בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

בנימין ידיד ה'! (הרב בנימין אייזנבערגער)

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

רבי בנימין איז גאר אייגנארטיג, ער איז דער משפיע פאר המון עם אידן. נישט קיין מבקשים, נישט קיין עובדים, זיין קהלה באשטייט אויסשליסליך פון פשוט'ע ארבעטס יונגעלייט.

און דאך איז ער משפיע בחסד עליון מיט'ן גאנצן קנאק! ער לערנט פאר טיפע ספרים, זאגט שמועסן עפ"י ספרי מחשבה וחסידות, א שיעור אין נ"ך ומפרשיה בעמקות, און בעיקר, גפ"ת בעיון אז פשוט'ע יונגעלייט זאל באקומען א טעם אין תורה.

רבי בנימין איז באמת אסאך מער ווי א משפיע. אבער קודם א בליק אויפ'ן שפיץ גאפל איבער זיין פערזענליכקייט.

רבי בנימין אלימלך אייזנבערגער איז אן אשכנזי'שער יונגערמאן פון בארא פארק. א איד א בן תורה מתלמידי הישיבות, און א תלמיד פון הרב קאפלמאן.

זיין פאטער איז א פשוט'ער מענטש וואס וואוינט אויף 56סט.

עפ"י מנהגי אשכנז דאווענט ער אן א גארטל מיט די צוויי הענט אויף די לענדן כמבואר בשו"ע, ער גייט אן איינגעבויגן היטל הנקרא בענדדאון, אינדערוואכן און בשבת. ביז לעצטנס איז ער אפילו געגאנגען א קורצער רעקל, עד שבא רבי מאטל. ער האט אים געבעטן (כ'מיין אמאל ברבים ביי א הכנסת ספר תורה) אז ער זאל זיך אנטון א לאנגער רעקל, וכך הוה.

א דיסקלעימער: קיינמאל גערעדט צו אים פערזענליך, בלויז א שוואגער פון די חברה דארט. אלעס וואס רבי צבי מאיר שרייבט אין זיין הקדמה צו שיחות התחזקות זאל דא חל זיין, ס'איז נאר בערך, אן קיין אומר דבר בשם אומרו, קען זיין מ'מאכט א טעות, וכו'.

נחזור לענינינו, א וואוילער ישיבה'שער יונגערמאן כאחד מבני החבורה, ער דרייווט, וגם עקרת ביתו וכו'. פונקטליך ווייס איך נישט, אבער יונגעלייט האבן זיך צוגעשארט צו אים, און ער האט אנגעהויבן זאגן שיעורים. ס'האט זיך צואוואקסן, און מ'האט געדינגען די מונקאטשער בעיסמענט אויף 52.
בראשית פריחתו ושגשגו, אויב איינער האט בטעות פארבלאנזשעט און געקומען צום שיעור, האט ער אנגעהויבן קלעבן און נאכלויפן אז מ'האט נישט געקענט לויז ווערן. אזוי, און אדאנק חברא חברא אית ליה האט ער צוביסלעך אויפגעבויעט א קהילה, בעסער געזאגט אן ערנסטע אימפעריע.

ער טראגט מיט זיך א צויבער וואס מאכט אים אטראקטיוו. אויסער וואס ער איז א טאלאנטפולער פערזאן אלס אן אויסנאם שטארקער זאגער, א בעל מחדש, און אן אראטארישן מגיד שיעור, האט ער אן עקסטרעם כאריזמאטישער און צוגעלאזענער נאטור.

אבער יש אומרים אז זיין אויסערגעווענליכע הצלחה, איז אין גרויס טייל צו פארדאנקען א הידן טרעזשור, דאס איז זיין אפענער מהות.

רבי בנימין איז שרעקליך אן אפענער מענטש, אז מ'רעדט מיט אים נאר פאר פינף מינוט איז כמעט אוממעגליך נישט ארויסצובאקומען אלעס ארום אים לכל פרטיה ודקדוקיה, אנגעהויבן מיט זיין סדר היום, זיין הלוך ילך, און געענדיגט ביז זיין פערזענליכער שלום בית. ממש אלעס ווערט אויסגעפאקט אויפ'ן טיש אפילו פאר א סטרעינזשער. עס איז אפילו שאקירנד וויאזוי א מענטש קען זיין אזוי דורכזיכטיג און זיך אויסטון נאקעט פאר סיי וועמען. מענטשן אבער גלייכן עס, און נאך 2 מינוט אריין אינעם שמועס ברענגט עס א באצויבערנדע נאנטקייט.

דורכאויס די 2טע פינף מינוט פונעם שמועס באקומט מען א פונקטליכע באריכט איבער דער קהילה, אבער אין באבנס באבן אריין: וויפיל מעמבערס, די שיעורי תורה, וואס ער טוט מיט זיין עולם, פון וואס באשטייט זיין קליענטעל, ממש תוך תוכו, אלע אינס ענד אוטס, אויף אן אופן נישט צום גלייבן, כאילו דו ביזט זיין נאנטסטער מענטש וועמען מ'קען מגלה זיין כל מצפני לבו. פאקט איז אז אזא צוגאנג ברענגט א געשוואוירענע קרבות.

דורכאויס די דריטע 5 מינוט איז מתוך שיחתו בא לידי שבחותו, און מיט א שעפ לעפל. אזוי מיר נישט דיר נישט וועט ער מסביר זיין רב חילו וכוחו להגדיל תורה ויאדיר וכו'.

בקיצור, ער איז א מענטש וואס הערט נישט אויף צו רעדן פון זיין ברודערס ברודער, ערב בוקר וצהרים, און לאמיר עס אנקוקן אלס דער שמיני שבשמינית וואס חז"ל פארלאנגען פון א תלמיד חכם.

מיט זיין קהלה איז ער רעוואלוציאנער.

קהילת היכל התפלה ווי זי ווערט גערופן, געפינט זיך היינט צוטאגס אין א געדינגענעם לאקאל אין קאמעניצער בנין, מיט א פלאן צו בויען אן אייגענעם ביהמ"ד וואס האט זיך שוין לאנג פארצויגן.

ווי ערווענט האט ער אנגעהויבן מיט א פשוט'ן עולם, בארא פארקער אידן מיט'ן פולן גלאנץ, כאסידישע פיפל, ענד יו נאו וואט איי מין. די וואס געהערן אין ערגעץ. אין חדר געגאנגען אין חתן סופר, וויען, קראסנא, מונקאטש, שבת געדאווענט ביי א קארנער שול, די קינדער געשיקט וואו אימער, חמץ פארקויפט ביי משה אין שומר שבת, און באלאנגט אין ערגעץ נישט. היינט האט ער שוין פון אלעם גוטן, און נאשט אראפ אנשי שלומינו פון אלע קהלות קדושות.

און ער האט באוויזן א קונץ. גענומען א הארטע טייג, א שוואכערן ציבור, ארבעטס בחורים לשעבר, שליש בערדלעך, וכו', און געמאכט מיט זיי עפעס. יונגעלייט מיט א טעם אין אידישקייט, איינער מער און איינער ווייניגער.

הרב אייזנבערגער איז נישט קיין רב וואס קומט באזינגען ביי די שמחות פאר א מאה'לע, נישט קיין מגיד שיעור נוסח הרב שלעזינגער וועמען מ'פרייעט זיך צו געבן א היטש נאכ'ן שיעור, און מ'קלאפט זיך אין בייכל יו נאו איי גאו טא ראביי שלעזינגער, ער איז א מנהיג!

הרב אייזנבערגער איז א פירער מיט אן אייזערנעם פויסט, ער באגלייט זיינע מענטשן אויף טריט און שריט. ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף זיינע מענטשן, ועל פיו יושק. דער רבי, דער משפיע, דער מחנך, דער שלום בית מאכער, דער פרנסה פארזארגער וכו'.

זיין קהילה באשטייט פון עטליכע הונדערט משפחות (שווער צו זאגן א פונקטליכן מספר), ס'דא דארט געלט אויך, כאטש וואס די עקאנאמיע האט שווער אפעקטירט עטליכע גרויסע פישלעך. אים אליין טראגט מען אויף א גאלדענעם טאנץ, און מ'האט אים אפילו געקויפט א שיין הייזקע.

נישטא וואס צו רעדן ער איז א זעלטן געלונגענער מענטש, אן ערשט קלאסיגער מגיד (ער זאגט אפילו שטערקער פון הרב שלעזינגער), א שעפערישער פערזאן ואיש המעש, א לשון לימודים. קען גוט נ"ך ומפרשיה, און מ'האט געדרוקט פון זיינע שיעורים א ספר מיט'ן נאמען 'במסילות הנביאים' וועלכער איז גראדע נאו ביג דיל. ער איז אויסגעקאכט אין אגדות חז"ל, ספרי מחשבה א שטייגער ווי מהר"ל און רבי צדוק, מכתב מאליהו קען ער פון דעקל צו דעקל, און האט א באהאוונטקייט אין דרשת חתם סופר.

כאטש וואס ער איז גאנץ א טיפער זאגער, האט ער האט א דאון טו ערטה שפראך. אימה און פחד וועט ער מסביר זיין אז פחד איז דער וואס האט צוגעזען די ווארלד טרעיד סענטער צוזאמפאל מיט די אייגענע אויגן, און אימה איז דער וואס האט נאר געהערט דערפון אין די נייעס. גלות מצרים איז דער ביאור איז פון חכמה ביז בינה איז נישט קיין געווען קיין רעסעפשאן, דער לב האט דאן נישט באקומען די מעסעדזש, ווייל ס'איז נישט געווען קיין סערוויס פון מוח ביז לב.

שבועות ביינאכט אנשטאט תיקון זאגט ער א שיעור פון עטליכע שעה אין א לומד'ישער סוגיא. מ'קוקט זיך פאר עטליכע טעג פריער, און מ'לערנט דאס אפילו נאך יו"ט ביז מ'ענדיגט. ער טיילט אויס קאפיס, מיט אלע מראה מקומות פונקטליך אנגעצייכנט, ווי א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה. קובץ שעורים, רי"ף, מהרש"א, רעק"א, אלעס וואס מ'גייט אדורכלערנען. ווי קאווע טרינקער האט שוין פארציילט איז אן אפטער ערשיינונג אז א יונגערמאן קומט איינמאל צום שיעור און ער בלייבט שוין דארט לעולמי עד.

ער זאגט אויך שיעורים פאר די פרויען. דאכט זיך מיר אז ס'דא א האטליין ווי די פרויען קענען הערן א וועכנטליכער שמועס פאר ליכט צינדן.

דער גאס קען אים נישט. ער שטייט זעלטן פאר א ספאט לייט, ער טרעט נישט אויף אין ערגעץ, און מ'זעט אים גאנץ ווייניג, אויסער ווען יודי מאנדל מאכט בר מצוה פארשטייט זיך. די לעגנדע גייט אז הרב אייזנבערגער און הרב שלעזינגער 2 תלמידים פון הרב קאפלמאן האבן אזא הוראה נישט ארויסצושטיין, און זיי וועלן קיינמאל אויפטרעטן אין דער פרעמד (הרב שלעזינגער האט לעצטנס אויפגעטרעטן ביי א רבי מאיר בעל הנס דינער אין לאנדאן, וואס איז געווען א גרויסער חידוש).

געגאנגען פאבליק איז ער ביי פרשת קלעצקי, ער האט דאס גוט איינגעקעשט (נעבעך, עיני עיני ירדה מים). דעמאלט האט מען זיך אביסל באקענט מיט אים. אויך האט ער זיך דאן געלאזט אינטערוויוען אין דער 'משפחה' וואו ער האט מסביר געווען די פליכטן פון א רב בישראל וכו', וואס איז אגב געווען א העכסט אינהאלטסרייכע און אינטעלעקטואלע אינטערוויו. יאנקל, שייך צו שאפן א לינק ביטע?

תיכף די ערשטע נאכט פון דער טראגעדיע זענען די באטראפענע אריבער שלאפן צום רב אינדערהיים. דאס האט געהויבן אויגן ברעמען, מ'האט געזען אביסל ווי אנגעוואנדן מ'איז, ועד היכן הדברים מגיעים, אביסל איבער אלע גרעניצן אז מ'קען ממש נישט אנגיין אן אים, ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מחמת כבוד ונימוס.

די לוי' איז געווען א שטאטישע לוי', טויזנטער מענטשן, אנשים ונשים, בני עמינו ובני נכר, גרויסע רבי'ס (מהר"א, רמ"ד, מהר"י וויזניץ, און נאך), העליקאפטער פון דער לופטן, און א טעלעוויזיע אנקארמאן פון יעדער גרויסער סטאנציע איבערן לאנד. באשטעלט האט מען 2 יונגע רבנים זאלן זאגן דברי הספד, מיט אן אלטימאטום פון ביז גאנצע 5 מינוט אויפ'ן זייגער. רבי שרגא מקאסוב האט גערעדט איבער די ריבוי אהבה וואס איז דא היינטיגע צייטן אין די גאסן, און בעל נטעי גבריאל האט גערעדט איבער א זהירות אין איסור יחוד.

דאן האט רבי בנימין גענומען דאס ווארט פאר זיך פאר לאנגע 45 מינוט. מיט'ן ישיבה'שן איכה ניגון האט ער מסביר געווען ווי דער עולם שטייט אין דער רייע אים צו זאגן גוט שבת, און אז שלשה שותפים באדם און איך בין דאך דער רב בין איך במקום דעם אויבערשטן, ווי אויך האט ער פארגעליינט זיינע אייגענע ווארעמע דברי חיזוק אויפ'ן ריפארט קארד, איי מין קאם אן?! ווי אראגאנט דארף מען זיין, והיה לפלא.

רבי בנימין האלט זיך פאר א רעכטער תלמיד פון רבי מאטל און רופט אים מורי ורבי. רבי מאטל איז זיין 'ראול מאדעל' און פארשידענע זאכן מאכט ער אים נאך, אריינגערעכנט טאנצן פורים אויפ'ן טיש.

אויסער א תלמיד קוקט ער זיך אפילו אן ווי ר' מאטל'ס גלייכן, זיין קאלעגע, זיין בן גילו. ביידע עובדי ה', ביידע זענען משפיע חסידות. ואין הדמיון עולה יפה בשעת וואס ר' מאטל שפייעט בלוט, און ער קומט און גייט און עסט טועמיה.

פאר עטליכע יאר האבן די צוויי געהאט א וועכנטליכער שיעור אין ספה"ק ליקוטי מוהר"ן. די ערשטע תורה פון רבי נחמן האט גענומען 2 יאר צייט אדורכצולערנען (הערסט ברסלבער וויאזוי מ'דארף לערנען ליקוטי מוהר"ן). ווי אויך האבן זיי געהאט א שיעור אין קבלה.

אגב, די ערשטע שטיקל תורה פון רבי נחמן איז א מורא'דיג און יסודות'דיג שטיקל וואס וואלט אסאך פארלייכטערט די ווייטאגן פון יואליש און יאנקל על חללי בת עמי. רבי נחמן זי"ע איז מסביר 'כי עיקר החן והחשיבות הוא שם'. היינט ליידער, כאטשיג וואס כלל ישראל האט גענוג סיבות פארוואס זיי זאלן זיין ארויפגעקוקט וברום המעלות, האבן זיי עפעס נישט קיין חן. חן וחשיבות ליגט ביי די אומות העולם, וכדאי לעיין בדבריו הקדושים ותמצא נחת ומרגוע.

ער האט אויך א כולל פאר בחורים ואברכים אין ביהמ"ד זידיטשוב אויף 54 סט. גראדע האט עס א ישיבה'שער גייסט און מ'לערנט, אבער ס'שפירט זיך אביסל פון אוירא דארץ ישראל. די חברה קומען דארט צו קרוזן מיט סמארט קארס, אדער די מאמעס אינפיניטי וכו', און ס'פרייליך.

ל"ג בעומר פארט די גאנצע קהלה קדושה קיין מירון. האסט נישט צו באצאלן פאר א טיקעט דעמאלט בארג, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. געווען שיינע בילדער אין די בלעטלעך ווי הרה"צ טאנצט אינדערמיט ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.

וואס נאך? בסוגיא דמאחורי איז מיט אן ארבע כנפות'ל דייקא, כמבו' במג"א בשם האר"י.

סוף דבר: מי יתן עס זאלן זיך יאווען נאך אזעלכע קהלות קדושות ווי קהילת היכל התפלה, אן אגודה אחת ושכם אחד לעשות רצונו יתברך. ס'איז זיכער אז אזא קהלה דערהייבט די גאנצע שטאט בארא פארק, א טייערע שטעטל... וואס קען דרינגענד נוצן אביסל א push. וואלט איך ווען געוואוינט אין בארא פארק וואלט איך יתכן דארט געדאווענט צוליב אירע איבערוויגנדע מעלות.

(דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אין קאנסאלטאציע און צוזאמענארבעט מיט ידידי החכם השלם ונהנין ממנו עצה ותושי' הרב יאנקל הי"ו, טובים השנים מן האחד, ותוחח"ל).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:דער גאס קען אים נישט. ער שטייט זעלטן פאר א ספאט לייט, ער טרעט נישט אויף אין ערגעץ, און מ'זעט אים גאנץ ווייניג, אויסער ווען יודי מאנדל מאכט בר מצוה פארשטייט זיך. די לעגנדע גייט אז הרב אייזנבערגער און הרב שלעזינגער 2 תלמידים פון הרב קאפלמאן האבן אזא הוראה נישט ארויסצושטיין, און זיי וועלן קיינמאל אויפטרעטן אין דער פרעמד (הרב שלעזינגער האט לעצטנס אויפגעטרעטן ביי א רבי מאיר בעל הנס דינער אין לאנדאן, וואס איז געווען א גרויסער חידוש).


ר' בנימין האט נישט אזא גרויסע פראבלעים מיט די פרעמד, הגם ער לויפט נישט ארום אויסצוניצען זיין קרעדיט - כדי זיין טעיסט זאל נישט אויסוועפן,
אבער ער טרעט אויף אין קהילת תולדות אהרן נא פראבלעם, אזוי אויך אין נאך מקומות.

ווי האט יענער געזאגט? מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט צו צום עמוד - האט ער געענטפערט אז ער וויל נישט פארלירן דאס קול, האט מען אים געפרעגט וואס האט איר פונם קול אז איר ניצט אים נישט? האט ער געענטפערט, איך מיין די קול וואס מ'האט אויף מיר ארויף געלייגט, אז איך קען שיין דאווענען...
כמה גוטע בעלי דרשנים האבן פארלוירן זייער טעם נאכן עביאזען זייער מייק...



מידי דברי וועגן הרב בנימין,
אויב מיין דעה איז ביי אייך עפעס ווערט, וויל איך דא ארויסברענגען א פוינט, ווער עס וויל קען דעבאטירן דערמיט.

באקאנט די מעשה מיט הגאון ר' שמעון סופר און צאנזער רב,
די צאנזער רב האט געפרעגט הגאון ר"ש סופר, אלס רב אין קראקא וואס טוט איר, איר זענט פארנומן מיט שאלות?
ת: ניין - עס זענען אוועקגעשטעלט מורי הוראה אויף דעים (אזא גרויסע שטאט ווי קראקא האט פארשטייט זיך געהאט מער ווי איין מו"ץ)
ש: פארנומען מיט דין תורות?
ת: ניין - פאראן א בית דין...
ש: צוזאם נעמען געלט פאר עניים און צרכי הקהלה?
ת: ניין - פארהאן גבאי צדקה.
ש: אויב אזוי, מיט וואס זענט איר קראקא רב?
ת: ווי עס איז נאר דא אן צעבראכענע אלמנה אדער יתום געב איך זיך אוועק פאר זיי און איך בין זיי מחזק...

אט דאס איז א קלארע בילד פון הרב אייזענבערג הנ"ל.

יעצט אבער שטעלט זיך די פראגע, דארף גאנץ קראקא האבן די זעלבע (ספיריטשאל) לעבנס שטייגער?
ווי באקאנט האט ער א גרויסע געמישטע עולם, אנגעפאנגן פון א ישיבישע טיפ, אדער א בארא פארקער בעל הבית, ביז א חסידישע אינגערמאן.
פארוואס מיז דאס ווערן אוועק געשטעלט אויף א גוויסע סארט שניט וואס אלע סארט דארפן אין דעים אריין פיטען?
פארוואס דארף א שטריימל אינגערמאן אנטוהן קאפלינגס... כדי צו שפירען אז ער איז א פארט פון די זאך.

אבער דאנט געט מי ראנג, די שטריימל אינגערמאן איז נישט געווען בעפאר דעים די גרויסע חסידישע איד,
אבער דאך, די לופט איז אזא סארט, וד"ל (איך האב אנגעכאפט א דוגמא קל, אבער ביודעי ומכירי איז נישט כדי אריינצוגיין אין מער דעטאלען).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזנים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

פון דיין פראגע און אראפ בין איך נישט אזוי קלאר וואס דו זאגסט, אפשר קענסטו אביסל בעסער מסביר זיין.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

זייער שיין באשריבען,

גוט ארויס געברענגט די אייזענע פויסט מיט וואס ר בנימין כאפט אן זיינע מענטשן, פאר א דוגמה דארט איז שבת נאמיטאג כילו תורה, אזוי אויך אנדערע פרייע ארבייט ציייטען איז דא עמטליכע שיעורים, ווער עס האלט נישט ביין דינען השי״ת מיט תורה ותפלה האט נישט וואס צו זיכען דארט.

דאס איז די הויפט חילוק צווישן ר בנימין און רב שלעזינגער.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין שפראכלאז נאך אזעלכע זאפטיגע מאראנציגע אנאליזן, ארומגענומען פון אלע זייטן, געקאווערד פון אויבן ביז אונטן אלע דעטאלן אזוי הערליך. איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דו פארמאגסט אזויפיל אינפארמאציע אויף דעם איש האשכולות.

עטליכע הערות/שאלות:

מאראנצןזאפט האט געשריבן:הרב אייזנבערגער איז א פירער מיט אן אייזערנעם פויסט, ער באגלייט זיינע מענטשן אויף טריט און שריט. ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית אויף זיינע מענטשן, ועל פיו יושק. דער רבי, דער משפיע, דער מחנך, דער שלום בית מאכער, דער פרנסה פארזארגער וכו'.


וואס מיינסטו מיט איין אייזערנעם פויסט, אויסשליסליכער בעה"ב? דאס הערט זיך ווי מדת הדין, בשעת פרנסה פארזארגער, משפיע, מחנך, שלום בית מאכער באשטייט פון דאס פארקערטע. מיינסט צו זאגן אז ער טיילט דעות און צווינגט זיינע מענטשן דאס מקבל צו זיין באהבה (אדער ביראה)?

אגב, מען האט ערגעץ ארויפגעברענגט (איך געדענק נישט צי דא אין שטיבל) אז ער האט שוין אדורכגעקוקט די סעלפאונ'ס פון אלע זיינע מתפללים. די שאלה איז ווי ווייט זיין עקסטרעמקייט גייט. צי לאזט ער דוקא נאר 'מאושר' אדער ער איז ער מער טאלעראנט און ווייסט גענוי וואס זיינע מענטשן געברויכן?

מאראנצןזאפט האט געשריבן:געגאנגען פאבליק איז ער ביי פרשת קלעצקי, ער האט דאס גוט איינגעקעשט (נעבעך, עיני עיני ירדה מים).

תיכף די ערשטע נאכט פון דער טראגעדיע זענען די באטראפענע אריבער שלאפן צום רב אינדערהיים. דאס האט געהויבן אויגן ברעמען, מ'האט געזען אביסל ווי אנגעוואנדן מ'איז, ועד היכן הדברים מגיעים, אביסל איבער אלע גרעניצן אז מ'קען ממש נישט אנגיין אן אים, ודוק כי קצרתי מאוד מאוד מחמת כבוד ונימוס.


איך זעה נישט דעם פראבלעם דערמיט "עד היכן הדברים מגיעים", אודאי זאלן מיר קיינמאל נישט געפרואווט ווערן מיט אזעלכע אומשטענדן ה"י, אבער אין אזא מצב קען מען - און דארף מען - נוצן יעדע מעגליכע ביסל חיזוק. אז א מענטש איז אזוי מקושר צו א משפיע, איז נישט מער ווי נארמאל אז בשעת ער נויטיגט זיך דאס מערסטע אין חיזוק און נחמה זאל מען זיך דארט געפינען.

ביי די גלויבער טראגעדיע נמ"ג האב איך שוין געשריבן ערגעץ-וואו אז גלויבער'ס רב, ר' חיים יהושע האלבערשטאם פון מאנסי, איז געזעסן ביי אים אינדערהיים ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן, צו שטיין צו הילף און מחזק זיין וואס און וואו אימער מען קען נאר. אדרבה, אזוי דארף זיין, און תשואות חן חן פאר די רבנים און משפיעים וועלכע געבן זיך אוועק פאר זייערע מענטשן בשעת זיי דארפן עס! דאס איז די ריכטיגע אפטייטש פון "משפיעים", נישט אז זיי זאלן הייסן משפיעים בלויז ווייל זיי זאגן שיינע תורה'לעך, אבער באמת זענען זיי מקבלים, מען שטעלט זיי צו פון שענסטן און בעסטן..

מאראנצןזאפט האט געשריבן:ל"ג בעומר פארט די גאנצע קהלה קדושה קיין מירון. האסט נישט צו באצאלן פאר א טיקעט דעמאלט בארג, וכדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק. געווען שיינע בילדער אין די בלעטלעך ווי הרה"צ טאנצט אינדערמיט ארומגענומען מיט עדת צאן מרעיתו.


זייער א שיינע זאך מצד אחד, אבער צו וואס מחייב זיין יעדן צו פארן.. אבער איך ווען איך וואלט געוואוינט אין ב"פ און איך גיי צו אים, וואלט איך אויך געפארן, און געטאנצן אינאיינעם מיט אונזער מאראנצןזאפט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:פון דיין פראגע און אראפ בין איך נישט אזוי קלאר וואס דו זאגסט, אפשר קענסטו אביסל בעסער מסביר זיין.

איך האב עס אביסל מגיה געווען
לאמיר וויסן אויב איר פארשטייט יעצט בעסער.
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:רבי בנימין האלט זיך פאר א רעכטער תלמיד פון רבי מאטל און רופט אים מורי ורבי. רבי מאטל איז זיין 'ראול מאדעל' און פארשידענע זאכן מאכט ער אים נאך, אריינגערעכנט טאנצן פורים אויפ'ן טיש.

אויסער א תלמיד קוקט ער זיך אפילו אן ווי ר' מאטל'ס גלייכן, זיין קאלעגע, זיין בן גילו. ביידע עובדי ה', ביידע זענען משפיע חסידות. ואין הדמיון עולה יפה בשעת וואס ר' מאטל שפייעט בלוט, און ער קומט און גייט און עסט טועמיה.

ווי קען דאס זיין, עס איז דאך הימעל און ערד, סיי די סטייל פון די קהלות, און כל שכן זייער אייגענע מהות און אופן ההשפעה.?!
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

סהאט אסאך סימנים פון א קולט
אנגעהויבען זיין שטארקע פויסט מיט וואס ער כאפט אן די גאנצע פרייוועט לעבן פון א יונגערמאן און אויך די ווייב מיטהאלטענדיג יעדע זאך
אסאך נאאיווע תמימי לב זענען או קעי מיט דעם און אפשר איז עס גוט פאר זיי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מאראנץ איך בין ספיטשלעסס! דער אשכול פאקט איין פינקיס אשכול מיט אירע 61 לייקס, איך קען נישט ווארטן פאר ווען ר׳ מוטה פראנק וועט זיך דורכגליטשען דיין קיבאורד..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

