איך האב דא אנגערייט א נארהאפטיגע פרישטאג , א פיינעם אייער שפייז אביסל ווי מערופט עס אין איזראעל גבינה צהובה,/ עמעריקען טשיז א גלאז קאפי וכו. קיין ארבייט האב איך נישט היינט ווייל מיין באס מאכט היינט א בערטעי פארטי פאר זיין זון אין דשאב מילא בין א פרייער ,
אזוי אריינשטיפנדיג די גאפל אינעם אמלעט טראכט איך צו מיר מיט צעמישעניש,
א מין בייפאל פין א צעדרייטער, ווער איז דער יעניגער וועם סע'איז אריינגעקומען אין מח די מחשבה ביים זעהן ווי די כפרה לייגט אן איי אין טראכטן 'דאס קוקט אויס גאר בא'טעמ'ט '! כמיין וואס האט ער געטראכט די ערשטע מאל ווען ער האט דאס אריינגענומען אין מויל ?
איז ער סתם געווען אן היימלאזער פארשוין וואס אנשטאט עסן גללים פין א כלב האט ער מחליט געווען ,לעטס גיוו איט עה שאט ,
אדער איז דאס די בייפאל פון א געלענרטער ?
איך גיי ווייטער צו מיין קאפי אין די מאדנע מחשבה לויפט מיר ווייטער אריבער אין קאפ, איז דאס יא געווען א נארמאלער מענטש, וואס האט אמאל צוגעקוקט ווי דאס קינד פונעם קוה טריקט די מאמעס מילעך אין ער האט זיך פארגליסט אין געגנבעט אביסל פונעם קוה, ...
אין ווידער איז מיר אריין דעם געגנבע מחשבה אין קאפ איך האב שוין דאן אנגעפאנגען בודק זיין אפשר איז מיין ציצית אנגעטון פארקערט אדער האב איך היינט פארגעסן צו גיסען נעגל וואסער ( טשעקן די מזוזות איז נישט געווען קיין אפשען ווייל איך גלייב די סופר איז נאך יעצט אין מקוה אינמיטן די שי' טבילות) ,
אבער די פאקט איז אז די מאדנע מחשבה איז צוריק דא,
דאס האט פאסירט גלייך פארן אריין נעמען אין מויל דאס שטיקל טשיז , האב איך געטראכט צו מיר וועלעכע תנא דבי איז איינגעפאלן אז פארשימלטע מילעך איז סאך בעסער ווי פרישע! אין נאכדערצו בעטן טייערער פאר די פארשימלטע סחורה!
למעשה איז מיר פארגאנגען דעם אפעטיט פין פרישטאג אין דא בינעך אין שטיבל זיך אביסל אויסליפטערן פון די געדאנקען ,
צום שליס: איך וואונטש אייך אן אז די רוח זאל אין אייער שטוב קיינמאל נישט אריינכאפן, ווייל גלייבט מיר איטס נאט עקסייטינג!
ברעיקינג: עדעבל קוהען מילעך ...
- פסיכאלאג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
ברעיקינג: עדעבל קוהען מילעך ...
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
איינער האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט ערפינדן די ציגרעטליך, ביער, און העררינג, האט געמיזט זיין אדער א גאר א גרויסע טיפוש ווייל די ערשטע מאל וואס ער האט עס טועם געווען איז עס געווען עקלדיג דעמאלטס פארוואס האט ער עס די צווייטע מאל אריין גענומען אין מויל, און ער האט עס נישט געטוהן ווייל א צווייטער טוהט עס ווייל ער איז דאך די ערשטע, אדער איז ער געווען זייער א קליגער און ער האט אויס גערעכנט אז נאך אפאר מאל גייט עס האבן א אידישן טעם..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- פסיכאלאג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
איך האב שנעלן בליק געטוהן אויף אינטערנעט זעה טאקע אין וויקעפידיע ווי איינער שרייבט,
די וועג וויאזוי מען איז אויפגעקומען מיט די קיען מילעך אז טאקע געשעהן
דורך איינער וואס האט צו געקוקט ווי א קוה מעלקט פין איר מאמע מיט א געשמאק, האט אים אויך פארכאפט א תאווה, אין ביי דעם איז עס געבליבן,
איך הייב אן איינצוזעהן אז איך בין נישט אזוי משוגע, עס זענען דא סאך גרעסערע פון מיר,
די וועג וויאזוי מען איז אויפגעקומען מיט די קיען מילעך אז טאקע געשעהן
דורך איינער וואס האט צו געקוקט ווי א קוה מעלקט פין איר מאמע מיט א געשמאק, האט אים אויך פארכאפט א תאווה, אין ביי דעם איז עס געבליבן,
איך הייב אן איינצוזעהן אז איך בין נישט אזוי משוגע, עס זענען דא סאך גרעסערע פון מיר,
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is