בלאט 1 פון 2

קידוש לבנה דערמאנונג

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:52 pm
דורך שמעקעדיג
אין די "ספירה דערמאנונג" אשכול האט איינער מעורר געווען אז ס'איז כדאי צו מאכן די זעלבע איידיע פאר קידוש לבנה.
איינער האלט אז ס'איז אינטרעסאנט? עס פעלט אויס יעדע חודש צו דערמאנען פאר די וועלכע יאגן זיך אוועק פון מעריב נאך אינמיטן עלינו (...) אז עס איז צייט צו מחדש זיין די לבנה?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:54 pm
דורך ברסלבער
איך מיין אז עס איז זייער וויכטיג, איך האב א חבר וואס שרייבט מיר אין אישי.. אז ער גייט אמאל אוועק פאר עלינו, און עס קען אים זייער גוט צוניץ קומען א דערמאנונג.

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:02 pm
דורך ברעט מענינג
א גאנצע וואך גייט סיי ווי זיין רעגנדיג

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:02 pm
דורך שערי שמים
אזוי ווי איר זאגט, אז ספירה קומט דאס צוניץ איז טאקע ביי קידוש לבנה קען מען דאס אויך ניצען

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:03 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'קוק אזוי אויף דעם שערי שמים,,, ס'זעהט מיר אויס ווי ס'גייט זיין א שיינע לבנה היינט נאכט..

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 6:41 pm
דורך העלא
מוצאי שבועות איז געווען א שיינע לבנה,
פרייטאג צוממאכטס איז געווען א הערליכע לבנה אבער מ'איז נישט מקדש שבת
אבער עס איז נאכנישט געווען ז' שלימים, נעכטן איז נישט געווען קיין לבנה,
לאמיר האפן אויף היינט

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:42 pm
דורך שערי שמים
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'קוק אזוי אויף דעם שערי שמים,,, ס'זעהט מיר אויס ווי ס'גייט זיין א שיינע לבנה היינט נאכט..

יא, כהאף אויך אזוי...

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:12 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:איך מיין אז עס איז זייער וויכטיג, איך האב א חבר וואס שרייבט מיר אין אישי.. אז ער גייט אמאל אוועק פאר עלינו, און עס קען אים זייער גוט צוניץ קומען א דערמאנונג.

ווען זאל מען איהם שיקן די דערמאנונג ביי שלוש סעודות אדער נאך די שטילע שמו"ע. (פאר ויהי נועם-וא"ק(? :?: :!:

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:28 pm
דורך קינות גירושין
קען איינער מאכען א מעריב דערמאנונג איך פארגעס אמאל
זענט עטץ משוגע געווארען צו וואס?
יעדער ווייסט וואס מהאט צו טאן, אטו בגרים עסקינין?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:56 pm
דורך שמעקעדיג
קינות פארשטייט טאקע נישט?... אדער דו מאכסט זיך?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:53 pm
דורך העלא
קינות אויב דו ווילסט קען מען דיר דערמאנען צו דאווענען מעריב,
קאווע איז אפען פאר די פאבליק, מ'מעג שרייבן וואס מ'וויל, ווען מ'וויל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:34 pm
דורך זר זהב
ביטע האלט אן דעם אשכול. איך פארגעס פון מאל צו מאל, און נישט אלץ ווייסיך צי מקען נאך מאכן. סוי לאז דא מעלדן ווי א לוח דעם לעצטן נאכט טשאנס. שכח

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:56 pm
דורך שמעקעדיג
דעם חודש סיון, קען מען נאך היינט און מארגן.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:51 pm
דורך קינות גירושין
העלא האט געשריבן:קינות אויב דו ווילסט קען מען דיר דערמאנען צו דאווענען מעריב,
קאווע איז אפען פאר די פאבליק, מ'מעג שרייבן וואס מ'וויל, ווען מ'וויל

נו טקאקע דאס האב איך געטאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:51 am
דורך קאווע טרינקער
געמאכט קידוש לבנה. נאר די ברכה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:05 am
דורך דעת תורה
וואו! דו ביסט קיל...

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:07 am
דורך קאווע טרינקער
חלילה, פונקט פארקערט. כ'בין מקפיד נישט צו זאגען מקרא ביינאכט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:06 pm
דורך שמעקעדיג
ווער עס האט נאך נישט געזאגט, האט פארלוירן דעם לעצטן שאנס. אזעלכע שלאקס רעגנס!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:54 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:געמאכט קידוש לבנה. נאר די ברכה.

דו מאכסט נאך מיט א ברכה?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 9:37 am
דורך שמעקעדיג
א גוטן חודש טייערע אידן.
איך האב נעכטן מוצ"ש געמאכט קידוש לבנה, אזוי ווי מסתמא רוב ציבור.
די וואס האבן נאך נישט מחדש געווען האבן צייט די קומענדיגע וואך, אבער די ערשטע האלב וואך הייסט פארוואלקענט און רעגענדיג.

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 5:31 pm
דורך זר זהב
היינט נאכט איז לעצטע טאג מיינעך. און מ'מעג מקדש זיין אויב ס'די לעצטע געלעגענהייט

איינער איז אין?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:19 am
דורך שמעקעדיג
ווער עס האט נאך נישט מחדש געווען מוצאי ת"ב, איז די וואך די צייט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
די וואך איז די צייט פאר אלול.
כאפט אריין זכותים פארן יום הדין.