בלאט 1 פון 2
אבאמא סקאנדאלן
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:04 pm
דורך ידען
סע טוט זיך ששון ושמחה מיט אבאמא עדמיניסטרעשען וואס זיי גייען פון איין סקאנדאל צו די אנדערע.
אינטערעסאנט אז מע האט נישט געשריבען דא וועגן עס.
קודם איז בענגאזי פעסט ביזי אין קאנגרעס און נאך דעם מיט די irs און יעצט מיט די טעיפס ביי ap.
וואס איז נעקסט?
http://www.usatoday.com/story/news/poli ... s/2156837/
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:14 pm
דורך משולם שטיינפעלד
לצים זאגן, אז נעקסט טרעפט מען צוויי פארכאפטע מיידלעך אין בעיסמענט פון ווייסן הויז
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:19 pm
דורך זר זהב
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:39 am
דורך ברעט מענינג
זר זהב האט געשריבן:חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
סעזעט אויס אז איינער האט שוין געקויפט זר זהב'ס נאמען!!
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 1:08 am
דורך זר זהב
א מבול מיט סקאנדאלען אין וואשינגטאן,
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:34 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'טוט זיך אין וואשינגטאן, ס'האט זיך גענומען פליען סקאנדאלען, באנגאזי, די IRS, וכו', קאנגרעס פארשט אויס, ס'יו"ט אין דער וואכען,
בציקער המעשה דער עריק האלדער איז געווארען אויסגעפארשט אין קאנגרעס, אין דער האט באשלאסען אז ער ווייסט גארנישט....... א באנדע לצים,
ווידיאו:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4fCF_LiS4l4[/youtube]
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 5:32 pm
דורך פרישער
ער ווערט ניטאמאל רויט ווען ער זאגט איי דאנט נא טויזעט מאל
ער קען וועין הייסען קלינטאן אויך אויפן ערשטען נאמען
די פראבלעימען האבען אלץ ארימגענימען די אבאמא אדמיניסטראציא, אבער אינטערעסאנט איז אז עס האט באקימען קלעבאכץ, אין גענימען קלעיבען אווי קרעיזי גלו
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:01 am
דורך George
אויף אבאמא וועט גארנישט קלעבן, ער האט שוין איבערגעלעבט סקאנדאלען וואס קיין איין פרעזידענט האט נישט, פונעם ערשטען טאג אויפן סטעידזש האט אים די מידיא ליב, און זיי קאווערן אים נאו מעדער וואט.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:02 pm
דורך ידען
George האט געשריבן:אויף אבאמא וועט גארנישט קלעבן, ער האט שוין איבערגעלעבט סקאנדאלען וואס קיין איין פרעזידענט האט נישט, פונעם ערשטען טאג אויפן סטעידזש האט אים די מידיא ליב, און זיי קאווערן אים נאו מעדער וואט.
אבער יעצט האט ער געהאט צו טוהן מיט די מידיע. ער האט זיך צושלאגען מיט זיי.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 1:04 pm
דורך George
זיי וועלן אים דאס אויך פארגעבן, די ענקערס פון די גרויסע ניוס נעטווארקס האבן זיך ווייטער זייערע אגענדעס. קוקט דערווייל נישט אויס ווי ס'שאדט אים צופיל.
gallup daily obama job approval
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:35 pm
דורך לאליפאפ
היינט געהערט אויף abc news אז אובאמא איז אריינגעקומען צו א זיצונג מיט ליפסטיק אויף זיין קאלער, און ער האט זיך געמוזט פארענטפערן דערפאר...
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:50 pm
דורך George
ABC news מיינסטו Talk radio?
די קאנסערוועטיוו טאלק שאו האוסטס ארבעטן איבעאמידלעך, סאו פאר נאו לאק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:24 pm
דורך זר זהב
ס'טוט זיך
לעבעדיג, די אבאמא אדימיניסטראציע האט מודה געווען אז מ'האט אינטערגעהערט טעלעפאון קאללס פון מיליאנען ווערייזאן פאונס. אויך פון
גוגעל. איך האב נישט
געליינט פונקטליך דיטעילס.
און איך וואלט עס נישט געלייגט אין א סקאנדאל אשכול ווייל אנדערש ווי די קארופטירטע פארפוילטע דעמאקראטן וואס האבען נישט אויפגעהערט צו אטאקירן בוש פאר די פאטריאט אקט וואס בוש האט איינגעשטעלט, ביניך געווען דערפאר. אבער דא ווען אבאמא טוט סאך ווילדערע שריט נעמען זיי איין א מויל מיט וואסער. און די פארשאלטענע ליבעראלע מידיע
דעפענדען אים נאך. די זעלבע וואס האבן געזוכט יעדן שעה פון טאג וואו אינטערצוהאקן בוש און זיין מלחמה מיט טעראר. ימח שמם וזכרם
די דעמאקראטס ווייסן נישט פון קיין שעים
זיי זענען די ווארסט אוו די ווארסט. זאלן זיי אלע איינעמען מיתות משונות
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 12:58 am
דורך דעת תורה
אויך מיר דעפענדעט. מיט אזאלכע דעפענדערס דארף ער נישט קיין אטאקירער. ליין למשל דעם טיימס עדיטאריעל פון היינט נאכמיטאג.
און טאקע ביי דעם געלעגנהייט דרוק איך אויס מיין פולסטע הסכמה מיטצוארבעטן מיט די פראטעסט קעגן די אדמיניסטראציע. (איך דארף נישט קיין איין רעדנער פון מיין זייט!) אין מיינע אויגן איז דאס א עוולה שאין דוגמתה, לעגאל צי נישט. פוויייייייייי!!!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:18 am
דורך רוזעוולט
דעת,סאונדסטאך אזוי ענדליך צו מהר"א'ס היינטיגע דרשה, ווען מ'מיינט עס אמתדיג דארף מען נישט קיין בעל דרשן (משמעת ידען )
אז מ'מאכט ביטול תורה, וועם גייט אן בעל דרשן (מדברי: מהר"א)
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 10:13 pm
דורך ידען
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:32 pm
דורך שמעקעדיג
דער עולם שלאפט דא אינגרויסן,
דער סקאנדאל וואקסט פון טאג צו טאג,
אצינד האט "עפל" ארויסגעגעבן אינפארמאציע אז אויך פון זיי האט די גאווערמענט פארלאנגט רעקארדס פון זייערע קאסטומערס,
עס איז ממש אומגלויבליך וואס אמעריקע טוט אלס מ'כלומר'שט אונטערן נאמען אונז צו באשיצן,
רבותי אלע אונזערע פאון קאלס ווערן אונטערגעהערט, אונזערע אימעילס און טעקסט געסעיווט, אן קיין פיפס, אלעס אונטער א לעגאלע שלייער,
איך הייב שוין אן טראכטן אז חזקיהו המלך איז גערעכט, די גאווערמענט וויל אונז נאר שטילערהייט איינשלינגען, באשולדיגן און אריינווארפן אין תפיסות, און אייננעמען די וועלט
חזקיהו, וואו ביסטו ווען מ'דארף דיר..................
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 12:39 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד, פאסט נישט פאר דיר...
סך הכל ווילסטו ארויסברענגען אז אויב באהאלט מען גארנישט דארף מען נישט זיין באזארגט, פיין,
אבער דו קאנסט דאך אונזער גאווערמענט, מען שטעלט אן א פנים פון א תם, און מען שטויסט ווי א מועד,
השם ישמרנו אויב שטייסטו אמאל פאר א ריכטער און מען צונעמט דיינע געשפרעכן, א געניטער פראקוראר מאכט דערפון צימעס,
ער קען אויפווייזן פארן ריכטער אז מיט יעדן זאץ האסטו עובר געוען א געזעץ,
און בכלל איז דען נישטא א דערהער פון "פרייוועסי"?
אז איך רעד מיט איינעם וועגן שלום בית, אדער מיט א משפחה מיטגליד עניני משפחה,
אדער מיט מיין ווייב עפעס פריוואטע ענינים שאין מגלין אותן אלא לצנועין, און די ליסטע איז לאנג,
מיט וואספארא רעכט הערן זיי אונטער מיינע פריוואטע זאכן און סעיוון דאס ביי זיך פאר דורות? איז דאס נישט דיקטאטורישקייט?
בין איך מחוייב איבערצוזיפן יעדע ווארט אויפן טעלעפאן בי"ג נפה ווייל די אמעריקאנער גאווערמענט וויל שפילן מיט מיר געימס?
חוץ מזה וואס איך בין נישט מסופק אז די מענטשן דארטן שרייבן אבי געזונט,
נישטא קיין מענטש, אין גם אחד, וואס זאל נישט טון עפעס אקעגן דער געזעץ, ס'איז לא ימלט, אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא,
קאם אן, לעיקוואד, ביסט קלוגער פון דעם...
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:37 pm
דורך לעיקוואד
ניצחתני.
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 1:43 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:ניצחתני.
מיין גרעסטע קאמפלימענט אין די לעצטע 10 יאר!
(לעמיל, זאל איך עס אריינשטעלן אין מיין חתימה?...)
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 3:59 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:אצינד האט "עפל" ארויסגעגעבן אינפארמאציע אז אויך פון זיי האט די גאווערמענט פארלאנגט רעקארדס פון זייערע קאסטומערס
די וואל-סטריט דזשורנאל דערציילט זונטאג אז עפל, מייקראסאפט, עי. או. על., גוגל, סקייפ, יאהו און פעיסבוק האבן - מיט די רשות פון די פעדעראלע רעגירונג - ארויסגעגעבן די ציפערן פון רעגירונג'ס פארלאנגן פאר פערזענליכע אינפארמאציע.
קרעדיט:
סי בי עס
נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 5:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
רוב אמעריקאנער האלטן אז די רעגירונג איז בארעכטיגט אונטערצוהערן שמועסן אינעם קאמף אקעגן טעראר. קיינער זוכט נישטא קיינעם צו באגראבן און קיינער וויל נישט צונעמען שמעקעדיגס פוד סטעמפס דא איז דא איין ציל א קאמף קעגן טעראריזם און נאר פאר דעם צוועק דינט די nsa
ווי פארשטענדליך הערט נישט די רעגירונג פאקטיש אויס אלע טעלעפאן רופן, ווייל פאר אזא פראיעקט וואלט מען געדארפט עטליכע הונדערט מיליאן ארבייטער 24 שעה א טאג. עס ווערט אוועקגעלייגט דאטא און גענוצט אין פאל נויטיג.