כפה עליהם הר כגיגית פארוואס??

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

כפה עליהם הר כגיגית פארוואס??

שליחה דורך מאטי »

רבים קולמוסים הפילו  אסאך אסאך זאמד האבן שוין פארטריקנט די דיו וואס האט פרובירט צו פארענפערן  תוס׳ קושיא אין מסכת שבת, פארוואס האט אויסגעפעלט דער כפה עליהם הר כגיגית נאכדעם וואס אלע האבן אויסגעשריגען כאחד נעשה ונשמע, תוס׳ פארענפערט כאן בתורה שבכתב כאן בתורה שבעל פה און אזוי איז דא אסאך תירוצים ואכמ״ל.
איין תירוץ וואס האט מיר יא ארויסגענומען פון מיין  גלייכגעוויכט איז א הפלא׳דיגער תירוץ פון א פריערדיגער מיט די פלייצעס פון א ראשון ממש דאס איז דער תירוץ פון ר׳ מאיר שמחה הכהן מ׳דווינסק זצ״ל

דער משך חכמה און פרשת יתרו זאגט ווי פאלגענד. 

ויתייצבו בתחתית ההר מלמד שכפה עליהן הר כגיגית: 
פירוש שהראה להם כבוד ה׳בהקיץ ובהתגלות נפלאה עד כי ממש בטלות בחירתם הטבעי׳ ויצאה נשמתם מהשגת כבוד ה' והיו מוכרחים כמלאכים בלא הבדל, וראו כי כל הנבראים תלוי רק בקבלת התורה 

מבהיל׳דיגע ווערטער! דער משך חכמה זאגט אז ה׳ האט מכריח געווען די אידן  דורך זיי ווייזן דער גרעסטער התגלות און כבוד ה׳ אז זיי זאלן מיט זייער שכל איינזעהן אז די בעסטע זאך פארן מענטש איז היטן די תורה און דער גאנצער בריאה איז תלוי אין די תורה און דורך דעם איז בטל געווארן זייער בחירה פון נישט וועלן אננעמען די תורה.

זייער געשמאקע  לאגישע ווערטער אבער דאך!.. ליבי נוקפי עפעס שטימט מיר נישט דא.. ער זאגט אז וויבאלד ה׳ האט אוועקגענומען די בחירה ווערט דאס א כפיה.  כופה זיין מיינט טאקע אוועקנעמען די בחירה אבער אוועקנעמען די בחירה איז לאו דוקא כופה געווען. כפיה איז טייטש אז איך טו די זאך געצוואונגענערהייט למרות דער פאקט אז ס׳ווילט זיך טון פארקערט.

אני הקטן (נישט דער ניק) וואלט געוואלט אויפטון אזא חידוש אבער קודם, כדרכי וועל איך דאס אויסשפילן אין אונזער טאג טעגליכער מהלך החיים טראץ וואס מיין ידיד יואב רעדט זיך אפ אז איך בין משלב תורה מיט פארברענגען אן קיין געוויסן ביסן דאך וועל איך זיך יא ערלויבן דאס צו טון און ווער ס׳איז חושש אויף גחלי רתמים האט די ברירה איבערצוהיפן די ראזינקעס.

א אינגערמאן טרייבט זיין קאר מיט א שנעלקייט ער קומט אן צום געלן/רויטן לייט און מיט א יאגעניש שלינגט ער איין דעם אינטערסעקציע (מסתם נישט געליינט מיין לעצטע תגובה) גלייך וואקסט ארויס פון אונטער דער ערד אן אכזריות׳דיגער געזעץ אינפארסירער,  און שליידערט אים אין א זייט מיטן פולסטן מאס יקוב הדין את ההר, און שרייבט אים א לאנגע מגילה און לאזט אים איבער אבל וחפי ראש.

בהשקפה ראשונה וואלט יעדער מסכים געווען אז דער אינגערמאן איז נישט אום בעסטן גוסטע אויפן מאמענט ס׳לאזט זיך לייכט טראכן אז ער דער אינגערמאן איז אנגעווייטאגט אויף זיך, אויפן פאליציי מאן און פארשרייבט דאס אריין און זיין פנקס אלס איינע פון זיינע אנגעזעצטע טעג.

אבער אויב וואלט איר צוגעגאנגען צום אינגערמאן און אים געפרעגט אזוי.

אנטשולדיגטס! האלט איר אז דער טראפיק לייט סיסטעם איז א גוטע זאך ? זיכער אזוי, וואלט ער געענפערט.

איר פארשטייט - וואלט איר אים ווייטער געפרעגט - אז אויב וואלט פאר יעדן געווען גרין אגאנצען צייט וואלט איך נישט גערעדט מיט אייך דא לעבעדיגערהייט? געוויס! יא וואלט ער געזאגט.

 און אז אויב דער פאליציי וואלט בכלל נישט אינפארסירט דער געזעץ וואלט רויט אין גרין משמש געווען בערבוביה ואיש את רעהו חיים בלעו ? אודאי! זיכער! וואס איז בכלל די שאלה וואלט ער געזאגט.

 טא אויב אזוי וואס רעגט איר זיך אזוי? פארוואס איז דער פאליציימאן אזא אנטיסעמיט ? אזוי ווילט איר דאך!  איר האט דאך יעצט געזאגט אז איר פארשטייט אז אזוי מוז אלעס זיין! דער רויט לייט,  דער פאליס, דער טיקעט, אבער ווען ס׳קומט למעשה, איר שפירט דאס אויף אייער אייגען לייב רעגט איר זיך!  זענט איר אפשר א היפאקריט?

די אידען האבן געזאגט נעשה ונשמע זיי האבן געוואלט מקבל זיין די תורה זיי האבן פארשטאנען אז אן די תורה איז נישטא קיין מאראלישע ווירדן זיי זענען צו אלעם מסכים אבער! פארן כלל... ה׳ האט אבער געוואוסט אז אפילו אויב מ׳איז טאקע מסכים צו אלעם ווען ס׳קומט אבער צום פרטיות׳דיגער מענטש ווען ס׳שטעלט זיך ארויס קאנסקווענצן וואס שטימט  מיט דיין אידילאגיע אבער ס׳איז נוגע אויף למעשה יעצט אין דיין פרטיות׳דיגער לעבן דוגמת אונזער אינגערמאן דער גרויסער חסיד פון טראפיק לייטס וואס רעגט זיך אבער ווען ער אליינס שפירט די קאנסקווענצן דערפון. דאן איז דער נעשה ונשמה אויס.

אויף דעם האט זיך אויסגעפעלט דער כפה עליהם הר כגיגית!..

בלייבט נאר איבער צו חקר׳נען יעצט וואס איז פשט פונעם הדר קבלהו בימי אחשורוש ?
אז זיי האבן אנגעהויבן זיך פרייען אויפן טיקעט? קען זיין..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

מאטי, אייזן. פון די געציילטע פעלער איך שפיר דער נמשל שטימט מיטן משל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אבער דו פארשטייסט אז דער קלארער בליק וואס זיי האבן געזען בשעת מתן תורה איז למעשה נישט אזאך וואס קען בלייבן לדורות משא״כ דער חיוב קיום התורה יא! האט זיך אויסגעפעלט א כפיה ס׳זאל בלייבן אויף שפעטער אויך. ועוד דער טייטש פון כפה איז צווינגען למרות דו ווילסט בשעת מעשה אנדערש, און ס׳טייטשט נישט דיך היפנאטייזן זאלסט אליין וועלן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט