בלאט 1 פון 1

פארשטיי מיר באמת דעם בשבילי נברא העולם??

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:16 pm
דורך פסיכאלאג
א גיטן יאר אין א גיטן חודש אלע יודן
עס הערשט שוין א שמחה אין די לופט מען שפירט שוין אין די לופטן די שמחה פינעם יו"ט שבועות די חתונה אינזערע וואס קומט שוין אט אט צו גיין ווי די אור החיים דאכט זיך האט געשריבען אז ווער עס גלויבט נישט אז יעדעס יאר גוט אינזער טאטע אין הימל איבער נאכאמאל די תורה כופר בעיקר איז פארשטייט זיך פאר אזא געהויבענעם יום טוב דריי מיר זיך ארום מיט געהויבענע קעפ אז די מחותן איז גרייט געווען אוועק צו געבען זיין געראטן טאכטער די הייליגע תורה פאר אינז אידען קען מען אביסל באגרייפן פשט פונעם בשבילי נברא העולם!! אבער למעשה גלייבן מיר אין באמת אין די ווערטער בשבילי נברא העולם ?? למשל די גארביטש טראק אויפן גאס איז באשאפען געווארן לכבוד אינז? ? אין אמת מיט א טיפערע בליק קען מען עס יא קלאר פארשטיין איז לאמיר עס פראבירן מסביר צו זיין


מעשטייט אויף אינדערפרי די ערשטע זאך וואס א מענטש טוט פארשטייט זיך נאך ברכת התורה מען זעצט זיך פאר א קאווע די ערשטע זאך וואס מען טוט כדי די קאווע פאר צושטאנד קומען איז די גלעזל, פשוט?! יעצט כדי די גלאז זאל אנקומען צו דיר מיז מען עפענען א גלאז פארבריק נאר אז די זאלסט קענען האבען ווי אריינצולייגען דיין קאווע אין די איינצוגסטע סיבה פארוואס דער שייגעץ אין כינה איז גרייט צו ארבייטען פאר אייך איז וויבאלד די גוי אין כינע דארף מאכן אפאר טאלער זיך צו קויפען א נייעם קאר דארף מען יעצט אויפשטעלן א קאר קאמפעני פין די העכסטע קוואליטי אלעס אז די זאלסט האבען א גלאז פאר דיין קאווע.. ...ביז מיגיימער נאר ענדיגען די קאווע פראצעדור קען מען שוין עפענען א האלבע וועלט אינטערדעם...! איז ממילא כמיין מיין פוינט איז גאנץ א קלארע אין ווער סעפארשטייט נישט מיין פוינט ביז אעהער קען פארלאנגען נאך און מיר וועלן מער מסביר זיין דעם ענין! :-) :-) האטס מיר אלע א לעכטיגן יו"ט

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:19 pm
דורך יידל
אבער פון צווייטן זייט, ווען כ'ארבעט שווער אין אן אסעמבלי ליין פאר קארן צו שרויפן שפיגלעך אויף טיר, טו איך דאך דאס אלעס פאר די קאווע פון טויזענטע מענטשן ארום די וועלט - הלזו "בשבילי נברא העולם" יקרא?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:34 pm
דורך גוגל
קודם כל שכח פסיכאלאג פאר די שיינע פוינט א שיינע ארטיקל צו אנהייבן די קעריער..
יעצט צו יידל דיין דזשאב איז אויך נאר פאר דיר דו ווייסט וויאזוי אלע אנעפלויד קוקן אויס אלע שכנים, חברים, קרובים, און ווער נישט האט צו הערן דערפון און ווייסט צו זאגן דערפון. פארקערט דעס אז דו האסט א דזשאב פאר דעם אליינס דארף מען אויפשטעלן....

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:45 pm
דורך פסיכאלאג
שטארקע פוינט גוגל. שכויעך פארן אויפנאמס איטס עפרישיעיטאד יידל. ביסטו פארענפערט שוין אר יא ניד מיי העלפ ?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:48 pm
דורך smartinof
פסיכאלאג האט געשריבן:א גיטן יאר אין א גיטן חודש אלע יודן
עס הערשט שוין א שמחה אין די לופט מען שפירט שוין אין די לופטן די שמחה פינעם יו"ט שבועות די חתונה אינזערע וואס קומט שוין אט אט צו גיין ווי די אור החיים דאכט זיך האט געשריבען אז ווער עס גלויבט נישט אז יעדעס יאר גוט אינזער טאטע אין הימל איבער נאכאמאל די תורה כופר בעיקר


א כופר??? אפשר האט ביי די ספרדים געהאט אן אנדערען טייטש אויף דאס ווארט כופר... וואס פאר א סארט חיוב איז דאס זיך גיין נאר'ן אז מארגען גייט נאכאמאל זיין קבלת התורה?? וואס איז שלעכט ווי די גמרא מאלט דאס אראפ, ס'איז נישט מער ווי א סעלעברעשין, אי לאו האי יומא כמה יוסף איכא בשוקא... מען איז חוגג אז און דעם טאג פאר אפאר טויזענט יאר צוריק איז עפעס פארגעקומען וואס האט אונז אוועקגעשטעלט אלס אומה, א ספעציעלע אומה, וכו וכו' זיך ברעכן קאפ און וואנט און שרייען היינט יא היינט איז דא קבלת התורה?? מיילא ער דער אור החיים מכח איזשהו סיבה לא נודעת, וויל ארום טאנצען מיט דעם ספורוטואלן געדאנק גוט, אבער כופר??? וואס עפעס

smartinof.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 7:33 pm
דורך פסיכאלאג
ווי פינקטליך האסטו מיר נישט פארשטאנען? פין די גמרא וואס דו האסט אראפ געברענגט זע איך נישט קיין שום סתירה אין די ווערטער פין הייליגן אור החיים די גמרא זאגט דארט בסה"כ אז אן דעם טאג ווי וואלט מיר אויסגעקוט היינט איז דאס א סתירה מיט דעם אז יעדעס יאר געשעהט דאס פינדאסניי? אין דיין טענה אז שבועות איז בסה"כ א טאג פין סעלאברעישאן דאס איז דיין אפיניען, איז דאס בעיסט אויף עפעס ?

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:18 pm
דורך smartinof
וואס פארשטייסטו נישט, כופר איז א טיטל אויף איינער וואס גלייבט נישט און יידישע רעליגיע אדער און פרטים פון איר רעליגיע, אבער אז מען גלייבט נישט און א געפיל אדער געדאנק וואס דער אור החיים שטעלט אוועק איז מען נאך נישט קיין כופר, און איך זע נאך נישט אז דער געדאנק פונ'ם אור החיים זאל זיין עפעס מער געבעיסט, איך האב מיין געפיל, ער האט זיך זיין געפיל, נאר ער איז מאיים דעם עולם מיט'ן שרעקעדיג'ן ווארט כופר,