בלאט 1 פון 1

ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:26 am
דורך דולה ומשקה
[ספר אור המאיר עה"ת], כתב איזה שוחט, ואי אפשר שדברים היוצאין מלב איש פשוט, שיהיו על תכלית הטוב, ולכן מורי דודי [מזידיטשוב] היזהר, שלא ישימו כל עיונים בו, אלא מעט, ומורי חמי הצדיק המפורסים מוהר"ר אברהם מרדכי מפינטשיב, היה כמה פעמים אצלו (אצל הגה"ק רבי זאב מזיטאמיר), והיה תלמידו ואמר : "שהיה אצלו בעת שהשוחט הביא ספרו לפניו [שיחוה עליו רבו דעת קדשו]", והשיב "שלא כיון יפה אפילו לדבר אחד". - הגה"ק מקאמארנא בספרו נתיב מצותיך, התורה א' אות לב

די קלענערע ווערטער איז צולייגט להבנת הענין.

דער שוחט וואס ער דערמאנט איז החסיד המפורסים ר' אליעזר ז"ל שו"ב דק"ק זיטאמיר, ער האט אויך מחבד געוועהן א ספר בשם 'פרקי הנאזר' אויף הלכות שחיטה בדרך פרד"ס, וואס טראגט די הסכמות פון הה"ק רבי מרדכי מטשערנוביל והה"ק בעל בת עין מאווריטש ועיין בהסכמתם.

הגה"צ אבד"ק טשאשניק זצ"ל אין זיין הסכמה אויף דער ספר עבודת הלוי על התורה שרייבט ער בזה"ל:
"שמעו מפיו הק' [של הגה"ק רבי אהרן מסטראשעלע] בזה"ל: שהספרים אור המאיר ומאור עינים הוא מה שכתבו תלמידיהם, ובוודאי לא השיגו עומק דעת רבותיהם, ואעפי"כ נדפסו, ונשמות ישראל משתעשים בהם, ושפתותיהם דובבות בקבר, כן שמעו מפיו הק' בפירוש".

עס איז כדי צו באמערקן וואס ווערט געברענגט אין ספר זכרנו לחיים (מנהגי באבוב לחודש אלול - תשרי) אז מרן מהר"ש השני מבאבוב האט זיך געפירט צו לערנען דעם ספר אור המאיר בשעת די הקפות, דהיינו בשעת מ'האט אויס גערופען די כיבודים.

Re: ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 12:14 pm
דורך שמואל הלוי
אין קובץ עץ חיים באבוב שנה ב' תשרי תשס"ח ווערט געברענגט בשם כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל אז ס'איז אים ברור אז דער קאמארנער זי"ע האט נישט געזעהן די הסכמה פון ר' מרדכי מטשערנאביל זי"ע, וואס שרייבט אויף זיין אנדערן ספר ווי ער האט אויך מלקט געווען רוב זאכן פון זיין רבי'ן פון זיטאמיר אז ער האט גוט מכוון געווען קולע אל השערה, און ווען דער קאמערנער זעהט ווען די הסכמה הנ"ל וואלט ער נישט געשריבן דאס וואס ער האט געשריבן. ע"כ מקובץ עץ חיים.

Re: ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:02 pm
דורך דולה ומשקה
וואס דער סקיווירא רבי זאגט, טראכט אין שפעקולירט קען נאך אלס נישט צו נעמען וואס דער קאמארנער האט געשריבען, ווייל נאך אלעם שרייבט ער וועס ער האט געהערט פון זיין שווער וואס האט געהערט בפיו הקדוש פון רבי זאב וואלף מזיטאמיר אליינס בנוגע דעם ספר "שלא כיון יפה אפילו לדבר אחד".

רבי מרדכי מטשערנוביל האט דאך נישט געשריבען א הסכמה אויף דער 'אור המאיר. אז למאי נפק"מ וואס ער האט געשריבען אויף א צווייטע ספר.

Re: ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:15 pm
דורך שמואל הלוי
נו הלמאי וואס ווילסטו יעצט?

יעדער זאל ארויסווארפן דעם אור המאיר פון ספרים שראנק? אדער מ'זאל בלויז נישט לערנען דערין? זאג פונקטליך וואס דו ווילסט און וואס איז דיין ציל.

Re: ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 1:23 pm
דורך דולה ומשקה
איך האב טאקע אנגעפרעגט ביי איינע וואס טוט אין חסידישע ספרים, ער האט מיר גע'עצ'ט אס העכסטנס זאל איך דאס נישט געבן פאר א בר מצוה מתנה, אין אז איינער וועט דווקא האבען א שוואכקייט צום אור המאיר זאל ער זיך דאס אליינס קויפען אדער לערנען אין בית המדרש.

Re: ספר אור המאיר

נשלח: מאנטאג אפריל 16, 2012 2:18 pm
דורך שמואל הלוי
ממש אזוי מען טאר עס נישט געבן פאר א בר מצוה מתנה? אביסל האט דאך דער קאמארנער אליין יא געלאזט לערנען, נו אויב די אנדערע ספר וועט דער בר מצוה בחור אויך לערנען נאר אביסל [אזוי ווי די פאקט באווייזט] מאי שנא הך מהך?

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:15 pm
דורך ליסקא
הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע ברענגט אראפ דעם דעם ספר אור המאיר כמה פעמים הן אין ספר אך פרי תבואה על התורה והן בספר הישר והטוב על מועדים.

