בלאט 1 פון 2
זלמן שאכטער - שלומי
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 9:21 pm
דורך הוגה
ר' זלמן שאכטער (שלומי) איז אן עלטערע איד וואס פירט היינט צוטאגס אן א קהלה אין באולדער קאלעראדאו. זלמן איז אויפגעוואקסן א חבד'סקער, ער איז געווען א רב און שליח צו קאלעדזש קעמפוסעס.
שפעטער איז ער אוועק פון חב"ד און איז אויפגעקומען מיט זיין אייגענע מאדערניזירטע דרך. זיין מהלך האט קענטליך שטארקע אינפלוענס פון די זעכציגער (היפי) יארן. ער איז זייער שטארק מיט די "אלל אינקלוסיוו" שיטה.
אויך האט זיין געפירעכץ אין אסאך הינזיכטן שטארקע ענליכקייטן צו פאר-איסט קולטורן. מעדיטעישאן וכדומה. ער אליינס איז אמאל געפארן זיך טרעפן מיט די דאליי לאמע.
זיינע תפלות און פארברענגן זענען פול מיט טשענטס און זינגען אביסל כעין קארליבאך.
זיינע ספרים זענען מלא חסידות און חסידישע מעשיות. בקיצור א שטארקע טשאלענט.
איך האב מיך אנגעטראפן אין זיינס א בוך
a heart afire. עס איז געווען גאר אינטערעסאנט, חסידישע מעשיות מיט פירושים.
איך בין נייגעריג צו וויסן אויב איינער דא ווייסט מער איבער אים אדער זיין קהלה. סירטשן אויפן אינטערנעט קען איך אליינס, אבער עפעס ציט מיר צו וויסן מער איבער אים.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:15 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:33 pm
דורך ודי למבין
איך האב אמאל געזען אן איינע פון זיינע ספרים (אדער פון איינע פון זיינע תלמידות) א נייע נוסח שמונה עשרה וואס ער האט מתקן געווען, ער איז אויפגעקומען מיט א'ן איידיע אז די באשעפער איז נישט קיין זכר און נישט קיין נקבה, איז די שמו"ע א תערובת פון זכר און נקבה למשל ברוכה את ה' חוננת הדעת, וכדומה, און אפאר שטיקלעך זענען בלשון זכר
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:36 pm
דורך הוגה
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6435#p6435
יישר כח.
איך זעה אז עס איז ממש נישטא וואס מחדש צו זיין דא אין שטיבל. איך מיין אז איך הער אויף צו עפענען נייע אשכולות.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:44 pm
דורך קאווע טרינקער
הוגה האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=6435#p6435
יישר כח.
איך זעה אז עס איז ממש נישטא וואס מחדש צו זיין דא אין שטיבל. איך מיין אז איך הער אויף צו עפענען נייע אשכולות.
פון ונבנתה וועט ארויסקומען א חורבן?
הוגה... דו גיי ווייטער...
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:53 pm
דורך הוגה
ווער טרויעט זיך צו שרייבן דברי הספד והערכה לרגל די פטירה פון דער אדם גדול?
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 6:07 pm
דורך לעיקוואד
עס איז מיר אינטרעסאנט נאכצוברענגען וואס זיין תלמיד
אוהד אזרחי פארציילט היינט אין ספר הפנים (בתגובה לתומר פרסיקו) :
זכיתי שרבי זלמן הסמיך אותי באופן פרטי, ונתן לי את הרשות להסמיך אנשים אחרי להמשך השושלת. והוא הבהיר לי שבשושלת שלנו יש לא רק לימוד יהודי וחסידי אלא גם את מה שהוא למד מהמורים שלו שהיו לא יהודיים. מיסטיקנים נוצריים, מורים סופיים ומורים בודהיסטיים. מבחינתו כל זה היה כלול בהסמכה שלו שהעביר אלי. הטקס שהוא עשה לי בחדרו מתחת לטלית שלו העביר בי צמרמורות אדירות בעמוד השדרה מעלה ומטה כמו מלאכים בסולם יעקב.
אינני יכול אלא להריע לו על חייו ועל מותו המודע, הבהיר, העניו והיפה. אשריך רבי זלמן אשריך. וגעגוע גדול בלבי.
ווי אויך איז כדאי צו ברענגען דא דער שמועס זיינע וואס איז נתפרסם געווארען א קנאפע פאר חדשים צוריק איבער זיין הכנה צו'ם שטארבען
http://www.cpr.org/news/story/89-year-o ... bout-dying ווי מען זעהט א גדלות און ריינקייט פון א מענטש וואס נעמט אן דאס טויט פנים בפנים און איז משלים מיט איר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:27 pm
דורך נהורא נפישא
ער קוקט שוין אויס דא א בן ארבעים לכה"פ, דאס ווייזט אז מיר האבן נאך האפענונג
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:38 pm
דורך לעיקוואד
(קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס די משוגעת פון נעמען בילדער פון די אינטערנעט און ארויפשמירען אויף זיי די קאווע שטיבל וואטערמארק? מילא אריגענעלע בילדער אדער ארבעט פארשטיי איך, אבער סתם א בילד וואס יעדער איינער קען טרעפן מיט א פשוט'ער גוגל זוך? סתם צו פארשמירען?)
איז אז מ'רעדט שוין, נאט אייך נאך אפאר שיינע בילדער (פון
דא )
75'סטע בירטדיי
בגדי לבן לכבוד ימים נוראים
מיט א קאץ
נאך א שלב
מיט די דאלאי לאמא
מיט ר' שלמה'ן
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:47 pm
דורך כוכב
ער איז געווען א שומר תורה ומצוות? (ארטאדאקסישע ווערסיע)
בכל אופן, העמיר אינזין האבן ביים צדקתך די וואך דעם קלאון היפסטער גורו ראביי וואס איז געשטארבן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:50 pm
דורך נהורא נפישא
ניין נישט ממש, ער האט מחדש געווען א נייע דרך אין חסידות.
נשלח: פרייטאג יולי 04, 2014 12:22 am
דורך נולד מאוחר
כוכב האט געשריבן:ער איז געווען א שומר תורה ומצוות? (ארטאדאקסישע ווערסיע)
בכל אופן, העמיר אינזין האבן ביים צדקתך די וואך דעם קלאון היפסטער גורו ראביי וואס איז געשטארבן.
איך בין מוחה מזלזל זיין פון א אדם גדול כזה פאסט נישט פאר אזא בר דעת ווי די.
מען מיז נישט האלטן פון זיין דרך מ'מיז אויך נישט חוזק מאכן פון א מענטש וואס האט געמיינט און געטון ריין טוב.
אידשקייט ביי עם האט געמיינט מער ווי ביי רוב כל העולם כלו רבנים. דארט איז אפשר יא דא זאלכע וואס קלאון איז פאסיג.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 12:29 am
דורך נהורא נפישא
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 2:41 pm
דורך smartinof
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט נאכצוברענגען וואס זיין תלמיד
אוהד אזרחי פארציילט היינט אין ספר הפנים (בתגובה לתומר פרסיקו) :
זכיתי שרבי זלמן הסמיך אותי באופן פרטי, ונתן לי את הרשות להסמיך אנשים אחרי להמשך השושלת. והוא הבהיר לי שבשושלת שלנו יש לא רק לימוד יהודי וחסידי אלא גם את מה שהוא למד מהמורים שלו שהיו לא יהודיים. מיסטיקנים נוצריים, מורים סופיים ומורים בודהיסטיים. מבחינתו כל זה היה כלול בהסמכה שלו שהעביר אלי. הטקס שהוא עשה לי בחדרו מתחת לטלית שלו העביר בי צמרמורות אדירות בעמוד השדרה מעלה ומטה כמו מלאכים בסולם יעקב.
אינני יכול אלא להריע לו על חייו ועל מותו המודע, הבהיר, העניו והיפה. אשריך רבי זלמן אשריך. וגעגוע גדול בלבי.
ווי אויך איז כדאי צו ברענגען דא דער שמועס זיינע וואס איז נתפרסם געווארען א קנאפע פאר חדשים צוריק איבער זיין הכנה צו'ם שטארבען
http://www.cpr.org/news/story/89-year-o ... bout-dying ווי מען זעהט א גדלות און ריינקייט פון א מענטש וואס נעמט אן דאס טויט פנים בפנים און איז משלים מיט איר.
[tag]לעיקוואד[/tag], וואס האט אנעמען טויט מיט ריינקייט, [נישט אז איך האלט אז רבינו שעכטער איז נישט געווען ריין, נאר ארדרבה] עס איז נישט מער ווי לאגישער פסיכולאגישער חשבון, פארוואס אנטלויפען און מורא האבען פון א זאך, וואס גייט סייווי קומען, אסאך פסיכולאגען האבען שוין געהאט דעם מיטל, אז דאס לעבן ווערט נאר שווערער ווען מען האט מורא אזז מען גייט איר פאלירען, סאיז נישט קיין מדרגה פון טהרהנ וכדו' עס איז א דרגה פון ראציאנאליזעם
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 3:14 pm
דורך לעיקוואד
היינו הך.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 3:21 pm
דורך איחוד פעלד
היינו לאו הך
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:37 pm
דורך smartinof
לעיקוואד האט געשריבן:היינו הך.
סלקא דעתך...
זאגסט מיר א לשון קודש'ער סטעיטמענט, מיינט נאך נישט גארנישט, אחוץ, אז ריין האסטו געמיינט במובן פילוספי און נישט עפעס א חרדי'שער, די סיבה פארוואס דער פרומער זאל נישט מורא האבען פון טויט, און פסיכאלאג/פילעזאף זאל נישט מורא האבען, איז גאר ווייט, ווייך די צווייט דערמאנטע איז אפילו השארת הנפש קומט נישט אריין און חשבון, אבער ביים ערשטען איז עפעס, ותשחק ליום אחרון'דיגער געדאנק, קענסט זיך קלאר מאכען אז די ווילסט
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:36 am
דורך אוהב ספרים
צוריקטע מענטשען
געווען א דראג עדיגקט און עובר געווען אויף כל החמורות
אויף שרייבט מען אדם גדול
זענט איר אויף דעם קאפ געפאלען
א מענטש וואס האט געזאגט אז ער וויל נישט תשובה טועהן לפני מותו ווייל דעמאלטס וועט דאס נישט זיין דער אמת'ער זלמן
למעשה האט ער געוואלט אז מען זאל איהם פארברענען, אבער למעשה האט ער חרטה געהאט אויף דעם און ער האט געהאט א געהעריגע טהרה דורך שלוחי חב"ד
ער האט חתונה געהאט 4 מאל 11 קינדער
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 1:39 am
דורך smartinof
אוהב ספרים האט געשריבן:א מענטש וואס האט געזאגט אז ער וויל נישט תשובה טועהן לפני מותו ווייל דעמאלטס וועט דאס נישט זיין דער אמת'ער זלמן
wow! דאס איז דאך א הפלא'דיגע געדאנק, אמת און קלאר, איז ער דען נישט גערעכט, דאס איז חומר למחשבה, די סטעיטמעינט רירט אן יסודות'דיגע טיפע נקודות
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:12 am
דורך איך אויך
אוהב'ל ,פארשטייסט נישט עס איז סופער קיהל פאר די כופרים צו לייקן אזא ריפארמער צודרייטער פארדראגטער קלאון?
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 2:15 am
דורך לעיקוואד
איך ווייס נישט פונקט וואס איר פארשטייט במובן פון ריינקייט, עס איז אפשר נישט די מערסטע מדויק'דיגע ווארט, איך מיין צו זאען א קלארקייט און א גרייטקייט צו קוקען אויף זיך אן קיין נארישע מחיצות און תירוצים, איך ווייס נישט וואס דאס איז ריין במובן חרדי.
היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם. איינער וואס גרייט זיך אסאך און טוט תשובה ער זאל זוכה זיין בבית דין של מעלה קומט נאך גארנישט צו דעם, דאס איז ווייטער געזארגט פאר דיינע פחדים. נישט אז עס אי שלעכט תשובה צו טוהן אבער נישט פון דעם רעדט מען בכלל. איך מיין דא פשוט זיין קלאר און ריין אז קיינער איז נישט געקומען דא אויף אייביג און אז יעדער איינער האט זיך זיין tour of duty און עס ענדיגט זיך פשוט פריער אדער שפעטער, דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 3:45 am
דורך יואליש
אויך מיר א חסידיש'ע איד! מאכט א ''לחיים" אויף פאלאנד ספרינג וואסער!!!! מ'ברויך זיך קריעה רייסן!
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 10:23 am
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקט וואס איר פארשטייט במובן פון ריינקייט, עס איז אפשר נישט די מערסטע מדויק'דיגע ווארט, איך מיין צו זאען א קלארקייט און א גרייטקייט צו קוקען אויף זיך אן קיין נארישע מחיצות און תירוצים, איך ווייס נישט וואס דאס איז ריין במובן חרדי.
היינו הך מיין איך צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוק פון "ראציאנאלע" אדער "פילאסאפישע" הכנה צו'ם טויט און "רעליגיעזע" הכנה אדער השלמה דערמיט. עס איז נישט עפעס א טעאריע פון סייענס אדער עפעס, יעדער איינער אין די וועלט ווייסט ראציאנליש אז ער גייט שטארבען און אז ער וועט נישט לעבן אייביג (חוץ דער ליבואוויטשער רבי..) און דאך זעירין אינין וואס זענען נישט freaked out פון דעם כלשון הרב און וואס קומען איבער די קינדערישע פחדים און געדאנקען איבער דעם. איינער וואס גרייט זיך אסאך און טוט תשובה ער זאל זוכה זיין בבית דין של מעלה קומט נאך גארנישט צו דעם, דאס איז ווייטער געזארגט פאר דיינע פחדים. נישט אז עס אי שלעכט תשובה צו טוהן אבער נישט פון דעם רעדט מען בכלל. איך מיין דא פשוט זיין קלאר און ריין אז קיינער איז נישט געקומען דא אויף אייביג און אז יעדער איינער האט זיך זיין tour of duty און עס ענדיגט זיך פשוט פריער אדער שפעטער, דאס רופט איך ריינקייט דאס האט נישט מיט פסיכאלאיגע אדער פילאסאפיע אדער רעליגיע דאס איז פשוט טוהר הנפש נישט ווערן איבערגענומען פון קינדערישע הרגשים און געדאנקען.
ווי האט נאר דער רבי ר' ברוכ'ל געזאגט במתק לשונו ובטוהר לבבו: 'A free man thinks of nothing less than of death, and his wisdom is a meditation not on death but on life'.