דער חלק האמת פון די כינוסים אנטקעגן אינטערנעט
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 2:23 pm
מיר זענען ביזי האקן און בראקן אויף די הדר קבלוה מאונס קאמפיינס איינמאל און נאכאמאל, מ'שטיינס געזאגט, די רבנים גייען מיטן קאפ אין וואנט און שלאגן זיך מיט א מציאות א.א.וו.
עס איז אבער פאראן א פונקט וועלכע האט אין זיך א שטארקע נקודת האמת, און מוז ארויסגעזאגט ווערן, כאטש עס וועט נישט זיין אזוי געשמאק פאר אלעמען פון אונז עס צו הערן.
עס איז שוין אדורך עטליכע טעג פון די כינוסים, איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע משתתפים פון בארא פארק און פון מאנסי. פון מאנסי בינעך געווען שטארק פאראינטרעסירט צו הערן אויב מען האט טאקע אנגעהעצט די קינדער אנטקעגן די עלטערן, און צו ר' חיים יושע האט טאקע אדורכגעפירט דעם שענדליכן פלאן. למעשה הער איך אז לא מיניה ולא מקצתיה. קען זיין ער האט עס נישט געמיינט ערנסט, קען זיין ער האט באקומען היץ דערוועגן, כ'ווייס נישט. אלענפאלס, א דרשה האט ער געהאט א גוטע, און אויך - צום וואונדער - הער איך אז פאר א טשעינדזש זענען די דרשות געווען מער פאזיטיוו געשטימט, טאקע יא גערעדט פון פילטערס, און נישט בלויז געשריגן ג-י-ו-ו-א-ל-ד כקול קורא במדבר, וואס דאס אליינס איז באגריסענס-ווערד. הרב וואקסמאן האט אויך ארומגעשמועסט די חשיבות פון א אידיש קינד.
אבער איין נקודה וועלכע ער האט גערעדט, הרב האלבערשטאם, און אין "דער איד" ברענגט ער דאס אויך ארויס שטענדיג ווען מען שרייבט אנטקעגן דעם מכת הדור, איז די חלק ה'עדיקשאן' שבו. מענטשן ווערן צוגעקלעבט צו די כלים - אפילו געפילטערטע - ווי א טישו צום שיך, און ווי א... (יואב, פארענדיג דאס איבריגע..) און מען קען זיך נישט שיידן דערפון, עס נעמט ארום דעם מענטש ווי א דראג. עס לאזט נישט נארמאל לערנען און דאווענען.
כמעט אלע פון אונז, בפרט די שטענדיגע שרייבער, וועלן מודה זיין דערין. איך זעלבסט בין שטארק געשלאגן מיט דעם, בפרט מיט אונזער שטיבל. עס איז מיין ליבלינג, איך לייג אריין שעות דערין, כאטש איך דארף ענדערש ארבעטן יענע צייטן און פארדינען מער, אבער כסדר גיי איך אריין נאר "טשעקן וואס איז נייעס" אינעם שטיבל, און איינמאל אינווייניג, דארף מען שוין ענטפערן און עס געדויערט א שיינע וויילע זיך ארויסצוזעהן אינדרויסן און צוריקגיין צום סדר היום. און חוץ מזה, שלאף איך איין מיט דעם, ביים דאווענען שמייכל איך פון א גוטן וויץ פון א ניק, ביים לערנען אייסער איך מיך אויף א געדאנק וואס איינער האט געשריבן, און ווען אימער איך שפאציר אויפן גאס זעה איך נאר די ווייסע/בלויע/און פוירפל בלעטער (פורפל איז מאחורי, פאר ווער עס איז נישט איינגעשריבן), און פרוביר צו טראכטן ווער זענען די ניקס, וואס נאך קען מען אויסשמועסן.... בקיצור, עס מאכט א תל פון מיין לעבן.
נישט יעדער איז אזוי שטארק צוגעקלעבט ווי מיר. נישט יעדער איז צום שטיבל. אנדערע גלייכן זיין אפדעיטעד מיט נייעס, אנדערע מיט סטאקס און וועטער, אסאך שפילן געימס, ליינען היסטאריע, און אסאך אפילו בלויז כשר'ע אייוועלט. הצד השווה שבהן איז זיצן צוגעקלעבט צום קאמפיוטער, טאבלעט, אדער טעלעפאן פאר שעות ארוכות, ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און מען קען זיך שווער שיידן, און מאנכע געבן אפילו א קוש פארן טעלעפאן בשעת'ן אויסלעשן, און זאגן מיט ליבשאפט, צום ווידערזעהן מארגן! (כ'האף אז כ'טרייב איבער), און צופרי, נאך איידער מען גיסט אפ נעגל וואסער, טשעקט מען שוין די נאטיפיקאציעס אויפן טעלעפאן (נאך א וואונדער אז דאס איז א טמא'נע כלי? אודאי אזוי אויב מען רירט עס אן בעפאר נעגל וואסער...)
זאגט מיר איינער א עפיזאד וואס ר' חיים יושע האט פארציילט ביי זיין דרשה, ווי פאלגענד: ער האט איינעם פון זיינע מענטשן, א שיינע באלעבאס פון א גרויסע ביזנעס, וועלכער האט א פשוט'ן טעלעפאן. בתוך אחד השיחים, פרעגט אים ר' חיים יושע די סיבה דערצו, הלמאי אזא מענטש ווי ער מיט פארצווייגטע געשעפטן וועלכער דארף כסדר באקומען אימעילס און אנדערע אינפארמאציע, זאל נישט האבן עפעס בעסערס? ס'איז דאך שוין פאראן היינט מיט פילטערס? ער פרעגט פשוט אלס נייגעריגקייט.
דער ענטפער פונעם איד האט אים צעשטורעמט: שטעלט אייך פאר ווען איך זעה א מסוכנ'דיגע מעסער וואס הרג'עט מענטשן. דער מעסער זאל זיין ביי מיר אין קאך? קען זיין כ'קען טרעפן א היתר, א פילטער, אבער כ'עקל זיך דערפון! כ'ציטער דערפון! איך טוה אביסל אין שלום בית - זאגט דער איד ווייטער - און איך זעה וויפיל פראבלעמען און עגמת נפש דאס איז גורם, וויפיל שטובער ווערן צושטערט דערפון, זאל איך גיין מיר איינהאנדלען אזא כלי? אפילו מיט אלע היתרים און פילטערס, דארף איך דאס? קען איך עס אפילו אנקוקן?? טפוי!
ער האט אויך פארציילט אז א קינד האט אים געזאגט, אז זינט זיין טאטע האט געקויפט א נייעם טעלעפאן, האט ער פארלוירן זיין טאטן! און ער האפט, דאס קינד, אז נאך דעם כינוס התעוררות וועט ער צוריק באקומען א טאטע!
רוב שלום בית פראבלעמען קומט נישט היינט פון שמוץ. ס'רוב דערפון איז אז דער מאן (און צומאל דאס ווייבל) ווערט פארליבט אינעם כלי אנשטאט אין די בני בית. עס נעמט אוועק דעם קאפ פון אלע וויכטיגע ענינים ברוחניות ובגשמיות, קוים וואס שבת ויו"ט קען מען זיך שיידן דערפון, און מוצ"ש גלייך נאך מעריב לויפט מען כאפן דעם כלי גענוי ווי דער ציגארעטל עדיקט וואס האלט שוין נישט אויס... עפעס א מין ליבשאפט צו דעם קאליר סקרין... און בשעת מעשה פארנאכלעסיגט מען די וויכטיגע פאסט, צאמלייגן די טלית, פארהערן די קינדער, העלפן וואשן דישעס, זאגן ויתן לך, און זיך באדאנקען פאר די ב"ב פאר די געשמאקע שבת... ענדערש גייט מען זיך "אויסגעבן די טשולענט", מען זעצט זיך אריין אין ביהכ"ס פאר א שעה, און מען וואנדערט ארום... און נאכדעם איז מען ממשיך אין בעט ביז די אויגן קלעבט זיך צו....
רבותי, מיר מוזן זיך אויפוועקן פון שלאף. דער חלק איז א אמת'ער פראבלעם, און מען קען עס נישט אוועקמאכן מיט ליצנות און מיטן האקן אויפן סיסטעם. ווי אסאך פון ענק ווייסן שוין, איך האב ליב צו זעהן דעם אמת אפילו עס איז ארומגעוויקעלט מיט אסאך שקרים. איך קען עס נישט פארלייקענען.
עס איז געקומען דער צייט צו טון עפעס דערצו. נאך א יאר האבן מיין סמארטפאון און מאכנדיג א שטיקעלע חשבון הנפש, זעה איך אז דאס האט מיר געברענגט מער עגמת נפש ווי הנאה. יעדע מאל איך ווארט אין די קאר פאר 3 מינוט, קוק איך דעם טעלעפאן, שטיי איך אין די רייע אין גראסערי געשעפט, ווידעראמאל. עס פעלט מיר נישט אויס! אני הקטן האט לכבוד דעם כינוס אפגעהאקט דעם אינטערנעט פון מיין טעלעפאן. איך דארף נישט האבן עקסעס 24/6 צו אלע שטותים (און אלס א באנוס, האב איך מער נישט קיין פראבלעם מיט מיין קראום בראוזער אויפן ענדרויד...). כ'האב גענוג א קאמפיוטער אין ארבעט (אן קיין YOUTUBE צוטריט, דאס האב איך נאר ערגעץ אנדערש וואו עס איז מיר נישט גרינג אנצוקומען), אבער דאס איז ווייט נישט גענוג. מיר מוזן עפעס אויסארבעטן נישט צו פאלן פאר אונזערע תאוות, נאר מיר זאלן זיין ווי צדיקים וועלכע האבן לבם ברשותם.
האמת ניתן להיאמר. דער נקודה מוז געזאגט ווערן, און דערהערט ווערן, און לאמיר האפן אז ס'וועט עפעס אויפטון.
חבר היקר! חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו! עשה למעניהם אם לא למענינו!