בלאט 1 פון 1

געבן צדקה ביי ליכט בענטשען

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:16 pm
דורך קינות גירושין
איך האלט אין מיטען מאכען research אויף די נושא, איך וועל זיין דאנקבאר ווער סקען מיך העלפען מיט אינפארמאשן.
איך וויל וויסען ווי שטארק סאיז פארשפרייט און אנגענומען די מנהג פאר פרויען צו געבן צדקה פאר ליכט בענטשען בכניסת שבת ויו״ט, איז עס נאר ביי די אינגערישע צו אויך ביי די גאליצינע פוילשע רוסישע, און וואס טוט זיך ביי די ספרדים, תימן איראק אפגאניסטאן וכו וכו..
באמת איך וויל וויסען אויף יעדע חלק פון כלל ישראל ווער ספירט זיך מיט דעם און ווער נישט.
ישר כח למפרע 

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:09 pm
דורך משה געציל
איך בין נישט זיכער, אבער דאכט זיך אז עס איז א מג"א אין רס"ג.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:38 pm
דורך נולד מאוחר
מיין ווייב ווען זי צינד אן די לייט סוויטש פרייטיג לכבוד שבת, זאגט א תחונה און געבט צדקה. סאיז אן עת רצון האב איך איר גטענה'ט. סאיז די היינטיגע לעכט.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:35 pm
דורך קינות גירושין
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין ווייב ווען זי צינד אן די לייט סוויטש פרייטיג לכבוד שבת, זאגט א תחונה און געבט צדקה. סאיז אן עת רצון האב איך איר גטענה'ט. סאיז די היינטיגע לעכט.

דיין ווייב איז א ספרדישע רוסישע? איך וויל וויסען ווי ווייט סאיז פארשפרייט די מנהג
פליז העלפ מי

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:49 pm
דורך איחוד פעלד
אין די ר' מאיר בעל הנס תקנות פין די חסידישע רביס שטייט דארט אז מען זאל געבען צדקה פאר יעדעס מצוה עוברת. ובתוכם קומט אויס הדלקת נרות. (לפי זכרוני).

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:52 pm
דורך קינות גירושין
איינער זאגט מיר אז די מקור איז אריז״ל קען מיר איינער דאס מברר זיין

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:53 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, לייג אריין אין גוגל "צדקה לפני הדלקת נרות" וועסטו אנקומען צו א מאמר אין קובץ אור ישראל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:02 pm
דורך קינות גירושין
שכוח הרב קאווע סאיז מיר נישט אזוי וויכטיג די מקור איך מוז אבער וויסען ווי שטארק סאיז למעשה פארשפרייט