בלאט 1 פון 1

אייפאון הילף

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 12:07 pm
דורך לעמיל
ווייסט איינער אויב איך באקום פון איינעם א Audio note וואו עס ווערט געסעיווט?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 5:59 pm
דורך געפילטע פיש
וואס הייסט וואו? דו האסט דען פייל סיסטעם אקסעס?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 6:12 pm
דורך לעמיל
איך בין א עם הארץ און דעי זאכען וואו טרעף איך פייל סיסטעם אקסעס?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 6:22 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז אין אייפאון האסטו נישט קיין אקסעס, כ'בין נישט די גרויסע אייפאון מבין, אפשר וועלן די עפל פענ'ס דיר קענען בעסער העלפן, אבער זיי מסביר וואס דו ווילסט טוהן? דו ווילסט עס קענען אריבער לייגן צו א קאמפיוטער?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 6:23 pm
דורך שמעקעדיג
ווי געפילטע זאגט, עס איז נישט געמאכט צו טרעפן. איינע פון די חסרונות (אדער מעלות, לפי א טייל) פון עפל איז אז זיי געבן נישט עקסעס צו אלעס נאר צו די בילדער און קליפס. אדער מוזיק דורך אייטאנס.
לאזן די אייפאנס מבינים אהערקומען געבן א עצה.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 7:57 pm
דורך ברעט מענינג
עס איז דא עפפ אין די עפפ סטאר, וואס עס סעיווט יו טוב קליפ'ס,
דאס טייטש אז איינמאל עס איז געווארן געסעווט, קענסטו עס איבער קיקן אפילו די ביסט נישט קאנעקטעט צי אינטערנעט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:41 pm
דורך פסיכאלאג
איך האב געקויפט אן איי פאון ביי vergin mobile
אין איך וויל בקרוב אוועק פארן קיין ישראל למעשה בין איך אריין אין א געשעפט אין געבעטן א סים קארטל פאר א''י, זאגט מיר דער יעניגער אז מיין פאון איז געלאקט דורך ווערדשין אין סעאיז אימעגלעך עס צו פלעשן, יעצט איז די שאלה וואס קען איך טוהן מיט מיין פאון סעזאל ארבייטן אין די א''י? האט איינער זיך שוין אנגעשטויסן אין דעם פראבלעם, אין אויב יא וויאזוי האט איר זיך אן עצה געגעבן דערמיט?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:43 pm
דורך געפילטע פיש
האסט פראבירט צו רופן ווירדזשין מאביל? אויף אנדערע קאמפאניס ווייס איך אז אויב איז מען א גוטע קאסטאמער וואס צאלט צייטליך געבן זיי די אנלאק קאוד.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:55 pm
דורך פסיכאלאג
איך בין א פריפעיד קאסטומער ממילא איז נישט שייך קיין גיטע קאסטומער,
איך האב היינט גערעדט מיט זיי אין זיי זאגן מיר אז זיי קענען מיר נישט געבן די קאוד וואס טוט מען דא?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:17 pm
דורך געפילטע פיש
דא שטייט אז זיי עפענען עס יא.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:29 pm
דורך פסיכאלאג
שכויעך פאר דיין העלפ איך זעה וואס די שרייבסט , אבער למעשה האב איך מיט זיי היינט גערעדט אין זיי האבן מיר נישט געזאגט קיין ווארט איבער $80 ריטשארדשען, זיי האבן מיר געזאגט בסה''כ אז א פאון וואס ווערט געקויפט ביי זיי קען מען נישט ניצן אין אן אנדערע לאנד אגב, איך האב גערעדט היינט מיט א סופערווייזער ממןהסתם זיצט ער יעצט אין מעקסיקא אין עסט מארכיוואנא בלעטער ער ווייסט נישט וואס פליט!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:32 pm
דורך געפילטע פיש
אסאך מאל וואס די חברה וואס הייבן אויף די פאון ווייסן נישט וואס טוטצעך, רוף די נומבער וואס ווערט דערמאנט דארט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:42 pm
דורך פסיכאלאג
דאנקע שיינעם איטס ריללי עפרישיעיטעד

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:44 pm
דורך שמעקעדיג
עז עי סייד נאוט,
זאלסט מצליח זיין אין ארץ ישראל מיט אלעם גוטן, און האבן א געשמאקן ראונד טריפ.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:51 pm
דורך פסיכאלאג
איך וועל דיר אינזינען האבן שמעקעדיג איז דאס דיין גאנצע נאמען,
אדער די האסט אויך א מיטעלע ווי למשל אינזער זר זהב. אדער געפילטע ...וכו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:30 am
דורך הויזן טראגער
לעמיל האט געשריבן:ווייסט איינער אויב איך באקום פון איינעם א Audio note וואו עס ווערט געסעיווט?

אויב איז דיין אייפאון דזשעילבראקען קענסטו האבו פייל עקסעס דורך IFILE, אויב ווילסטו נישט דזשעילברעיקען זאג מיר ווי די האסט די אודיו נאט אין וואס די וויסט טון מיט דעם אין איך וועל דיר פראבירן צו העלפן