נייע היסטארישע בוך "ספר באבוב"
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 9:00 am
"ספר באבוב" דער היסטארישער בוך וואס האט ערשינען ביים גראנדיעזן דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב טוט פאר אייביגען די אנדענק פון די תושבי וקדושי באבוב אין גאליציע הי"ד
דאס שטעטל באבוב אין דער אלטע היים האט פארמאגט א פילבארביגער אידישער באפעלקערונג, וואס האט אריינגענומען אין זיך תלמידי חכמים ולמדנים , חסידים ואנשי מעשה, סוחרים ונגידים, קרעמער און הארטווערקער, אינטערסאנטע און מאדנע עלעמענטן. די פילצאליגע שיכטן האבן ווי איין גרויסע משפחה געלעבט און אמת'ע הארמאניע אין טאג טעגליכן לעבן.
אין "ספר באבוב" ווערט אפגעמאלן ביאגראפישע שטריכן און איינדרוקן איבער דאס לעבן פון רוב פון די אידישע איינוואוינער פון באבוב אין די לעצטע פופציג יאר פון פאר די קריג, באגלייט מיט א רייכע זאמלונג פון גאר זעלטענע בילדער און דאקומענטן וועלכע ווארפן שטראלן אויף זייערער לעכטיגע געשטאטלן.
אין די ראמען פון "ספר באבוב" ווערן דערמאנט הונדערטער נעמען פון באבובער אידן, וואס דער רוב פון זיי, האט זייער אנדענק מיטגעטראגן מיט די געדעכטע שווארצע רויך פון די קרעמאטאריומס, "ספר באבוב" איז ווי א "נשמה לעכטל" אויף זייערע פארהוילענע קברים, און א אייביגען זכרון פאר יעדן איינציגן פון זיי, עדי יזכו לעמוד לגורלם לקץ הימין.