בלאט 1 פון 2

חסידישע געימ'ס

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:52 am
דורך דולה ומשקה
ברוך השם מיר לעבן באכשר דרא, דאס אז עס איז מותר היינט צו-טאג צו שפילן מיט געימ'ס וואס פארמאגן בלויז אידישע בוכשטאבן, יעדע געים איז אוטומאטיש געווארען אידיש, אז עס ליגט גאר א איסור צו שפילן געימס וואס זענען מיט גויעשע (אקא: ענגליש) בוכשטאבן, כגון GUESS WHO, MEMORY, וכדומה.

לעצטנס גייט עס נאך ווייטער, אידיש אליינס איז נישט גענונג גוט, עס דארף גאר ווערן חסידיש,

פאזיל'ס - איז שוין לאנג דא פון ליבאוויטש 770, אין דער בעלזא שוהל

באבוב (48) - א קארטל געים, דערווייל איז דא נאר חלק א' וואס פארמאגט 7 סעטס, פון אלע באבוב'ער בנינים

בעלזא - א MONOPELY, איהר קענט קויפן דער אלטער בעלזער שוהל.

"די וואך" - האלט אויפ פלאן צו מאכען א GUESS WHO געים מיט בילדער פון אדמורי"ם ורבנים,
אבער "די וואך" האט מורא פון א מחאה.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:54 am
דורך ברעט מענינג
ביי די האנדל ערליך געים, קען מען גאר גיין אין גיהינום!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:29 am
דורך יואליש
כ'האב נארוואס געקויפט פאר די קינדער סטראטיגא. וואס רעדט איך? מלפנים סטראטיגא. יעצט איז עס א שפיל אין וואס די שבטים גייען קיין מצרים צו טרעפן יוסף (ביי סטראטיגא איז עס די פאן). די צוויי טייכן, איבער וואס כ'פלעג אלס קינד חלום'ען ווי דער שפיאן באהאלט זיך אונטער די ביימער ווען דאס וואלט געווען אן עכטע מלחמה, איז יעצט צוויי שטעט אין פארם פון פיראמידן: פיתום ורעמסס. יעדע צד ברויך באהאלטן יוסף און אים סטראטעיגיש אפהיטן פון די צד השני וואס לאקערט צואריינדרינגן אין דיין טערעטאריע, אינעם סאמען ערוות הארץ און פארכאפן דיין איינציגסטע יוסף שטיקל און ענדיגן דאס שפיל.

די שמירת היסוד שפיל ווערט ארויסגעגעבן דורך "תורה עדיוקעשאן."

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:59 pm
דורך common sense
עס זעט אויס ווי א גרויסע קאנספיראציע צו אפהאקן סיי וואספארא שייכות מיט די דרויסענדיגע גאס.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:33 am
דורך קינות גירושין
די אלע געימס וואס ברענגען צו ידיעות אין אידישע היסטארי ועוד, זאכען וואס מלערנט נישט ביי אונז אין מוסדות, איז דאך מה טוב ומה נעים, וועלן די קינדער וויסען אביסעל וואס טוט זיך אויף דער וועלט

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:41 am
דורך ממרום שלח אש
די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.

כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:45 am
דורך קינות גירושין
איך האלט דווקא פארקערט די ענגלישע מעשיות למשל סינדערעלע איז סטאפיט און זייער נאריש ספארדאמט די קאפ
די אידישע קאמפס זענען גראדע עפי״ר גוטע קוואלעטי, און פול מיט תוכן

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:45 am
דורך ברעט מענינג
ממרום שלח אש האט געשריבן:די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.

כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

דער גוי'ס לעבן איז סאך אינטערעסאנטער???!!! חחחחחח

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 1:25 am
דורך לאליפאפ
סטראטיגא איז טאקע דא אין אידיש פון ״הצלה״
עס הייסט הצלה גאו! און עס איז דא שומרים׳ס מיט חברים׳ס מיט לעלו׳ס, ס׳ראקט די הויז

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 1:32 am
דורך היימישער ליטוואק
ממרום שלח אש האט געשריבן:די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.

כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

עיין דברים נפלאים שכתב מורינו הרב פינקוס ז"ל לגבי סיפורים הנ"ל

לבקשת ידידיי באישי, לייג איך צו לינק צום ספר אוהל מרים פון הרה"ג הנ"ל. עיין שם דף קס"ט, ק"ע.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:כ'האב נארוואס געקויפט פאר די קינדער סטראטיגא. וואס רעדט איך? מלפנים סטראטיגא. יעצט איז עס א שפיל אין וואס די שבטים גייען קיין מצרים צו טרעפן יוסף (ביי סטראטיגא איז עס די פאן). די צוויי טייכן, איבער וואס כ'פלעג אלס קינד חלום'ען ווי דער שפיאן באהאלט זיך אונטער די ביימער ווען דאס וואלט געווען אן עכטע מלחמה, איז יעצט צוויי שטעט אין פארם פון פיראמידן: פתאום ורעמסס. יעדע צד ברויך באהאלטן יוסף און אים סטראטעיגיש אפהיטן פון די צד השני וואס לאקערט צואריינדרינגן אין דיין טערעטאריע, אינעם סאמען ערוות הארץ און פארכאפן דיין איינציגסטע יוסף שטיקל און ענדיגן דאס שפיל.

די שמירת היסוד שפיל ווערט ארויסגעגעבן דורך "תורה עדיוקעשאן."

הא. מי יבוא בסוד קדושים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 2:12 am
דורך גראדער
ממרום שלח אש האט געשריבן:די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

קוקט אויס אז איר האט נישט גוט בודק געווען, גייט אריין אין געשעפט וועט איר זעהן אז די גויאישע זענען אויך געמאכט אין טשיינע (אפשר גאר אין זעלבן פאבריק?...) האלט זיך די זעלבע יאר מיט א מיטוואך, און קאסטן (כמעט) די זעלבע פרייזן.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.


כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

ס'מוז נישט האבן קיין שייכות מיט פרומקייט, דיין אינגל וועט זיך שפירן סאך געשמאקער צו שפילן א מנאפאלי וואס רעדט זיך פון גאסן און עניינים וואס זענען אים באקאנט ווי איידער פון זאכן וואס ער קען בכלל נישט, די זעלבע זאך מיט אלע אזוי גערופענע ''היימישע'' געימס, דער מציאות איז אז די קינדער ענדשויען עס 'סאך' מער צוליב די איינע סיבה, די פיקטשערס און סאבדשעקטס אויף וואס די געימס זענען געבויעט זענען זיי סאך מער באקאנט און געשמאק ווי דיינע דריי חזרים'לעך און סינדערעלע...


נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 6:15 pm
דורך יאפטשיק
ס'נעמט אבער נאכנישט אוועק פון דער פראבלעם וואס קאמען סענס און יענקל האבן אויפגעברענגט אז נאך עטליכע יאר ווערט אן עבירה צו קויפן געווענליכע גויאישע געימס וואס זענען ביי אונזערע עלטערן געווען אקצעפטירבאר און א נארמאלע ערשיינונג אין א אידיש הויז. בנוסף לזה אז ס'העלפט ארויס אפצושליסן אונזערע קינדער פון עררייכן די טאלס צו קענען קאמיוניקירן און פארשטיין די דרויסענדיגע וועלט. און איך זע דאס נאר אלס א חסרון.
ווער רעדט נאך ווען די געים-פראדוצירער צווינגען ארויף אויף די געשעפטן צו קויפן און פארקויפן זייערע געימ'ס אין א מאסשטאבליכן פארנעם... און מאכן פיהלן די געשעפט אייגענטומער נישט גענוג פרום מיט דעם וואס זיי שטופן נישט מער פון די "מצוה" "היימישע" געימס.

און יא! אידישע געימס וויבאלד זיי ווערן פראדוצירט אין א פיהל קלענערען קוואנטום קאסטן זיי דעריבער מער. און כ'מיין אז אונזערע קינדער וועלן לערנען אביסעלע מער עטיקס פון גאלדי לאקס מיט די דריי חזירימ'לעך ווי די שרעקעדיגע חשבון הנפש קארטלעך בלויז פארן ווארפן די דייס און נגזר ווערן מיט זעקס טריט וואס האט זיי פאר נישט און אומנישט געמאכט אנקומען אויף א חשבון הנפש קעסטל אדער גאר ערגער, בלייבן אויסגעשלאסן פון שפיהלן פאר דריי ראונדס ווייל זיי האבן ביי מזל געטרויטן אויף גיהנום קעסטל. אוי האב איך געוויינט אלס קינד...

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 8:34 pm
דורך גראדער
יאפטשיק האט געשריבן:ס'נעמט אבער נאכנישט אוועק פון דער פראבלעם וואס קאמען סענס און יענקל האבן אויפגעברענגט אז נאך עטליכע יאר ווערט אן עבירה צו קויפן געווענליכע גויאישע געימס וואס זענען ביי אונזערע עלטערן געווען אקצעפטירבאר און א נארמאלע ערשיינונג אין א אידיש הויז.
ווער זאגט ס'איז געווארן אן עבירה? טרייב נישט איבער, מענטשן קויפן עס ווייל ס'איז פשוט מער פראקטיש, ס'איז פשוט די שפראך וואס די קינדער רעדן, ס'האט נישט קיין שייכות מיט מצוה-עבירה.

בנוסף לזה אז ס'העלפט ארויס אפצושליסן אונזערע קינדער פון עררייכן די טאלס צו קענען קאמיוניקירן און פארשטיין די דרויסענדיגע וועלט. און איך זע דאס נאר אלס א חסרון.
ווער רעדט נאך ווען די געים-פראדוצירער צווינגען ארויף אויף די געשעפטן צו קויפן און פארקויפן זייערע געימ'ס אין א מאסשטאבליכן פארנעם... און מאכן פיהלן די געשעפט אייגענטומער נישט גענוג פרום מיט דעם וואס זיי שטופן נישט מער פון די "מצוה" "היימישע" געימס.
ס'וואלט געווען כדאי צו וויסן וויאזוי די פראדוצירער ''צווינגען ארויף'' און ''מאכן פילן'' די געשעפט אייגנטימער... מ'קען קיינעם נישט צווינגען און מאכן פילן, די געשעפטן פארקויפן דאס וואס זייערע קאסטומערס זוכן און ווילן קויפן

און יא! אידישע געימס וויבאלד זיי ווערן פראדוצירט אין א פיהל קלענערען קוואנטום קאסטן זיי דעריבער מער. ע''פ רוב איז עס נישט אזוי, אויב טייערער איז עס ממש מיט קלייניקייטן.
און כ'מיין אז אונזערע קינדער וועלן לערנען אביסעלע מער עטיקס פון גאלדי לאקס מיט די דריי חזירימ'לעך ווי די שרעקעדיגע חשבון הנפש קארטלעך בלויז פארן ווארפן די דייס און נגזר ווערן מיט זעקס טריט וואס האט זיי פאר נישט און אומנישט געמאכט אנקומען אויף א חשבון הנפש קעסטל אדער גאר ערגער, בלייבן אויסגעשלאסן פון שפיהלן פאר דריי ראונדס ווייל זיי האבן ביי מזל געטרויטן אויף גיהנום קעסטל. אוי האב איך געוויינט אלס קינד...
זיי בודק די געימס פון וואס מ'רעדט יעצט, עס איז נישט אין די קאטעגאריע פון וואס דו וויינסט... עס איז פשוט צוגעשטעלט געשמאק און שיין דער קינד זאל זיך שפירן ''היימיש'' און פאמיליער מיט די בילדער און סאבדשעקטס פונעם שפיל.
נישט יעדע זאך וואס פאסירט אין די אידישע מארקעט ''מוז'' זיין א פראבלעם... עס פאסירן אמאל פאזיטיווע זאכן אויך...


נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
ממרום שלח אש האט געשריבן:די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.

כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

מ'קען זיי אבער אלע פאראידישן. למשל די דריי חזרימ'לעך (ר"ל) קענען פארוואנדלט ווערן אין דריי ציגעלעך. סינדערעללא קען ווערן רבקה'לע. און אירע (שטיף) שוועסטער קענען ווערן חנה'לע און שרה'לע. וכו'.

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
יאפטשיק האט געשריבן:ס'נעמט אבער נאכנישט אוועק פון דער פראבלעם וואס קאמען סענס און יענקל האבן אויפגעברענגט אז נאך עטליכע יאר ווערט אן עבירה צו קויפן געווענליכע גויאישע געימס וואס זענען ביי אונזערע עלטערן געווען אקצעפטירבאר און א נארמאלע ערשיינונג אין א אידיש הויז. בנוסף לזה אז ס'העלפט ארויס אפצושליסן אונזערע קינדער פון עררייכן די טאלס צו קענען קאמיוניקירן און פארשטיין די דרויסענדיגע וועלט. און איך זע דאס נאר אלס א חסרון.
ווער רעדט נאך ווען די געים-פראדוצירער צווינגען ארויף אויף די געשעפטן צו קויפן און פארקויפן זייערע געימ'ס אין א מאסשטאבליכן פארנעם... און מאכן פיהלן די געשעפט אייגענטומער נישט גענוג פרום מיט דעם וואס זיי שטופן נישט מער פון די "מצוה" "היימישע" געימס.

און יא! אידישע געימס וויבאלד זיי ווערן פראדוצירט אין א פיהל קלענערען קוואנטום קאסטן זיי דעריבער מער. און כ'מיין אז אונזערע קינדער וועלן לערנען אביסעלע מער עטיקס פון גאלדי לאקס מיט די דריי חזירימ'לעך ווי די שרעקעדיגע חשבון הנפש קארטלעך בלויז פארן ווארפן די דייס און נגזר ווערן מיט זעקס טריט וואס האט זיי פאר נישט און אומנישט געמאכט אנקומען אויף א חשבון הנפש קעסטל אדער גאר ערגער, בלייבן אויסגעשלאסן פון שפיהלן פאר דריי ראונדס ווייל זיי האבן ביי מזל געטרויטן אויף גיהנום קעסטל. אוי האב איך געוויינט אלס קינד...

וואס איך קען נישט פארשטיין איז, וויאזוי א הייליגע חשבון הנפש געים קען געשפילט ווערן דורך ווארפן דייס. ס'איז דאך אקעגן א בפירוש'ע גמרא. איינס פון די וועלכע זענען פסול לעדות איז משחק בקוביא. ס'איז א משוגעת הבאה בעבירה.

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 12:39 am
דורך גראדער
berlbalaguleh האט געשריבן:
ממרום שלח אש האט געשריבן:די אידישע זענען ביליג געמאכט און טשיינע, האלט זיך נישט קיין וואך, און מבעט סאך טייערער.

איך האב אנגעזאגט אין שטוב בלויז צו קויפן גויאישע געימס און גויאשע מעשה ביכלעך, גאלדי לאקס, די דריי חזריםלאך, סינדערעלע, און פינאקעיא.

ס'ביליגער, אינטערעסאנטער און בעסערע קוואליטי.

כוויל בקפידא נישט זיין פרומער פון מיין מאמע תחי'

מ'קען זיי אבער אלע פאראידישן. למשל די דריי חזרימ'לעך (ר"ל) קענען פארוואנדלט ווערן אין דריי ציגעלעך. סינדערעללא קען ווערן רבקה'לע. און אירע (שטיף) שוועסטער קענען ווערן חנה'לע און שרה'לע. וכו'.


