ליציטאציע! ליציטאציע! מיין ניק צום פארקויפן! ווער וויל עס?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל

ליציטאציע! ליציטאציע! מיין ניק צום פארקויפן! ווער וויל עס?

שליחה דורך זר זהב »

איך בין קוקו לעצטענס, מאנכע קענען מעיד זיין דערויף. עניוועי כ'נויטיג מיר אין געלט, איך האלט פאר'ן שליסן א דיעל מיט א גרויסן סוחר, ער איז געבליבן שטעקן מיט גאר אסאך ביפערס פון גאר א גוטע קוואליטעט, ער איז צובראכן וואס די רבנים האבן געטון, ער האט דאס איינגעקויפט נאך פאר די איסור קעגן ביפערס איז ארויסגעקומען עטליכע וואכן צוריק. ער האט דאס נישט פארגעזען, און ווער האט דען יא? אויך זאגט ער ס'הייבט אן אריינצוקומען צעל פאונס וואס מ'קען אזוי ארומרעדן אנע ביפער. מיט גוים וויל ער נישט דיעלן, הכלל ער פארקויפט מיר עס פאר שפעטעריש ביליג. אבער דאס האב איך אויך נישט. האט מיר איינער מציע געווען אז היות איך שרייב שוין נישט ווי אמאל, ס'נתגלה קלוני אז כ'בין גארנישט ווערט, אבער מיין ניק איז ווערט -טענה'ט יענער- א מאנטיאק.

און יענער לייגט אראפ זיין קעיס: "קוק אהער, דאס ניק זר זהב קען יעדער טראגן, ס'זאגט נישט גארנישט ספעציעל."

און ער גיט א משל פון עטליכע אנדערע ניקים לשבר את האוזן.

"אויב למשל ידל, אחור, קופער, יאנקל (און לייג צו געפילטע פיש, קאווע, ממרום, שמעק, יואב, מואב און מאטי לעיקוואד מאראנצן בדחן און שדכן און ביסקיס און ווער נישט) געבן איבער זייער ניק פאר א צווייטן, וועט עס ביז א 3 תגובות שפעטער פארלירן דאס שוויות, דאס אינדענטיטעט, נישט יעדער שרייבט אזוי ניין? אויב ידען וועט פארקויפן זיין ניק מע מע-'שטיינס געזאגט, ווער קען דען אזוי גוט פרעגן? עטליכע תגובות שפעטער און ס'אויס ידען."

"משולם שטיינפעלד? ער פארקויפט זיין ניק, מיינסט יענער וועט זיך קענען איינהאלטן פון לייקן? איז ווידער אויס שטיינפעלד."

''פרישער'' פארקויפט זיין ניק, און ס'אויס, ס'שימעל. דער לוקח וועט זיכער נישט ספעלן מיט פרישער'ס אגענדע.

און ער געט נאך עטליכע משלים, נישט אזוי ווייט נוגע.

''זר זהב'' קומט אבער מיט א באגאדזש פון 2300 לייקס און איבער 7000 גיוועס, דאס האט נישט מיט א כאראקטער/פערסאנעליטי, דאס איז עפעס וואס פיט ארויף אויף יעדן. דער בעגידזש ווערט נישט פארלוירן." --

און כ'זעה ער איז גערעכט. איז אלזא, איז געבליבן אז מ'גייט טרייען די לאק. אונדז האמיר אריבערגערופן א פרעיזלער, און ער האט אפגעשאצט אונזער ניק, די לייקס די תגובות, די פריינט און די שונאים. ס'ארויס געקומען 323 שווייצע פראנק, (ארום 335 אמעריקאנע דאלער).-- וועט זיך פון די סומע אנהייבן די אקשען וכל המוסיף גורע, איר קענט זיין דער גליקליכער, מיר נעמען פעי פאל, אלע ק"ק חוץ אמעריקען עקספרעסס, אויך נישט פ"ס ביטע. מיין אישי איז אפען פאר ערנסטע אינטערעסירטע.

איים אוטע העיר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


:x :x :x :x :x
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר