בלאט 1 פון 2
ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:48 pm
דורך שערי שמים
אזוי ווי עס קומט יעצט די יומא דהילולא פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע וויל איך דא אראפברענגן אפאר מעשיות פון היינטעגע ישועות וואס כ'האב אליין מיטגעהאלטן.
זייענדיג איינע פון די יארן אויפ'ן ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט ח"י סיון, האב איך געהערט פון איינער פון די אנוועזנדע א מורא'דיגע ישועה וואס ער האט פערזענליך בייגעוואוינט אין זכות פונעם הייליגן ראדשיצער.
עס האט ביי דעם איד פאסירט, אז איינער פון זיינע קינדער האבן ל"ע אויפגעהערט צו רעדן צוליב א שרעקליכע פחד און איבערלעבעניש וואס דאס קינד האט בייגעוואוינט.
דער איד איז געווען זייער דערשראקן און פארלוירן. ער האט זיך שטארק געפלאגט מיט'ן קינד און געגאנגען צו פארשידענע גרויסע דאקטוירים און טעראפיסטן, אבער קיינער האט נישט צופיל געקענט העלפן.
הערנדיג ווי עד היום הזה פועל'ן אידישע קינדער געוואלדיגע ישועות אין זכות פונעם הייליגן צדיק הסבא קדישא הרה"ק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע, האט דער איד באשלאסן אז ער וועט פערזענליך פארן קיין ראדשיץ, איינצורייסן און מתפלל זיין ביים ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט,
וואס כידוע קען מען אין אזא טאג גאר אסאך פועל'ן. דער איד האט זיך דארט אויסגעוויינט און מזכיר געווען זיין בקשה, און די ישועה האט ב"ה נישט געשעפעטיגט... א קורצע צייט דערויף, נאך זייענדיג אין ראדשיץ, האט ער באקומען א פרייליכע מעלדונג פון אויסלאנד, אז זיין קינד האט ב"ה צוריק אנגעהויבן צו רעדן כאחד אדם. כי מקח טוב נתתי לכם...
ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען אז צוליב פריוואטע צוועקן האב איך געזוכט אפצוקויפן א געוויסע פראפערטי, וואס וואלט מיר זייער צוניץ געקומען און געווען א טובה. דער בעה"ב האט אבער נישט מסכים געווען, און וויפיל
איך האב נאר פרובירט איז עס נישט געגאנגען, און איך האב געהאט דערפון עגמת נפש.
אין יענע טעג בין איך געווען אויפ'ן ציון הקדוש אין ראדשיץ, האב איך פארגעלייגט מיין בקשה פאר'ן הייליגן צדיק, און מתפלל געווען אויף הצלחה אין דעם ענין, אז אלעס זאל זיך מיר פירן כשורה.
והיה לפלא, ווי א קורצע צייט דערויף באקום איך א טעלעפאן קאל פון יענעם, אז אזוי ווי ער איז יעצט אנגעוויזן אויף א גרויסן סכום געלט, איז ער מסכים מיר צו פארקויפן דעם שטח אויב איך ברענג אים דאס געלט ביז א געוויסע קורצע דאטום.
דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז פונקט דעמאלטס האב איך געהאט גרייט דעם פארלאנגטן סכום. אינטערעסאנט איז אויך געווען, אז צווישן די פילע טשעקס האב איך געהאט א טשעק פון ישיבה תורת אמת ד'ראדשיץ אויפ'ן נאמען פונעם הייליגע'ן ראדשיצער, אזוי אז פון אלע סימנים האב איך קלאר געזען, ווי די ישועה קומט בכוחו ובזכותו פונעם הייליגן צדיק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 6:56 pm
דורך שערי שמים
איך ברענג דאס אראפ ווי אוזוי מיינס א נאנטע ידיד דערציילט:
נישט לאנג צוריק האב איך באקומען אן "אודיט" איבער געוויסע פערזענליכע פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן, וואס אין פאל פון אנטדעקטע סתירות אדער פארלעצונגען, וואלט זיך דאס געקענט ענדיגן מיט אומאנגענעמע קאנסעקווענצן וד"ל.
ווי דער סדר ביי אזעלכע פעלער האט מען מיך גערופן אויף עטליכע אינטערוויוס, וואו מען האט מיך פארגעלייגט מערערע שווערע פראגען און גרונטליך פארהערט.
ויהי היום, ממש פאר די לעצטע אין די סעריע אינטערוויוס, האב איך בהשגחה עליונה פונקט אנגעטראפן א איד, א בעל צדקה וגמ"ח, וועלכער האט געהאנדלט מיט גרויסע געלטער, און זייענדיג איינער וועלכער איז זעלבסט אדורכגעגאנגען דאס זעלבע עגמת נפש און איז ב"ה ניצל געווארן אין זכות פון הייליגן ראדשיצער זי"ע, האט ער מיך מייעץ געווען, אויסצופרובירן די אור-אלטע הבטחה און מפריש זיין דעם סכום פון "01", לע"נ הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק מראדשיץ זי"ע, וואס איז א סגולה בדוקה פאר כל מיני ישועות.
כך עשיתי, איך האב אנגעהויבן מפריש זיין יעדן טאג דעם סכום פאר צדקה לע"נ דעם הייליגן ראדשיצער זי"ע, והיה לפלא גדול, אז ביז א קורצע צייט שפעטער האב איך ערהאלטן פון זיי א שריפטליכע מעלדונג, אז זיי זעען נישט קיין שום פראבלעם אין מיינע פינאנציעלע געשעפטן, און די קעיס ווערט געשלאסן.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 7:06 pm
דורך פייער און וואסער
עס איז דא אסאך שיינע מעשיות פון ישועת, פונעם הייליגען ראדשיצער זי"ע
בעט איך אז ווער עס האט עפעס א שיינע מעשה זאל עס דא אריינלייגען לכבוד די יארצייט
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 7:11 pm
דורך שערי שמים
פייער און וואסער האט געשריבן:עס איז דא אסאך שיינע מעשיות פון ישועת, פונעם הייליגען ראדשיצער זי"ע
בעט איך אז ווער עס האט עפעס א שיינע מעשה זאל עס דא אריינלייגען לכבוד די יארצייט
איל וועל לייגען ישועות וואס איך האב מיטגעהאלטן....
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 8:00 pm
דורך גוגל
איך וועל דא שרייבן א מעשה פון א גוטע חבר מיינע. א פאליס אפיסער האט עם אפגעשטעלט און געוואלט געבן א טיקעט. טראכט ער צו זיך פארוואס נישט ער זאגט צו 21 (געדענק נישט פונקטליך וויפיל) פרוטות פאר דער ראדעשיצער. א מינוט שפעטער קומט צו דער פאליציאנט און זאגט עם אז מהאט עם אריינגערופן אז ער דארף וויכטיג גיין צו עפעס א קאל מילא לאזט ער אים אפ און ער פארט אוועק. ווי דער יונגערמאן פארט ווייטער זעט ער ווי דער פאליציאנט פארט זיך רואיג און געלאסן מיט דער לייטס אויסלאשן. דער מעשה איז אפשר נישט קיין ריזיגע מופת ווי מענטשן קוקן עס אן אבער לאמיר נישט פארגעסן איעדע קליינע זאך דארף מען בעטן דער אייבישטער. אזוי ווי דער באוויסטער מעשה איך געדענק נישט פונקטליך מיט וועם אז ער האט זיך אמאל אנגערופן רבש"ע די שיך בענדלעך האבן זיך מיר אפגעריסן. און מען דארף וויסן אז דער מעשה איז אויך א שיינע מופת פון הייליגן סבא קדישא.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 9:09 am
דורך אוי טאטי
מיינס א חבר האט זיך אמאל אנגעשטויסן אין געפערליכע פינאנציעלע פראבלעמן, זיין ביזנעס איז געווארן אזוי שלעכט אז עס האט געהאלטן ביי באנקראט, און צוגאב האט מען איהם אנגעהויבן נאכלויפן מיט חובות וואס ער האט געבארגט פאר אינוועסטמענטס און שטייטצעך אז ער האט נישט געהאט פון וואו אויפצוקומען מיטן געלט.
איין טאג שמועסנדיג אין בית המדרש האט איהם א חבר ג׳עצה׳ט ער זאל פרובירן פארן צום ראדישיצער, נישט האבענדיג וואס צו דערלייגן האט ער אזוי געטאן, ער האט גענומען אלע שטרות און בילס פונקטליך וואס ער איז שולדיג געווען, אראפ געשריבן פונקטליך אלע נומערן און זיך געהויבן דארט צו זיין ביים ציון.