דער אור המאיר טייטשט דעם פסוק (משלי א כ) חכמות בחוץ תרונה, אז אויך צו דברים חיצוניים האט מען מענטש הנאה און שמחה, אויב דער מענטש טוט דאס מיט א בחכמה קען ער האבען דערביי א גרעסערע שמחה ווי ווען ער וואלט געטוהן א דבר רוחני, אין דאס מיינט דער פסוק חכמות בחוץ קען אמאהל זיין תרונה לשון שמחה, עכ"ד.
מיט דעם טייטשט הרה"ק מליסקא (אך פרי תבואה פ' חי' שרה) דעם פסוק ואבא היום אל העין, ראשי תיבות איז דער זעלבע ראשי תיבות ווי את השמים ואת הארץ, דער ו' ה' איז גשמי, דער א ה' איז רוחני, לפי דער אור המאיר, איז פארשטענדיק, דעריבער האט דער תורה מקדים געוועהן די ראשי תיבות פון ואת הארץ פאר די ראשי תיבות פון א'ת ה'שמים, וויבאלד דער שמחה ביי דער גשמי איז געוועהן גרעסער ווי דער רוחני, עייש"ה.
דער זעלבע טייטש פון דער אור המאיר ברענגט ער אויך אין פרשת תולדות

*

דער אך פרי תבואה ברענגט (פרשת קדושים) דעם טייטש פונעם אור המאיר אויף דעם מאמר חז"ל (ר"ה י"ח ע"א) וכולם נסרקין בסקירה אחת, אז עס זענען פארהאן נשמות וואס זייער גאנצע אחיזה איז אין דער הענט, אין ממילא טוט דער מענטש רוב מצות התלוי בידים, איינער איז בפה טוט ער רוב מצות התלוי בפה וכדומה, אין דעמאלס שיינט טאקע אויף אויבן איןהימעל בחינת ידים, די שורש פון די אידן איז ביי שכינתו יתברך, איז ווען הקב"ה כביכול קוקט אויף דער שכינה זעהט כביכול יתברך אלא אידישע נשמות, אין דאס מיינט וכולם נסקרין בסקירה אחת, עכ"ד.
דער בחינה ברענגט הרה"ק מליסקא זי"ע אויך אין די רא השנה דרשות (הישר והטוב - דרוש ג' לראש השנה שנת תרכ"ה).

*

מרן האך פרי תבואה זי"ע האט אמאהל דערמאנט דעם ספר אור המאיר אין איינע פון זיינע כל נדרי דרשות בליל יום הכיפורים (ספה"ק הישר והטוב דף קכח):
ער האט האט ארפ געברענגט וואס דער אור המאיר טייטשט דעם פסוק (משלי כד כז) הכן בחוץ מלאכתך ועתדה בשדה לך אחר ובנית ביתך, אז אויב וויל דער מענטש עוסק זיין אין תורה הקדושה בלב טהור, דאס קען נישט געשעהן נאר אויב אז אלע דברים הגשמיים וואס דער מענטש איז עוסק אין זיי טוט ער אויך 'לשמה', ערשט דעמאלס קען ער עוסק זיין במצות ובלימוד התורה כהוגן. אין דאס טייטש דער פסוק הכן בחוץ מלאכתך ועתדה בשדה דאס גייט ארויף אויף די דברים חיצוניים די דברים גשמיים, די מאכסט זיי לשמה, איז דעמאלס וחר ובנית ביתך קען ער טוהן מצות ועוסק זיין בתורה וואס דאס איז זיין בית, כהוגן. (באפ"ת פרשת במדבר, ובפ' ואתחנן דערמאנט ער דאס באריכות, וזה לשונו: ובנית ביתך, דהדיבור והתפלה נקראת בית, שנעשה ע"י האותיות שנקראו אבנים וכשמצטרפין נעשה בית).
דער אך פרי תבואה ברענגט אראפ דעם טייטש אויך אין פרשת קדושים. און אין פרשת במדבר ענפערט דערמיט דער אך פרי תבואה דער קשיא פון דער אור החיים הק' פארוואס עס שטייט וידבר ה' אל משה במדבר סיני באהל מועד, קודם וואלט געדארפט צו שטיין אהל מועד אין דערנאך במדבר סיני, מיט דעם ווארט פון דער אור המאיר איז מוסבר, ווייל קודם דארף מען אויס ארבעטן די חיצוניות, די אינדרויסענדיגע ענינים, ערשט דערנאך קען מען אריין קומען אינעווייניג צום אוהל מועד, לאמר צו רעדען דיבורים קדושים.

*

אין א כל נדרי דרשה (הישר והטוב - דרוש ח' ליום הכפורים שנת תרל"א) האט מרן הגה"ק מליסקא זי"ע דערמאנט וואס דער אור המאיר טייטש דעם פסוק שובה ישראל עד ה' אלקיך, שתהיה דיוקנך למטה כמו למעלה, אין דאס איז אויך פשט אינם חז"ל גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד.
הגה"ק מליסקא טייטשט דערמיט כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו, אונז רייניגען זיך, און אין זענען זיך מטהר, לפני ה' תטהרו פונקט אזוי ווי 'למעלה'.

*

אין אך פרי תבואה פרשת נח, דערמאנט ער אויך דעם ספר אור המאיר (דף כו)






(פרשת חי' שרה דף ק')