בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורגער יונגערמאן דוד קארפ ווערט מאלטי מיליאנער

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
דוד קארפ איז אוועק פון היי-סקאל ביי די פערצן יאר אלט צו קענען זיין ביזי מיט קאמפיאטער'ס. ער איז אויך קיינמאל נישט געגאנגען אין קאלעדזש. שפעטער האט ער געגרינדעט א בלאגינג קאמפעני tumblr , וואס היינט האט עס יאהו! אפגעקויפט פאר איבער א ביליאן דאללער!!
איבער 250 מיליאן דאללער גייט פאר דעם 26 יעריגן דוד קארפ אין טאש.
ער איז ביז יעצט אויך געוועהן רייך. ער וואוינט אין א 1.6 מיליאן דאלער'דיגע הויז אין ווילאמסבורג, ברוקלין, צוזאמען מיט זיין גירלפרענד און הינטל.

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 11:58 pm
דורך סאשי פיש
און וועלכע חדר האט ער געלערנט?
ווי אין ווילימסבורג וואוינט ער? און די היימישע געגענט?
וואס איז דעי קאמפאני?

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 3:24 am
דורך ונבנתה העיר

Re: וויליאמסבורגער יונגערמאן דוד קארפ ווערט מאלטי מיליאנער

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:55 am
דורך ל.רוזן
ער איז לכאורה א וויליאמסבורגער בחור נישט א יונגערמאן

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

RE: סאשי פיש

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 9:07 am
דורך פסיכאלאג
צדיק ליין איבער דעם אשכול נאכאמאל דאכט זיך סעוועט דיר שוין נישט שווער זיין וועלעכע מוסד דער האט געלערנט, ווייל ביי די פערצן איז ער שוין געווען אין היי סקול, איז שווער צו גלייבן אז ער איז אפגעפארן ביי די זיבען יאר,

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:45 am
דורך למדן
איך וויס נישט ווער דער דוד קארפ איז, אבער ביי די 14 אוועק פון היי סקול קען מיינען ישיבה קטנה(שוין געזען שרייבן אזוי, חוץ אויב זיי זאגן א נאמען), און א 1.6 מילליאן דולר'דיגע הויז איז א רעגולער (נישט קיין סאך מער ווי עווערידזש) אין וויליאמסבורג

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 1:28 pm
דורך אביגדור
למדן האט געשריבן:א 1.6 מילליאן דולר'דיגע הויז איז א רעגולער (נישט קיין סאך מער ווי עווערידזש) אין וויליאמסבורג

:like

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 10:16 pm
דורך פסיכאלאג
למדן דיין תגובה'לע איז געווען זיס און לאכעדיג,
אבער למעשה וועט דער סאשי פיש. זיך נישט קענען לייגען, נאך די דאגות וואס ער טראגט, כמיין ווי קען מען זיך לייגען אן קלאר ארויסהאבן דער קארפ צו ער איז אן היימישער וואס האלט פונעם שיטה, (וואס יכול להיות איז א ממזר), איי וועסטו פרעגן,
טו וואס איך האב געטוהן, סעדו היינט א וויקעפידיע וואס דאכט זיך איז נישט אזא נייע זאך, סעשוין געשטאנען נאך אין אין די רבי סכיסאגענעלייני'ס צייטן (פארן סטראוק ) אין מאך אביסל ריסערטש,
אבער דאך אז איך האב שוין נאכגעקוקט אביסל דעם קארפ האב איך געזעהן אז די גאנצע וויליאמסבורג מעשה איז גאנץ א נייע ער האט זיך דארט באזעצט גאר לעצטענס, אין איז ערצויגן געווארן אין וועסט סייד קיינמאל נישט געלערנט אין א אידיש'ע מוסד... אין די זעלבע מיט זיינע עלטערן, אין דאס איבעריגע טשעק אויף וויקעפידיע, אויב די קענסט דאס אויך נישט באווייזן בעט מיר פאר א לינק,

קעפעל פאלטש

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:50 pm
דורך סאשי פיש
יעצט מיין איך אז מען דארף טוישען די קעפעל צו
וועסט סייט אינגערמאן מולטי מיליאנער

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:14 am
דורך פסיכאלאג
סאשי פיש האט געשריבן:יעצט מיין איך אז מען דארף טוישען די קעפעל צו
וועסט סייט אינגערמאן מולטי מיליאנער

דאן וואלט דער אשכול פארלוירן איר גאנצן שוויות ...