בלאט 1 פון 1

ציגרעטלאך אנליין

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:05 am
דורך אברמי פון בארא פארק
ווי באקאנט איז דא צענדליגער אדער אפשר גאר הונדערטער סייטס ווי מען קען קויפן ציגרעטלאך אנליין פון אויסלאנד פאר ממש שפאט ביליגע פרייזן.

האב איך געוואלט פרעגן דער עולם טאמער אפשר האט איינער עקספיריענס מיט דעם, און קען מפרסם זיין וועלכער סייט איז פארלעסליך, און אזוי אויך פון וועלכער סייט קומט עס אן די שנעלסטע.

אויך איז גאר וויכטיג צו וויסן פון וועלכער לאנד דער סחורה קומט, אסאך מאל קען קומען ציגרעטלאך פון פיליפין און פון אנדערע אזיאטישער לענדער וואס די סחורה איז ממש נישט אין מויל צו נעמען.

אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:30 pm
דורך משה רוקח
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:32 pm
דורך ברעט מענינג
משה רוקח האט געשריבן:
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....

הלואי

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:10 pm
דורך ונבנתה העיר
איך האב עטליכע מאל געקויפט ביי שאפ4סמאקערס און כ'בין געווען העכסט צופרידן, ביז איין מאל האבן זיי געשיקט נאר איין קארטאן אנשטאט פינף האב איך אויפגעהערט.

אויב געדענק איך גוט האביך געקויפט קעמעל און עס איז געקומען פון מאלדאווע, עס האט געדויערט א שיינע פאר וואכן.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:21 pm
דורך גוגל
מאך זעכער פארדעם אז דו ווערסט נישט איינגעמיירעט מיט פאלשע סחורה

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 5:34 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
משה רוקח האט געשריבן:
אברמי פון בארא פארק האט געשריבן:אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....


ס'איז 100% לעגאל, דער איינציגסטער זאך איז אז אמאל קען די customs עס סטאפן און עס נישט ארויסגעבן ווילאנג מען צאלט נישט טעקס אויף דעם, וואס פאר איין קארטאן איז עס גאר א קליינער סכום.
אבער אפילו דעס געשעט זייער זייער זעלטן.
אויסער דעם איז עס לעגאל.
ס'איז פונקט ווי קויפן יעדער אנדערע זאך אנליין פון אמאזאן וכדו' וואס דארט צאלסטו אויך נישט קיין טעקס נאר אויב סקומט פון דיין סטעיט. און טעכניקלי ביסטו אלעמאל שולדיג טעקס ווען דו קויפסט עפעס אנליין, אבער די סטעיטס אליין זאגן אז קיינער צאלט עס למעשה נישט. סא סאיז 100% לעגאל.
זעה דעם לינק פון די רעגירונג'ס וועבזייטל.
http://www.ttb.gov/tobacco/faq_answers.shtml
און דא איז ער פונקטליך מסביר אלע צדדים.
http://www.go2cheapcigarettes.com/

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 5:38 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
גוגל האט געשריבן:מאך זעכער פארדעם אז דו ווערסט נישט איינגעמיירעט מיט פאלשע סחורה

טאקע פארדעם האב איך אנגעהויבן דעם אשכול.