בלאט 1 פון 1

ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 10:51 am
דורך מאטי
אזוי ווי איך זעה אז מיר האבן דא אסאך חשובע ניקס וואס זענען מורא׳דיג מקפיד פאר א חשש ספק ספיקא פון א נט בר נט בליעת איסור ד׳פארדרייען אן אשכול ח״ו היה לא תהיה (קלאפ מיין מיין מויל יעצט דריי מאל). ועל אף מ׳האט שוין געווארנט געסטראשעט פארשעמט סיקירט פאר׳חרם׳ט די חברא מיט וואוילן אין מיט בייזן איז נאך אלץ לא מסתיימו מילתא, און זיי גייען אן בתוקף ווי דער פרוכט צווייגעלע זייט בריאת העולם.(אינספייערד ביי יואב).
האב איך למען השלום ולמען האחדות פונעם שטיבל באשטימט אן אשכול ספעציעל פאר ווער ס׳האט אן ערדש צו דיזע געמיינקייטן דא וועט ער זיך קענען אויסגעבן אן די שרעק ווארפענדע מגיבים וואס רייסן זיי אראפ יעדעס מאל זיי פאלן נעבעך דורך. דא וועט פארדרייט ווערן א יעדע נושא וואס די נושא פארדרייערס האבן נאכנישט געהעריג עספייעט צו פארדרייען די קעגנערס וועלן דאס מוזן פארדייען און אפילו זיי ווייטער פארדרייען.

אבער איין זאך ביטע!!! נישט פארדרייען (דהיינו לאזן די זעלבע נושא פון איין תגובה צום צווייטען) דעם אשכול...

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:03 am
דורך ברעט מענינג
אקעי ווער הייבט אן?

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:06 am
דורך מאטי
די האסט שוין אנגעהויבן רעדן מן הענין. אאפס!! איך אויך.. שוין צום נושא, ר׳ הערשעלע ליסקער איז געווען אן ערליכער איד....

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:08 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
אן עזות! מילא ס'מאכט זיך עמיצער פאלט דורך און פארדרייט דעם אשכול, נו, איז ער דאך פארט א בשר ודם. אבער לכתחילה, בשאט נפש, אנהייבן אן אשכול מיט'ן חשבון מעיקרא פון פארדרייען?

צוריק צום ענין...

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:14 am
דורך ברעט מענינג
סא מאל געווען א קעניג וואס סיין זין האצעך פארזינדיגט...

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:15 am
דורך שמעקעדיג
וואס דעם מאטלען פאלט אלס איין.. מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי.
איך טו דיסעגריען מיט רעספעקט, כאטש דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.
אוועק פון ענין..

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:16 am
דורך מאטי
@פשוטקאם
די ביסט פון די וואס האלטן אז מ׳קען פייטן דעם אינטערנעט ווייל א ביזנעס קען בעצם ראנען נאר מיט אימעיל און אמירה לעכו״ם, הא!!
איך טו וואס מוטה פראנק טוט מיט פייס בוק.. איף יא קענט פייט דעם דזשוין דעם....

צוריק צום ענין..הגם יא אביסעלע פארדרייט אבער דאך..

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:45 am
דורך MickyMouse
איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

א בראך אויף מיר, אן ענטפער דא וועט פארדרייען דעם אשכול.
אה וועל, איך האב עס עכט נאר געשריבן פאר די הומאר. :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 4:16 pm
דורך יידל
MickyMouse האט געשריבן:איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

נאכנישט געווען אויף א קרוז, אבער א כשר'ע קרוז איז זיך ווערד דאס געלט.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 6:56 pm
דורך געפילטע פיש
לאל.

לענינינו, מיט דעם פלעגן צדיקים טייטשן, תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה, ווילסט נישט פאלגן, פאלג נישט, אבער בשמחה ובטוב לבב, מאכן א לשם יחוד עובר צו זיין בריש גלי ברתת ובזיע? אויף דעם קומט שוין פעטש.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:49 pm
דורך petergrifin
חלילה! הײנט טאר מען קײן פאטש נישט געבן סקען נעבעך פירן צי otd..

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:51 pm
דורך קאווע טרינקער
צדיקים פלעגן פארטייטשען די תוכחה פאר ברכות גאר. למשל, OTD פלעגן זיי מפענח זיין ON THE DERECH

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:27 am
דורך ידען

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:31 am
דורך משה געציל
מען מעג פארדרייען אדער מען ברויך פארדרייען?
מנהלים, אויב מען ברויך פארדרייען, פארמעקט מיין הודעה.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:35 am
דורך טאמבל סאס
וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער? חברה!

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:49 am
דורך שמעקעדיג
איך זעה נישט פאר קיין אריכות ימים פאר דעם אשכול אן אונזער אלעמען באליבטן זר זהב :טראכט

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 8:01 am
דורך קאווע טרינקער
9 איז שוין דא. מ'ווארט פאר 10טער.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:30 am
דורך מאראנצןזאפט
גראדע זע איך יא א שטיקל דערהער אין קאך לעפל'ס טענה אז א מענטש זאל זיך האלטן צו די רביים ענדערש ווי משפיעים.
ער מיינט לכאורה נישט די גברא, דער קלענסטער משפיע איז בפשטות מער ווי דער גרעסטער רבי, ער רעדט פון די התנהגות.
די גרויסע חסידית'ן זענען געווענליך קאנסיסטענט און נארמאל, משא"כ די משפיעים קענען אויפקומען מיט אלע מיני צודרייטע התנהגות'ן.
רבי יעקב קאמענעצקי האט געזאגט 'ס'וועט קומען א משפיע און זאגן מ'זאל שלאפן ביינאכט און לערנען בייטאג וועט ער נישט האבן קיין מנין, וועט ער אבער זאגן מ'זאל שלאפן בייטאג און לערנען ביינאכט וועט אים יעדער נאכלויפן.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:54 pm
דורך חזנים
מאראנצןזאפט האט געשריבן:גראדע זע איך יא א שטיקל דערהער אין קאך לעפל'ס טענה אז א מענטש זאל זיך האלטן צו די רביים ענדערש ווי משפיעים.
ער מיינט לכאורה נישט די גברא, דער קלענסטער משפיע איז בפשטות מער ווי דער גרעסטער רבי, ער רעדט פון די התנהגות.
די גרויסע חסידית'ן זענען געווענליך קאנסיסטענט און נארמאל, משא"כ די משפיעים קענען אויפקומען מיט אלע מיני צודרייטע התנהגות'ן.
רבי יעקב קאמענעצקי האט געזאגט 'ס'וועט קומען א משפיע און זאגן מ'זאל שלאפן ביינאכט און לערנען בייטאג וועט ער נישט האבן קיין מנין, וועט ער אבער זאגן מ'זאל שלאפן בייטאג און לערנען ביינאכט וועט אים יעדער נאכלויפן.


יעצט האט איר שוין זיכער פארדרייט די אשכול
גערעדט אביסעל צום זאך.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:15 pm
דורך בדחן
יידל האט געשריבן:
MickyMouse האט געשריבן:איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

נאכנישט געווען אויף א קרוז, אבער א כשר'ע קרוז איז זיך ווערד דאס געלט.


א כשר׳ע קרוז, מה זה?

אויב איז עס מיט נאך צוואנציג אידן איז עס מן הסתם זיכער נישט ווערט, אבער וואס מיינט א כשר קרוז? שיף קאפיטאן איז א חרדי?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:32 pm
דורך שמעקעדיג
אז די עסן האט א OU