א הייליגע רוף צו אלע לוחמים למען האמת

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

א הייליגע רוף צו אלע לוחמים למען האמת

שליחה דורך מוח שליט »

מען האט דערקלערט א וואפן שטילשטאנד!!
אלע צדדים האבן פרקלאמירט אז יעדער יחיד וואס וויל צוריק אויפהייבן דאס געווער דארף ביטע מסביר זיין וואס וויל ער מיט דעם הייליגען מלחמה זיינער.
פארוואס און פארוועלעכס?
שטייטסעך איך רעד דא פון די לוחמים למען האמת מפני שהוא אמת. פאר די וואס די אמת איז נאר אן אמצעי, קענען זיך ווייטער שלאגן געזונטערהייט. זיי האבן דאך גאר אן אנדערע מטרה, זיי מיינען דאך נישט דעם אמת. מיר זענען נישט דן אויף אלע מטרות וואס די וועלט פארמאגט. מיר זענען דן אויף די מטרה פון אמת מפני שהוא אמת. מיר זענען דן אויפ'ן קורטוב אמת וואס מאנכע דא שאלען אז זיי זענען גרייט צו ליידן פאר איר אסאך ייסורים ועינוים. מיר זענען דן פאר די וואס מימי חורפם איז זייער חתימה געווען א פראקלאמציע פון מלחמה למען האמת.
פארוואס???

אלע שיינע שאחמאטלעך אין א זייט געלייגט, זאגט מיר א גראדע אמתע תירוץ.
אהאא, שוין געפאקט ביי מיר זעלבסט א בקשת האמת?
ניין זאג איך אייך. מיין בקשה איז טיילווייז סתם פאר אויסליפטערען פורפאזעס, און טיילווייז ווייל אויפן צד אז עס וועט אפירקומען איינער וואס וועט מיר געבן א צופרידנדשטעליגע תירוץ אויף מיין שאלה, קען עס האבן אן עפעקט אויף מיין גאנצע התנהגות. סיי וואסארא שינוי אין התנהגות מצד מיין אנערקענונג פון א טעות מצידי, וועט האבן אין זיך אן אינגרידיענט פון הוספת הנאה ותענוג. וכידוע אויף א תענוג פרעגט מען נישט קיין קשיות.
די גריכישע פילאזאפען ובראשם אריסטו האבען געהאלטען אז מער פון אלעם זוכט א מענטש happiness. עס איז נישט ממש דומה צו די מושג פון pleasure, אבער כמדומה איז דאס נאר ווייל happiness איז א ברייטערע ווארט ווי pleasure.
מיין הבנה אליבא דאריסטו איז אז מען וויל לעבן א לעבן וואס שטימט מיט מיין מציאות, דהיינו מען וויל נישט האבן קיין קאנפליקטן מבית ומחוץ.
מיין הבנה אליבא דעצמי איז אז נישט האבן קיין קאנפליקטן איז א טויטע לעבן. איך האלט אז מען וויל דוקא די געשמאק פון זיך ארויסדערזעהן פון קאנפליקט, און צו דעם מיז מען בהכרח האבן קאנפליקט.
איך שיהיה, זעהט זיך אויס אז אפי' אריסטו האלט אויך נישט עפעס אינגאנצען דעם ענין פון אמת מפני שהוא אמת.
באמת איז דאס נישט קיין נפק"מ צו דאס האט געזאגט דער פילוסוף אדער דער קוימען קערער, איך דארף א ביאור נישט א מראה מקום.
יישר כוחכם.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דו ווילסט קאנפליקטן? אט האב איך פאר דיר קאנפליקטן! נישט בגנב'נען דיין חבר אדער גאווערמענט. נישט זאגן ליגנט. זיין פארטרויעליך. נישט דורכפארן קיין רויטלייט אדער דרייוון שיכור'הייט. נישט פארציילן פאר דיין פרוי אז היינט האסטו געקוקט אויף א שיין מיידל אין גאס. אדער אז דו רייכערסט טאבאקא אדער דראגס מזמן לזמן. אדער זאגן פאר דיין חבר ראובן, אז דו האסט צוריקגעהערט פון שמעון אז ער (ראובן) האט גערעדט אויף דיר בשעת שמעון האט דיר אנגעווארנט, און דו האסט אים צוגעזאגט, נישט צוריקצוגיין צו ראובן, אפ' ווען דו זאגסט נישט קיין נאמען. לעזן קאנפליקטן אין שלום בית, און ארבעטן דערויף. מאכן זיכער דיינע קינדער באקומען א גוטע עדיוקעישן. און כ'האב פאר דיר די בעסטע קאנפליקט אין לעבן: אגאנץ לעבן זוכן דעם אמת! (דעיס אינקלאד צו עקשולי טוישן פאר די טיים ביאינג ווילאנג דו ביסט ביי דעם סוירטן אמת צו וואס דו ביסט צוגעקומען אין יענע טיים פיריעד) און נישט נאר קליינע אמת'ן אויפ'ן וועג, נאר אפ' אויך די ביג פיקטשער... די גלויבן אליין.. און זע, אויב ס'ברענגט אויך אין לאנג טוירם (נישט נאר פאר דיר אין דיין לייף טיים) עדווענטיזשעס פאר דיינע קינדער און אייניקלעך, אפ' ס'מוז נישט זיין אז זיי גייען האבן די זעלבע גוטע טאלס וואס דו האסט...