אנקומענדיג דארט האט ער אויסגעזאגט תהלים, און דערנאך גענומען דעם גאנצן פעקל חובות און עס אריינגעווארפן צוזאמען מיטן קוויטל אויסגיסענדיג זיך דאס הארץ פון אלע זיינע פראבלעמן.
א קורצע צייט דערנאך איז איהם אינטערגעקומען א דיעל פון וואס ער האט געמאכט גענוי די סומע פון וואס ער איז געווען שולדיג!!! זייט דעמאלטס איז ער ברוך השם שטארק מצליח דער אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 12:06 pm
דורך פייער און וואסער
דאס איז די הייליגע הבטחה פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע:
"אז די וועסט מיר העלפן פאר א מקום תורה וועל איך דיר מכיר טובה זיין"
וואס טויזענטער אידן נוצן טאג טעגליך אלץ סגולה נפלאה, מנדב צו זיין $19 לע"נ דעם צדיק (וואס שמו הקדוש באטרעפט במספר קטן 19)
און בפרט פאר דעם הערליכן מקום תורה וואס איז נתייסד געווארן על שמו הטהור
ישיבה ומתיבתא תורת אמת ד'ראדשיץ
וואס איז מתנוסס בתפארה אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 12:08 pm
דורך פייער און וואסער
איך האב דאס געטראפן :
www.radashits.com
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 12:15 pm
דורך שערי שמים
פייער און וואסער האט געשריבן:דאס איז די הייליגע הבטחה פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע:
"אז די וועסט מיר העלפן פאר א מקום תורה וועל איך דיר מכיר טובה זיין"
וואס טויזענטער אידן נוצן טאג טעגליך אלץ סגולה נפלאה, מנדב צו זיין $19 לע"נ דעם צדיק (וואס שמו הקדוש באטרעפט במספר קטן 19)
און בפרט פאר דעם הערליכן מקום תורה וואס איז נתייסד געווארן על שמו הטהור
ישיבה ומתיבתא תורת אמת ד'ראדשיץ
וואס איז מתנוסס בתפארה אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל
יא, דאס איז טאקע די הבטחה וואס די אלע אידן
זענען געהאלפן געווארן
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:50 pm
דורך פייער און וואסער
סאיז דא א אינטערעסאנטע גליון דארטן לכבוד די יומא דהילולא
www.radashits.com
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:06 pm
דורך שערי שמים
מיט עטליכע יאר צוריק האב איך מיטגעהאלטן א קעיס ביי א פארפאלק פון מיין משפחה, וואס האבן מיטגעמאכט פראבעלעמען בעניני זש"ק.
זיי פלעגן שטענדיג דארפן נעמען שווערע מעדיצינען, און זיי האבן געהאט אסאך צער און עגמת נפש ביים מעמיד זיין דורות.
זייענדיג א בעל העובדא פון א ראדשיצער מופת, האב איך מייעץ געווען דעם יונגערמאן, אז ער זאל ארויספארן קיין ראדשיץ מתפלל צו זיין ביים ציון,
און אפשר אין דעם זכות וועט ער געהאלפן ווערן.
אזוי האט ער טאקע געטאן, ער האט אונטערגענומען די רייזע, און בזכות פונעם הייליגן צדיק, האבן זיך זאכן אנגעהויבן דרייען חוץ לדרך הטבע. ער
האט זוכה געווען צו וואונדערליכע ישועות, און ביז עטליכע חדשים דערויף, זוכה געווען ב"ה צו א געזונט לעכטיג קינד.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:17 pm
דורך שערי שמים
איך האב אויך געטראפן אינעם גליון סגולות פונעם הייליגען ראדישיצער זי"ע
איך וועל אראפ ברענגן דא אביסעל:
לזרע של קיימא – ולאריכת ימים, צוה רבינו שיקרא לבניו שם משמות חיות השדה לסגולה שיתקיימו בניו כגון, צבי, זאב, וכו'. והארך ימים והוליד בנים ובני בנים חיים וקיימים.
היה דרכו לצוות להרבה אנשים שסבלו מכאב שינים שיקבלו עליהם שלא לאכול גבינה בערב שבת, והועיל להם שלא סבלו עוד כאב שינים.
סגולה לבנים שתלבש טלית קטן מצויצת כשרה עד שתושע בבן זכר.
פאר מער גייט צו:
www.radashits.com
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:19 pm
דורך וואס נאך
וואס איז דאס די ראדישיצער ישיבה וואס איך זעה אויף די וועבסייט?
איז דא ערעגץ א בית מדרש?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:39 pm
דורך שערי שמים
וואס נאך האט געשריבן:וואס איז דאס די ראדישיצער ישיבה וואס איך זעה אויף די וועבסייט?
איז דא ערעגץ א בית מדרש?
סאיז א ישיבה אינדראויסן פן קרית יואל
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:59 pm
דורך שערי שמים
נישט קיין ישיבה מצויינים... נאר א בחור א מצויין...
"ישיבת תורת אמת ד'ראדשיץ" איז נישט נאר 'נאך' א ישיבה אויף די איבערגעפולטע ישיבה מאפע, נאר דאס איז אן
אייגנארטיגער ישיבה, א יחיד במינו! יא, די ישיבה "תורת אמת" ד'ראדשיץ איז א מצוינ'דיגע ישיבה; ד.ה. 'נישט' א ישיבה
"למצויינים", נאר דער בחור איז א "מצויין"...
וואו דער יסוד און פרינציפ איז, אנצונעמען 'אלע' חשובע בחורים, פון אלע שיכטן און קרייזן, כל זמן דער בחור האט א
שאיפה ברוחניות ובגשמיות, און מ'ווענדט אן אלע כוחות, עד כמה שידינו מגעת בעזהשי"ת, ארויף צו ברענגען דעם חשוב'ען
בחור בסייעתא דשמיא אויף גאר א הויכן ניווא, נישט נאר אז די ישיבה ווערט אנגערופען א ישיבה למצויינים, נאר דער בחור
בעצם קומט צו א שטאפל פון "מצויין". ווי די מציאות האט שוין באוויזען אין ווירקליכקייט און די קורצע פארגאנגענהייט,
אט מיט דעם טוט דער ראדשיצער ישיבה שטאלצירן, און מיט רעכט!
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:00 pm
דורך שערי שמים
אין שטאט שידלאווצא האט געוואוינט א איד וואס האט געארבעט ביי זיין שווער אין די ביזנעס. איינמאל מעלדט אים זיין שכן, אן ערלית, אז זי האט געהערט פון זיין שווער'ס קינדער, אז זיי פלאנען אים צו פארשיקן פון
די ביזנעס נאכדעם וואס זיין שווער וועט נפטר ווערן. האט זי אים צוגערעדט און גע'עצה'ט, אז אזוי ווי ער איז א גרעסערער אומן פון זיי, זאל ער אפקויפן איר הויז און דארט אויפשטעלן אן אייגענעם פאבריק.
נאכ'ן אפקויפן דאס הויז האט ער געזען אז מ'דארף דאס אינגאנצן פאררעכטן, וואס דארף אפקאסטן אסאך מער וויפיל ער האט געצאלט פאר'ן הויז, און ער האט נישט די מעגליכקייט דערצו.
איז ער געפארן קיין ראדשיץ זיך אויסרעדן און מקבל זיין ברכות קדשו פונעם הייליגן צדיק.
האט אים דער הייליגער ראדשיצער געזאגט, אז ווען ער קומט אן אהיים זאל ער בארגן צוויי הונדערטער זהובים און דאס אויפטוישן אויף קליין געלט. די געלט זאל ער אריינלייגן אין א קליין קעסטלע און דאס באהאלטן אין א שאנק, וואס זאל זיין גוט פארמאכט אז קיינער זאל נישט קענען אנקומען דערצו, און ווען ער וועט דארפן געלט זאל ער אריינשטעקן דאס האנט און ארויסנעמען וויפיל ער ברויך, אבער נישט אריינקוקן אינעם קעסטל.
האט דער איד זיך געוואונדערט: "ווער וועט מיך בארגן געלט?" האט זיך דער ראדשיצער צעלאכט, זאגנדיג: "וועסט שוין זען, אז דו וועסט טרעפן פון וועם צו בארגן".
אויפצומארגנס ווען דער איד גייט אין גאס, טרעפט ער ווי א מענטש בארגט געלט אויף ריבית, און יענער רופט אים צו. צוקומענדיג, פרעגט אים דער מענטש "פארוואס ביזטו טרויעריג?" פארציילט ער די גאנצע מעשה
בתמימות, האט אים דער מלווה געזאגט: "אויב שרייבסטו מיר אונטער א שטר הלוואה, בין איך דיר גרייט צו בארגן צוויי הונדערט זהובים".
דער איד האט נישט אזוי ערנסט אנגענומען די ווערטער, און ער איז זיך ווייטער געגאנגען. שפעטער אין טאג, האט ער ווידערמאל געטראפן דעם מלווה, גיט אים יענער א פרעג "פארוואס האסטו מיר נישט געברענגט קיין
שטר"? האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט געמיינט אז ער זאגט עס בדרך צחוק, האט אים יענער געזאגט אז ער מיינט עס זייער אמת'דיג, און אויב ער ברענגט אים שוין א שטר, בארגט ער אים תיכף דאס געלט.
כך הוה, ער האט אים געברענגט א שטר הלוואה, און באקומען דאס געלט. דערנאך האט ער גענומען דעם סכום און אויפגעטוישט אויף קליין געלט, אזוי ווי דער ראדשיצער האט געזאגט. פון די געלט האט ער זיך
געקויפט האלץ און אנדערע כלי הבנין, און זיך געמאכט אליינס געשעפטן.
ווען ס'איז געקומען דער זמן הפרעון האט ער באצאלט פונעם קעסטלע אין שאנק, און ער האט מער נישט געדארפט צוריקגיין צו זיין שווער'ס ביזנעס, זייענדיג אליינס א שיינער פארדינער. זי"ע
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:09 pm
דורך שמעקעדיג
קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:17 pm
דורך וואס נאך
שמעקעדיג האט געשריבן:קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...
איר זאגט טאקע גוט... דאס איז זיין חתימה...
סאיז זייער אינטערסאנט די אלע מעשיות, איך ווארט אויף נאך אזעלכע שיינע מעשיות.. אבער כהאף אז עס איז אלע אמת..
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:20 pm
דורך היימישער ליטוואק
שערי שמים האט געשריבן:איך האב אויך געטראפן אינעם גליון סגולות פונעם הייליגען ראדישיצער זי"ע
איך וועל אראפ ברענגן דא אביסעל:
לזרע של קיימא – ולאריכת ימים, צוה רבינו שיקרא לבניו שם משמות חיות השדה לסגולה שיתקיימו בניו כגון, צבי, זאב, וכו'. והארך ימים והוליד בנים ובני בנים חיים וקיימים.
היה דרכו לצוות להרבה אנשים שסבלו מכאב שינים שיקבלו עליהם שלא לאכול גבינה בערב שבת, והועיל להם שלא סבלו עוד כאב שינים.
סגולה לבנים שתלבש טלית קטן מצויצת כשרה עד שתושע בבן זכר.פאר מער גייט צו:
http://www.radashits.com
ווייסט איינער דער נומבער פון די נשות-הכותל?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:26 pm
דורך היימישער ליטוואק
אין דעם גליון אויף דף 12 זע איך אז ביים ראדישיץ רבי ז"ל אויף דער וואנט איז געהאנגען א בילד פון דעם ווילנא גאון ז"ל.
איז דאס ריכטיג?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:28 pm
דורך שערי שמים
שמעקעדיג האט געשריבן:קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...
אין א פריעדעגע הודעה האב איך אראפגעברענגט פון דארטן
נישט קיין ישיבה מצויינים...דערנאך האב איך צוגעלייגט אז פאר מער גייט צו.....
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:29 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, ביום י"ט סיון גייט איר פארשווינדען ווערן ביז א יאר?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:41 pm
דורך פייער און וואסער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אין דעם גליון אויף דף 12 זע איך אז ביים ראדישיץ רבי ז"ל אויף דער וואנט איז געהאנגען א בילד פון דעם ווילנא גאון ז"ל.
ריכטיג?
דאב בילד איז דאך א געמאלענע בילד, סקען זיין אז מהאט עס צוגעלייגט....