בלאט 1 פון 1

טאטע האט מער רעכט אויף די קינדער ווי די מאמע?

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 9:44 pm
דורך ידען
א סאך מאל ביי א גט באקומט די טאטע רעכט אויף די קינדער און מע רייסט אוועק די קינדער פון דע מאמע ווייל די מאמע איז נישט רעליגעיז.

איז עס אויס געהאלטען לויט די תורה?

און וויזוי ארבעט עס ביי די גויאישע געזעצען?

פארוואס קען א גויאישע ריכטער אפמאכען צו געבען פאר די מער רעליגעזע עלטערען די רעכט פון די קינדער?

סע ווענד זיך מער וואס די ריכטער איז?

דא האבעך געלייענט וועגען דעם

http://www.unpious.com/2013/05/ex-hasid ... f-children

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 10:10 pm
דורך קאווע טרינקער
זיי שרייען אז דער שופטת איז משוחד. יתכן.
אבער, לדעתי, אויב לתועלת הצאצאים מוז מען געבן די קינדער פאר אדער אדער, זאגט דער לאגיק, אז אין פאל ווען איינע פון די עלטערען טוישן זיך מקצה אל הקצה, זאלן די קינדער בלייבן ביי די טאטע/מאמע וואס איז און בלייבט אין דער זעלבע מצב וואס ביידע עלטערען זענען געווען איינשטומאונג פון פריער.
דער טוב שברע איז אוודאי ווען די קינדער גייען צו ביידע. אבער מ'קען פארשטיין אז ס'מאכט זיך אמאל ווען דאס ארבעט זיך נישט אויס. למשל, א חדר יונגעל (וואס די טאטע האט אים גענומען אין חדר מעוטף בטלית) קען נישט גיין אויף שבת צו זיין טאטע וואס טראגט אים לבית ****.
זה דעתי.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 10:18 pm
דורך ידען
זייער גוט ארויס געברענגט.

סע קען טאקע צימישען א קינד

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 10:30 pm
דורך בדחן
אין די אשכול האט מען שטארק ארום גערעדט איבער די נושא און דארט האב איך און נאך אפאר שרייבער ארויס געברענגט די נקודה וואס קאווע טרינקער האט געשריבען.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 12:06 am
דורך איחוד פעלד
בדחן האט געשריבן:אין די אשכול האט מען שטארק ארום גערעדט איבער די נושא און דארט האב איך און נאך אפאר שרייבער ארויס געברענגט די נקודה וואס קאווע טרינקער האט געשריבען.



אמת, און פיל אנדערע האבען ארויסגעברענגט פארקערטע נקודות.......

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 6:42 pm
דורך wassup
איך זכה אז עפעס אזא מעשה. שפילט זיך יעצט אפ און מאנטריאל און דארט גראדע זעהט אויס. ווי מען
געט גערעכט פארן מאמע ווייסט איינער עפעס מער

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 7:26 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 11:38 am
דורך בדחן
אז שלום איז דא וויל איך אים פרעגן, נעווער מיינד OTD לאמיר נישט קיקען אויף די פרט,

פון די וועג ווי אזוי עס איז באשריבען זעט אויס אז די פרוי איז צום ערשט אריין אין קארט פארלאגענדיג פול קאסטעדי,
זי איז געגאנגען מיט באשולדינגען קעגן די מאן אויף וואס דער judge האט געזאגט אז זי זאגט נישט קיין אמת, אין האט געגבן פול קאסטעדי פאר די מאן,

וואס איז איר יעצט טענה? זי איז אריין אין קארט, זי האט פארלוירען, גוד ביי..