אט האסטו קאנפליקטן. די לעבן איז פוהל מיט זיי. אבער ציוואס דארף עס זיין קאנפליקטן, וואס זאל דיך צוריקהאלטן צוטוהן די פונדאמענטאלע לעבנס דיזייערס און געברויכן וואס אונזערע זיידעס אין אפריקע האבן שוין געטוהן.... אוי, כ'האב ליב דער מאמר החכם: אונזער זיידעס אין אפריקע האבן נישט עוואלווד צו [פון] טראכטן קאוואנטום מעקעניקס אבער צו [פון] אנטלויפן פון ווילדע לייבן. זיי האבן אויך געהאט קאנפליקטן, ביליוו איט אר נאט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איים סארי אויב איך טייטש נישט גוט אפ קאנפליקטן. אדער אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען.
קאנפליקטן טייטש - מחלוקת. געווענליך - א מיינונגס פארשידנהייט.
דא שטעל איך מיר פאר מיינסטו - סטראגלס. סטראגלס וואס שטערן דיר לעבן רוהיג און צופרידן. סטראגלס וואס דו דארפסט איבערקומען כדי צו פארשטיין אוואו דו דארפסט געהערן. און דו זאגסט אז אן סטראגלס איז די לעבן נישט אינטרעסאנט. אזוי ווי למשל לאמיר זאגן אז די גאסן וואלטן געווען געמאכט פון גאלד, און מ'וואלט געבוירן געווארן מיט איין פערטיקיולער אבר ווייניגער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יא, ר' טאמבל,
סטראגלט באשטייט פון אבסטעקלס וואס קאנפליקטן מיט וואס דער מענטש שטעלט פאר זיך פאר, עקספעקט, די מציאות זאל זיין.
די ענין פון קאנפליקט/סטראגלס האב איך געשריבען אלס א סייד נאוט. מיין עיקר כוונה מיט דעם אשכול איז צו בעטן דעם עולם פארשטיינצוגעבן וואס איז די הייליגע ענין פון בקשת ומלחמה למען האמת.
לדעתי איז דאס נישט מער ווי זיך ארויסדערזעהן פון אן אינערלעכע קאנפליקט/סתירה, וואס דאס איז בעצם די שורש פון אלע הנאות ותענוגים. דהיינו די געשמאק פון געשמאק איז דאס פטור ווערן פון א שטער צו מיין וועזן. נמצא אז בקשת האמת איז נאר נאך א רינגעלע אינעם גרויסען קייט פון בקשה הנאה.
[אפי' די פיזישע הנאה פון דעם ספעציפישען אבר וואס דו רעדסט, איז אויך לכאורה א בילד-אפ וואס פארלאנגט זיך א ריליעס. דאס גאנצע וועלט און אלע הנאות אירע אנגעהויבן פונעם סאמע יסוד איז קאנטרעקשענס אין פון דעם קומט די טרייבקראפט פאר עקספענשען.]
איך מאך בכלל נישט אוועק רדיפה אחר הנאה. איך וויל נאר וויסן צו בקשת האמת איז א דבר נפרד דערפון אדער איז נכלל אין דעם.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וועל! כ'האב פאר דיר נייעס. די מוח מיט דעם ספעציפישן אבר באלאנגען ביידע אין איין קערפער, און ארבעטן אויף ענליכע כללים. (טראץ מער קאמפליצירט) ווען דער קערפער שטארבט, שטארבט דער מח אויך. (חזר מיר נישט איבער פליז די קאנשעס תורה)
און דאס זעלבע, ווי ווען אויב דאס וועט אפגעשניטן ווערן, וועסטו פארלירן דיין הנאה, וועסטו אויך פארלירן למשל דיין ווילן צו זוכן דעם אמת - 'געשמאק פון געשמאק' אינערליכע קאנפליקטן - אויב דער חלק אין מח וואס אחראי אויף דעם וועט געשעדיגט ווערן.
א קליינע קינד האט א שרעק אין א טונקעלע צימער, פון א שרעקעדיגע חיה אין די קלאזעט, אפ' ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען אין לעבן, און קיינער האט אים נישט אויסגעזאגט אז טונקלקייט איז א פענאמען וואס דארף דערשרעקן.
איז יא! בקשת האמת איז א הנאה ווי אלע אנדערע הנאות. אבער אן הנאה וואס ערמעגליכט אלע אנדערע הנאות צו נאכקומען. און אויב נישט גוט פארשטאנען, א שטארקע שטער צו האבן סיי וועלכן הנאה און מינינג אין לייף. (פאר עמיצער מיט שכל אין קאפ)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז מיר אינערסאנט דער רמב''ם דאכט זיך האט די ''מפני שהוא האמת'' מהלך, און ער איז נישט קיין גרויסע חסיד פון פלעזשער. כמיין צי זאגו מקען נישט מסביר זיין די סיבה איז פלעזשער .
סארי האסט געוואלט א ביאור נישט קיין מראה מקום.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

טאמבל סאס האט געשריבן:וועל! כ'האב פאר דיר נייעס. די מוח מיט דעם ספעציפישן אבר באלאנגען ביידע אין איין קערפער, און ארבעטן אויף ענליכע כללים. (טראץ מער קאמפליצירט) ווען דער קערפער שטארבט, שטארבט דער מח אויך. (חזר מיר נישט איבער פליז די קאנשעס תורה)
און דאס זעלבע, ווי ווען אויב דאס וועט אפגעשניטן ווערן, וועסטו פארלירן דיין הנאה, וועסטו אויך פארלירן למשל דיין ווילן צו זוכן דעם אמת - 'געשמאק פון געשמאק' אינערליכע קאנפליקטן - אויב דער חלק אין מח וואס אחראי אויף דעם וועט געשעדיגט ווערן.
א קליינע קינד האט א שרעק אין א טונקעלע צימער, פון א שרעקעדיגע חיה אין די קלאזעט, אפ' ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען אין לעבן, און קיינער האט אים נישט אויסגעזאגט אז טונקלקייט איז א פענאמען וואס דארף דערשרעקן.
איז יא! בקשת האמת איז א הנאה ווי אלע אנדערע הנאות. אבער אן הנאה וואס ערמעגליכט אלע אנדערע הנאות צו נאכקומען. און אויב נישט גוט פארשטאנען, א שטארקע שטער צו האבן סיי וועלכן הנאה און מינינג אין לייף. (פאר עמיצער מיט שכל אין קאפ)

א- כ'ווייס נישט פארוואס דו האסט אויפגעוועקט א קליין קינד אזוי שפעט ביינאכט. כ'פארשטיי נישט ווי ער קומט דא אריין.
ב - עס איז גראדע א היבשע חידוש אז די הנאה פון תאוה איז בשורשו די זעלבע ווי די מושג פון ארויסגיין פון פארקוועטשטקייט, דהיינו קאנטרעקשאן און עקספענשאן. איז עס ביי דיר אזא כלאחר יד נקודה? האסטו עס ערגעץ געזען? איך נישט. האסט אן הבנה דערין? איך יא.
ג- דיין מוח באשטעטיגט און דעפינירט פאר דיר דיין מציאות. עס איז נישט קיין חלק פון מוח, דאס איז דאס גאנצע מהות פון מוח, עס טרענסעלעיט אלעס צו עלעקטראנישע פולסען. א יא-און-ניין ריאליטי, פונקט ווי ביינערי קאוד אין קאמפיוטער. [דא קומט נאך א שטיקל, אבער איך בין דאך מצווה ועומד].
ווילאנג דער מוח עקזיסטירט איז שייך קאנפליקט ווייל מען קען דאך נישט כולל זיין אלסדינג בסקירה אחת און זעהן דעם גאנצען היקף פון כל המציאות כולה. ווען מען זעהט נאר א חלק פונעם בילד דא און א חלק דא, הערשט דאך אוודאי נישט קיין אחדות, הענס די אינעווידיבעל קאנפליקט. וכמוזכר לעיל, מעז יצא מתוק, פון קאנפליקט און סתירה קומט די הנאה ווען דערזעהט זיך ארויס דערפין. כוונתי בזה אז דאס איז די גאנצע מוח, נישטא קיין "חלק פון מוח וואס איז אחראי אויף דעם".