מאראנצן גייט קאמפעטישן מיט זיין אייגענע 100% ראנג, אבער כ'גלייב אז די ארטיקל וועט שנעלער אנקומען גאנץ אויבן אויפן ליסט, פשוט ווייל די ליינער ווייסן שוין אז מ'זעט אזא ארטיקל געט מען קודם א לייק, צו ווייזן אפרישיעישן, ליינען קען מען עס שוין שפעטער מיט ישוב הדעת
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, מען האט ערגעץ ארויפגעברענגט (איך געדענק נישט צי דא אין שטיבל) אז ער האט שוין אדורכגעקוקט די סעלפאונ'ס פון אלע זיינע מתפללים. די שאלה איז ווי ווייט זיין עקסטרעמקייט גייט. צי לאזט ער דוקא נאר 'מאושר' אדער ער איז ער מער טאלעראנט און ווייסט גענוי וואס זיינע מענטשן געברויכן?

איך מיין ער הייסט זיי לייגן Covenant eyes, און די ריפארט קומט אן צו עם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הייסט עס ער האט אויך א קאמפיוטער מיט אימעיל, כראוי וכיאות.
נייס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דער עולם זאל זיין גרייט צו אקמאדירן די פרישע 400 ניקס וואס וועלן דא ארויסשפראצן בעז"ה, נישטא קיין מענטש אין דעם ביהמ"ד אן א סמארט פאון, לאמיר האפן די סיסטעם וועט נישט קראכן.
חזנים ביזט אריינגעקומען קלארער, א דאנק.
טאמבל, כ'האב מיך געהאלטן צום דעטאל? זעט אויס אז עוף השמים יוליך את הקול איז אויך אין יושב בסתר עליון.
שמעקעדיג, חילוק גדול יש בין חיזוק של ר חיים יהושע ביז זיך אריבערציען אין יענעם'ס שטוב בבחי' לפרוש ממך איני יכול.
מאטי, ס'האלט שוין ביי 62, און ר' מוטה פראנק האב איך באשריבן ביי די ברסלבער משפיעים.
בדחן, דיין לייק איז עולה על כולנה, א קלארע כרוז בבית דין של מעלה וובי"ד של מטה אז איך שרייב חלילה נישט קיין אומאויסגעהאלטענע זאכן.
חזנים, ס'נישט קיין קשיא, רבי מאטל דערהייבט פארשידענע גוונין, און טוט אים שטארק אינדראסירן (מפי השמועה) ואכהמ"ל.
קרעקער, יו היט אן טארגעט, איידעלערהייט.
...
זר, האסטו 3 פינטעלעך פאר איבעראל וואו מ'ברויך צו שמייכלען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:הייסט עס ער האט אויך א קאמפיוטער מיט אימעיל, כראוי וכיאות.
נייס.

איך בין נישט באהאווענט, כ'מיין אז ער האט איינעם אוועקגעשטעלט פאר דעם. (אזוי געדענק איך, כ'בין אבער נישט זיכער)

בד"וו ער האט אנגעהויבן דערמיט נאך סאך פאר די היימישע רבנים האבן גערעדט וועגן פילטערס, יארן צוריק ווען די אינטערנעט איז נאך געווען אסור בתכלית האיסור האט ער שוין געבעטן דעם עולם צו לייגן covenant eyes, (וואס איז נישט קיין פילטער, נאר א מין עין רואה), איך בין אבער נישט זיכער אויב דאס איז געווען דוקא לצורך פארנאאסע.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

קרעקער האט געשריבן:סהאט אסאך סימנים פון א קולט
אנגעהויבען זיין שטארקע פויסט מיט וואס ער כאפט אן די גאנצע פרייוועט לעבן פון א יונגערמאן און אויך די ווייב מיטהאלטענדיג יעדע זאך
אסאך נאאיווע תמימי לב זענען או קעי מיט דעם און אפשר איז עס גוט פאר זיי


נישט ריכטיג!
אפשר קענסטו מיר פונקטליך אנטייטשען וואס הייסט א קאלט?

אויב איינער איז נישט קעיפעבעל צו פירן א אויסגערעכנטע ווירטשאפט (נעמען און באטראכט אז איעדע אידישע הנהגה כדי צו האבן סאקסעס מיז עס זיין גאר גוט אויסגערעכענט, לאמיר נישט אריין גיין און פרטים, עס איז א באזינדערע שמועס)
מעג ער נעמען א חבר וואס ער וועט אנהאקען מיט אים אל די וועי?
דהיינו אפילו אריינגיין און פריוואטע לעבען, פארן מיט אים אויף א שבת...
דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

בעסער - מעג איינער האבן אפאר חברה וואס ער העלפט אזוי ארויס גאר פערזענליך, און פראוועט אסאך צוזאמען מיט זיי?
דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

אויב איז יענער א טערעפיסט מיט אסאך פאלויערס - דאס הייסט נאכנישט קיין קאלט?

אויב האט דאס יענער אוועקגעשטעלט און פארעם פון א קהילה - אה דאס הייסט שוין א קאלט!?...
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

יידל האט געשריבן:אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בעל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.


הייסט די נסיעה קיין אר"י איז דיין פראבלעים?
דארף מען קודם סתם אזוי פארשטיין, ווי איז אזאנס געהערט געווארען צו הייסען בארגען געלט אויף דעים?
אויב איז דא א תירוץ אויף דעים, קען זיין אז דאס איז אויך די תירוץ אויף קושיא הנ"ל.

אבער איך מיין בדרך כלל, אז זיינע פאלויערס זענען אזוי נאנט צו אים, און זייער פריוואטע לעבען ווערט אזוי אינוואלווט צוזאמען, און די שיעורים פון די ווייבער... איז לכאורה נישט קיין קאלט פראבלעם, איך בעק אזא איידיע אין יאר 2013.
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

לענ"ד, אויב דער חסיד קען גיין פון דארט פריוויליג איז דאס נישט קיין קולט, קיינער הייסט אים נישט זיצן דארט
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

קאך_לעפל האט געשריבן:די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?

מעשה לסתור? די אלע "וואס פארען שוין די לעצטע הונדערט יאר" זענען אויך נאר געווארען מכח וואס זיי האבן נישט געפאלגט דיין עצה פאר הונדערט יאר צוריק.
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

קאך_לעפל האט געשריבן:די אלע רבי'ליך און משפעים, וואס האבן זייער איינגארטיגע דרך, וואס זיי זענען מחדש מכוח זייער אייגענע הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, גייען און קימען וואו שוואמען נאך א רעגן, דאס איז נאר א אזא צויבער אויף א קירצע וויילע, פאר קליינע מוחות, וואס זיכען עפעס העכערס וואו זייער פארשטאנד, עס איז נישט פארלעסליך, און נישט דויערהאפטיג.

מען דארף זיך נאר קלאמערן צו א רבי וואס האט א מסורה, פון די פריערדיגע, דאס האט א קיום, זאל עז זיין ברעסלאוו, ליבאוויטש, סאטמאר, באבוב, בעלזא, גור, אד''ג, דאס פארט שוין די לעצטע פאר 100 יאר.

דער רב אייזענבערג זאל זיין געזינט, איז געקימען צו זיין דרך, משפיע צו זיין פאר יודישע קינדער, מכוח הכרה, נישט מכוח מסורת אבות, וואס וועט זיינס א חסיד טאן, אויב איין טאג וועט רב אייזענבערג'ס הכרה זאגן אנדערש וואו ער זאגט היינט? ער וועט אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?


זאלט איר מיר שטארק אנטשולדיגען
אבער איך זעה נאך נישט די גרויסע גליק פון די מסורת אבות וואס איר הענגט זיך אזוי שטארק אן אין דעים
ווער האט היינט מסורה?
איז מנהג בעלז געווען צו אריינברענגן פטסכילאגישע חינוך?
איז מנהג סקווירא אמאל געווען צו נישט לאזען מער ווי איין מנין שבת?
איז מנהג סאטמאר אמאל געווען צו מאכען הדלקות ל"ג בעומר?
אא"וו

זיי טוען וואס זיי ווילען כדי צו רילעיטאן צום דור, וואס האסטו פון די גאנצע מסורה?

בעסער געזאגט, וואספארא מסורת אבות האט ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אז ער איז אזא פייער און לעיקוואד,
אפשר וועט ער אויף קימען מכוח הכרה אז היינט דארף מען מען נישט טאן קיין מצות מעשיות?
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
באניצער אוואטאר
חזנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 05, 2013 10:28 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך חזנים »

שרייבער האט געשריבן:לענ"ד, אויב דער חסיד קען גיין פון דארט פריוויליג איז דאס נישט קיין קולט, קיינער הייסט אים נישט זיצן דארט

אויב אזוי איז סקווער - בעלז - וויזניץ ... אסאך א גרעסערע קולט!?
רחם נא ה"א האהוי! על ישראאאל עמעעך!!!
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

יידל האט געשריבן:אויב דער טעראפיסט, וואס האט אוועקגעשטעלט זיינע פאללאוערס באופן פון א קהילה, באפעלט יעדן - איש בל יעדר - צו קומען צו פארן קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, און לייגט דרוק אפילו אויף די וואס פרובירן זיך ארויסצודרייען, און רופט אן זייערע ווייבער און אזוי ווייטער, דאן יא, שמעקט עס היבש קולטיש.

וואס איז דיין פוינט מיט די ווייבער?
פארשפארט