דאס איז דאך וואס די אידישע קאמפעניס טוען, מען איז מגייר די סעקולערע שפילערייען, און דאס ווערט פלוצלונג כפי' דתית... קוקט אויס אז ס'איז דא אזעלכע וואס דארפן ''דווקא'' די דריי חזרים'לעך אין איר ארגינעלן פארעם, ס'איז נאר א רחמנות אויף זייערע קינדער וואס וואלטן סאך מער ענדשויט רבקה'לע און שרה'לע נאר צוליב דעם טאטנס געוויינען ביי די חשבון הנפש קארטלעך מיט צוואנציג יאר צוריק קענען זיי נישט הנאה האבן פון די היינטיגע קאלורפולע אויסוואל פון געשמאקע שפילן.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
איז דאס בכלל ליגעל צו פאר'אידיש'ן א געים אזוי ווי ספאט איט??
ספאט איט איז א נייע געים, איך קען נישט גלייבען אז די קאמפעני האט מסכים געוועהן אז מ'זאל עס שוין נאכמאכען, און נאך פארקויפען פאר ביליגער.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:08 pm
דורך איחוד פעלד
עס פאלט מיר ביי א געים, אזוי ווי דער געים וואס האט א מאט מיט ניין צו צוועלף באקסלעך און לויט דער מוזיק אדער לויט דער קול דארף מען טרעטען אויף דעם באקסעל.

דארף מען מאכען בילדער פין די רעביס אויף דער באקסלעך, און עס וועט קומען א סאטמארע ניגון ווען מען דארפען טרעטן אויף סאטמאר (ביידע זינגען נאך דערווייל דער זעלבער ניגונים), א פאפא ניגון אויף פאפא, א באבאוו 48 אויף דער רבי, וכן 45, און ספינקא מונקאטש וכו'.

אזוי געוויינט מען איין די קינדער אז זיי זאלען וויסען וועלכע ניגון געהער צו וועם.

מען קען אפילו מאכען אפאר לעוועלס אויף דער געים, יעדעס לעוועל מיט אנדערע ניגונים אויף יעדעס חסידות, אזוי ווערט עס שווערער און שווערער.

אדער מען קען מאכען א שטימע ווי דער רבי אליין רעדט, און מען דארף טרעטען אויף דער בילד פין יענער רבי.


ווער וויל מיר זיין א שותף. דאס וועט זיך פארקויפען אייזען, בפרט ווייל אלע רעביס וועלען אונטערשרייבען א גרויסע ד' על ד' מיט אן איסור וחרם פין יהושע בין נון, וועט עס האבען פרייער אדווערטייזמענט, און עס וועט זיך פארקויפען ווי הייסע געשמאקע קוכען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:22 am
דורך געפילטע פיש
אבער ווען ס'הייבט אן זינגען די ספינקא ניגון ווערט מען גלייך out, ווייל מ'האט דאך נאר צוויי הענט און צוויי פוס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:35 am
דורך משה געציל
פארוואס עדזשיקעטן די אינגע מוחות? סתם אריינגעבען אינפערמאציע אין קאפ?! וואס געשענט שוין אויב זיי מיינען אז פאפא מצוה טאנץ באלאנגט פאר וויזניץ? עס שמעקט טריף.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:37 am
דורך געפילטע פיש
בכלל איז מעגליך צו יונג זיי אויסצולערנען טרעטן אויף רבי'ס, גיב זיי אפאר יאר מנוחה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:39 am
דורך דולה ומשקה
איז דא א שטיקל נפקא מינה פון א מושג פון א "אידישע געים", לגבי א "חסידישע געים".
דער חסידישע געים האט גארנישט מחנך זיין קינדער, נאר צו בויען זייער חסידות אין גרויס מאכען דעם רבי שליט"א.