ד- צוריק צום נושא האשכול.
דו ביסט מסכים אז עס איז אן הנאה, גאר א צענטארעל הנאה, אלע הנאות זענען געוואנדען אין איר. איך וועל מיך דערויף נישט קריגן יעצט. עס איז מיר גענוג אז הרה"ג טאמבל זאגט אז בקשת האמת איז נישט מער ווי אן הנאה. אראפ מיט די רעליגע און מיסטישער "העכערקייט" וואס טייל חכמים דא שפירן ווען זיי זענען עוסק בבקשת האמת. עס איז די זעלבע ווי בקשת לאליפאפ'ס.
ה - אגב, ווארף מיר נישט אריין אזא לאודעד ווארט ווי "מינינג אין לייף". מיט קלישעיס בין איך באזארגט עד עשרה דרא.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

קיין תירוץ אויף דיין שאלה האב איך נישט, אבער די טייטש פון האמת מפני שהוא אמת מיינט פשוט אז מען דארף נישט קיין סיבה קודמת נישט צו קענען זאגן אז אן עפל איז אן אראנדזש. מען קען עס נישט זאגן פשוט ווייל עס איז נישט אמת. דאס מיינט האמת מפני שהוא אמת, מען זאגט דעם אמת ווייל עס איז די אמת און מען קען נישט זאגן אנדערש.
ווער זאגט אז דאס איז אן הנאה, עס קען זייער וויי טון אבער מען קען פשוט נישט זיך ארויפצווינגען צו האלטן אז דער עפל דא איז אן אראנדזש.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מוח שליט האט געשריבן:מיר זענען דן אויפ'ן קורטוב אמת וואס מאנכע דא שאלען אז זיי זענען גרייט צו ליידן פאר איר אסאך ייסורים ועינוים. מיר זענען דן פאר די וואס מימי חורפם איז זייער חתימה געווען א פראקלאמציע פון מלחמה למען האמת.
פארוואס???

2+ 2= 4 = אמת. 2 + 2 = "קען זיין 4" אדער "ס'איז דא אמאל וואס ס'איז פיר" = שקר.
ספיקות - אויב די צווייטע סך הכל איז טאקע שקר אדער איז עס אמת אדער נאר אביסל אמת אדער אפשר גאר קען עס זיין אמת = יסורים
מסקנא - די ריכטיגע סך הכל איז 2 + 2 = 4 = געוואלדיגע הנאה
געוואלדיגע הנאה - יסורים = גרויסע הנאה
ואידך פירושא זיל גמור.
------
בעצם וואלט איך זיך נישט אנגערופן, ממה נפשך, ביי די וואס זוכן דעם אבסאלוטן אמת, איז דאך דאס דברים פשוטים עד למאוד, אז דער דעפינישאן פון אבסאלוט אמת נעמט אריין אין זיך א מארזשין אוו עראר פון אונזערע באגרעניצקייטן, און פונקט ווי צוויי מאל פיר באטראכטן מיר אלס אבסאלוט אמת כאטש ס'איז דא א מעגליכקייט אז מיר זענען זיך טועה, אזוי איז אויך ביי אנדערע זאכן. און ביי די וואס זוכן נישט דעם אמת, אזא איינעם וואלט איך ענדערש געראטן צו נעמען אינטערעסאנטערע ענינים און אין זיי זיך צו ספק'נען און מפלפל זיין ביז ער ווערט געוואויר ווערן וואס איז נישט דעם אמת, אדער וואס וואלט געדארפט זיין דעם אמת לויט די נארישע מענטשן וואס זוכן אמת. נאר אזוי ווי מ'האט מיר פערזענליך גערופן אהער מיט רמזין דרזא דרזין האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט קומען לוחם זיין פאר'ן אמת. :P :ביי
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בעוה"ר וייס איך נישט פון וואס איר רעדט, פאר וועלכער אמת שלאגט זיך איינער, זיי מדגים, גיב א משל, סתם צו רעדן אויבנאויף וועגן "אמת" האט נישט קיין זין. פון וועלכער סארט אמת רעדסטו? אמתער רעליגיע? אמתער מאטעמאטיק? אמתער געלט? און פון וועלכער מלחמות רעדסטו? פון רעדן אין לערנען און פילאזאפירען? מלחמתה של תורה? פון די מלחמה צווישען אמעריקע און איראק? פון מלחמת האינטערנעט?
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט