטע צוויי קינדערלעך גייען פארברענט ווערן

יזכרם אלוקינו לטובה עם שאר צדיקים
וינקום לעינינו נקמת דם, די רשעים די מזיקים
בעטן זיי דארט וניקיתי דמם לא נקיתי
על צאצאי שבשביל שמך הגדול מתו

רבונו של עולם, אונז זענען דיין נאמען מקדש
נישט איבער געלאזט נאך אונז קיין קדיש
די בכיות קענען דאך רירן אפילו א שטיין
ווער ווייסט צו אונז אליין וועלן מיט זיי מיט גיין

שטייען זיי דארט פארן רשע מיט טרערן געשטיקט
ער האט זיי אנדערש גע'פסק'נט, אויף רעכטס געשיקט
דאס איז געווען דער באפעל פונעם שרביט
צו דינען פארן נאצישן מאשין ביטער שווערע ארבעט

מ'האט טאטע מאמע אויף שטענדיג צוטיילט
די מאמע האט דארט ביז נאכן מלחמה געוויילט
ליידער האט מען מער נישט געהערט פונעם טאטן
נעבעך אומגעברענגט געווארן אין די ביטערע צייטן

תש"ה, שטייט די אלמנה נאך די ביטערע מלחמה
א מיטגעמאכטע צובראכענע יודישע נשמה
פארלוירן אלעס, געבליבן אליין פון איר אייגענע משפחה
אלע גע'הרג'ט על קידוש השם, זכרונם לברכה

אבער נאכן ברענגען פארן אייבערשטן די עולה תמימה
האט זי אריבער געמישט א בלעטל, פרשה זו סתימה
אנשטאט האבן קשיות על מה עשה ה' ככה
האט זי מיט מסירות נפש אויפגעשטעלט א משפחה

זי האט געהייראט א חשוב'ע איד וואס איז אויך אריבער
דעם ביטערן גיהנם, דאס ברויך אן עקסטערן חיבור
זיי האבן פארשטאנען דעם דרכי ה' נסתרים
און צוזאמען אויפגעשטעלט ערליכע דורות ישרים

שטענדיג געלעבט מיט א שטארקייט און חיות
נפטרה בש"ט עלף יאר צוריק צוויי טאג פאר שבועות
איבערלאזנדיג א מסירות נפש'דיגע דור נאך זיך
א דור וואס וועט זיך שטענדיג דערמאנען אין דיך

שטיי איך יעצט אינעם גרויסן יומא דהילולא קדישא
פון די באבע וואס איז אריבער די מלכות הרשעה
אין זכות פון איר שטארקייט בין איך יעצט דא
אן אייניקל וואס וועט איר געדענקען אין א יעדע שעה

טייערע באבע מיר וועלן דיין נאמען פאראייביגן
מיר וועלן עולה זיין צום ציון וואו דו טוהסט ליגן
די הייליגע קבר וואו דו ליגסט דיין אייביגע רוה
איז ביי אונז חשוב און טייער, אדמת קודש היא

טייערע באבע דו ביסט א חלק פון אונזער יודישקייט
דיין געוואלדיגע מסירות נפש שטענדיג באגלייט
זאלן פארקריצט ווערן די חסדים אשר עשית עמדי
הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו

ד' סיון ערב שבועות תשע"ג

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:25 pm
דורך אבי גערעדט
אוי געוואלד, עיני עיני ירדה מים, ליינענדיג האב איך בפועל געפילט ווי איך שטיי און די שורה צוזאמען מיט די אומגליקליכע משפחה, אינמיטן שפיר איך ווי מיין טעלעפאן געט זיך א ווילדן ריק אויף רעכטס, איך האב געטרייט צו ראטעווען די אומשילדיגע קינדערלעך דורך זיי געבן א שטארקן שטופ צו רעכטס, אוי טאטע

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:39 am
דורך א גוט ווארט
אפילו א בלינדער קען זען אז דאס איז געשריבען געווארן פון א איד מיט הארץ אין געפיל.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 2:00 am
דורך אביגדור
יישר!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:18 am
דורך שמעקעדיג
הערליך, הארציג, בארירט די טיפסטע סטרונעס פון הארץ! פון טיפע טרויער צו חיזוק, אינאיינעם מיט פעלזן-פעסטע אמונה פשוטה און האפענונג אויף ווייטער, עפעס נישט נארמאל!
זאל די באבע'ס נשמה מיט איר משפחה האבן א עליה, און זיי זאלן געניסן פונעם לעכטיגן גן עדן נאכן אדורכגיין די שבעה מדורי גיהנם אויף דער וועלט אן קיין קשיות אויף די השגחה, און זעהן בלויז נחת פון אלע אירע אייניקלעך עד סוף כל הדורות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 3:23 pm
דורך טשולענט
אמן....
אזוי ווארעם אנצווואונטשן, המברך יתברך

הרב שמעקעדיג, קום וועסטו וואונטשן ברבים ביים סעודה, נאך דא א פיינע פארציע צונג פלייש

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 5:03 pm
דורך נעמ-טא-דאם
וואס זאל איך דיר זאגן הער טשולענט. כ׳בין שוין לאנג נישט געווארן אזוי איבערגענומען.
מיין שוויגער האט ליידער יא איבערגעלעבט דעם קריג... עיני עיני ירדו מים.

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 8:08 am
דורך אשכולות אויפוועקער
טשולענט האט געשריבן:
ד' סיון ערב שבועות תשע"ג

און דער צייט ווען עס פאלט אויס די יארצייטן פון אינזערע זיידעס און באבעס הי''ד
איז כדאי צו ערוועקן דעם אשכול

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:19 pm
דורך טשולענט
א יישר כוח. בין איך טאקע יעצט אריינגעקומען נאכאמאל אפיר צוברענגען דעם אשכול. אינעם טאג פונעם גרויסן יארצייט.

תהא נשמתה צרורה באור החיים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 8:21 pm
דורך טשולענט
פאסיג פאר תשעה באב.