א גריס פונעם מאגן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

א גריס פונעם מאגן

שליחה דורך שמואל הלוי »

געגעסן האב איך במשך פון אכט טאג
ארעמע ברויט געבאקן מיט פלאג
וואס זאל איך אייך זאגן
אט הערט וואס עס דערציילט מיין מאגן

געווען בין איך מלא צער ויגון
געמיינט האב איך אז איך וועל עס נישט פארטראגן
איך בין דאך צוגעוואוינט צו עסן צו דער זעט
און אצינד אויסגעדארט ווערן מ'וועט

וועל איך דען זיין צופרידן און זאט
פון דעם איינגעדארטן מצה'לע דל ומעט
און אויסער מצה איז דאך כמעט אלעס אסור
קוים וואס מ'מעג נאך עסן א שטיקל בשר

זינט די פורימ'דיגע האלאפצעס גייט שוין אן די זארגן
ווארטענדיג מיט שרעק אויפן מארגן
וואס א טאג מער אריין אין ניסן
האט מען פון מיר שטיקער פלייש געריסן

מיינע מאלצייטן זענען געווארן ווייניגער און שיטערער
און אויפן הארצן איז געווארן זויערער און ביטערער
פון טאג צו טאג האט מען מער און מער געצוימט די מאכלים
און מיטן ביטערן מצב האב איך בשום אופן נישט געקענט שליסן שלום

אבער יעצט ווען אלעס איז שוין אריבער
קען איך מיט פרייד דערציילן פארן ציבור
אז די רעדל האט זיך געגעבן א דריי איבער צום גוטן
אוי איז דאס פיין געווען די שמורה חיטין

די דארע דינע מצה'לעך האבן געזעטיגט אויף כח
איך האב אזוינס זיך נישט פארגעשטעלט אין מיין מח
דערצו איז נאך צוגעקומען אייער, שמאלץ, קארטאפל, און טשיקן
אוי האט מען אין די 8 טאג געטוהן ריקן

איך בין געווארן דיק און פעט און אויפגעבלאזן
ס'דערקענט זיך אז ס'איז געווען לשובע ולא לרזון
איך האב פון די חג המצות גארנישט דערלייגט
אדרבא נאך א שיינע פראצענט צוגעלייגט

עד כאן וואס מיין מאגן טוט דערציילן
וויאזוי זי האט די טעג פון פסח געטוהן פארוויילן
דאס אלעס טוה איך באשטעטיגן ברור כשמש
איידער איך נעם זיך צום פרישן חמץ'דיגן קרעמעש

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר