אומיושר'דיגע געלט'גייערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

אומיושר'דיגע געלט'גייערס

שליחה דורך פסיכאלאג »

יאפ איך דאווען נאך מיט מנין יעדן טאג, איז ממילא איז וואס? דארף עס מיר קאסטן הונדרעט אין צוויי דאללער יעדן טאג פלאס א קרעדיט קארד טשארדש פין צוויי און זיבעציג? דערזערוו איך דאס?
כמיין די הונדערט מענטשן וואס קומען נאך צדקה ארט מיר נישט אזוי ווייט, אין די צוויי טאללער מקוה געלט אויך נישט איטס פארט אוו לייף, אין כגיי נישט קומען דא מיט די בלאפעריי אז די צדקה גייערס שטערן מיר דאס דאווענען,
ליידער האלט איך נאכנישט אויף יענע מדריגה אדרבה, דאס דאווענען איז מיר אינטערסאנטער מיט די אלע קאלערפול צדקה גייערס ,ווען נישט די גאנצע צדקה מעשה וואלט איך קיינמאל נישט געוויסט וואס א פרענק מיינט אדער אז די איזראעלי רעקלעך קומען מיט א גארטל, א קיצור סע גאנץ אינטערטעינינג פאר א דאללער א מענטש,
אבער די צייט אין ביהמ''ד ווען איך פיל ממש ווי איך פלאץ איז ווען, איך וועק זיך אויף שפעט צוליב א דינער וואס איך האב געהאט נעכטן פין א העכסט וויכטיגע מוסד ווי מיין שוואגער אדער אנדערע פרישער יונגערמאנטשיק ווערט געאנערט אין איך מיז בלייבן ממש ביזן סוף, אין איך מוז זיצען אין אויסהערן די מיסע גערגלערייען פין די נייע קווייער וואס האט געטראפן א געלעגנהייט פין פרי עדווערטייזמענט , איך דערמאן זיך סתם אזוי פון א חתונה וואס פינקי( כמיין אז די לעצטע נאמען איז נישט וויכטיג יעדער ווייסט שוין עניוועי וועם מען מיינט נאך אזא שיינעם הספד פין הרב מארנצןזאפט ) האט ער דארט פארציילט א מעשה מיט א בעל עגלה וואס האט זיך אנגערופן פארן מענטש וועם ער האט מיטגענומען אז עס קוקט נישט אויס ווי די פערד גייען מאכן דעם וועג ביזן שטאט אריין, לאמיר שטיפן אביסל די וואגן גרינגער צו מאכן פאר די פערד, למעשה האבן זיי געשטופט די וואגן פאר א גיטע פאר שעה ביז ענדליך זענען זיי אנגעקומען, שוין זיי האבן זיך אראפגעזעצט אפרוהען רופט זיך דעם בעל עגלה אן,מילא איך האב זיך געשלעפט אהער פשוט דאס אידאך מיין פרנסה אין די האסט זיך געמוטשעט ווייל דו האסט דאך עפעס צו ארלעדיגן דא אין שטאט אבער די פערד וועלכע שווארצע סיבה איז ער דא, האט ער אויסעפירט ביים חתונה , מילא איך בין דא אזוי שפעט דאס אידאך מיין פרנסה, די שפילער איז דא ווייל סידאך זיין פרנסה אבער עטס קרובים פארוואס זעטסט עטס דא אזוי שפעט...
,פינקט אזוי כאב איך זיך געשפירט ביים דינער
למעשה בין איך אנגעקומען שפעט באנאכט אינדערהיים מיין בערזל איז שוין געווען ממש ליידיג פין די אלע עדס וואס כהאב אריינגעלייגט אינעם דשורנאל, אזש ווען כהאב געפארקט מיין קאר די נעקסע אינדערפרי פאר שחרית פארנט פין בהמ''ד האב איך ניטאמאל געהאט א קוואדער פארן מיטער, האב איך געפארקט אין געהאפט אויפן בעסטן,
אין מקוה האב איך זיך געדארפט אריין כאפן מיט א צווייטן ווייל איי וואז אויט אוו קעש, די מקוה איז געווען גאנץ א סוקסעס , סעשוין געווען גאנץ שפעט, איך האב גענומען די לעצטע קאפ אין קוים ארויסגעזויגט אביסל מילעך פין נייע מילעך מאשין, הגם איך זע נישט וואס די נייע מאשינס האבן אויפגעטוהן א חוץ פין מאכן א לאנגע ליין, אבער פין דעם העמער רעדן אן אנדערעס מאל, קיצור כהאב שוין אן מיין תפילין מעהייבט אן צו דאווענען, גלייבט מיר סענישט געווען גרינג צו פארשיקן דעם עולם צדקה גייערס אויב עטס געדענקט נאך אז היינט האביך נישט קיין קעש ,
למעשה דעם אכטער וואס איז קעקומען צו מיר פאר צדקה האביך אויך געוויזן אויף מיין טאש, אז כהאב נישט קיין געלט ווייסט ער מיר אז ער האט א קרעדיט קארד מאשין, פרעג איך אים א''מ בין איך דיר מחייב צו געבן איך בין יעצט אין באנק אדער אין סמעדריש, כמיין אפשר ברענגסטו מיט א גאלד טוישער אז אויב איך האב א שטיקל גאלד זאל איך עס קענען איינטוישן אין דיר געבן א נתינה!, איך האב נישט קיין געלט יעצט מיינט נישט אז אויב איך האב אין באנק געלט ברויך איך אייך געבן דערפון?, אין אפי' אויב איך וויל יא סווייפן דעם קארד ביסטו נישט גרייט צו נעמען אינטער צען טאללער, איז הער אויף רודפ'ן דעם עולם אז איך האב ווען צוויי טאללער גיב איך עס דיר געזונטערהייט אין דעם רעסיט בין עך מוחל, אבער פין באנק האלט איך דיר נישט ביים געבן יעצט, אפי' איך האב דארט געלט(הלוואי) פינקט ווי איך האב זילבערווארג אינדערהיים וואס איך האלט נישט ביים אוועק געבען אויפן מנוט!


יעצט צום שליס: איך מיין נישט דיר, אבער אויב די פילסט אז איך מיין דיר מיין איך טאקע דיר
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר