בלאט 1 פון 2
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:12 am
דורך יואליש
וואס איז די סיבה פארן צוריקעפענען די קעיס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:23 am
דורך מאראנצןזאפט
איך האב געהערט די מעשה כמעט ממקור ראשון מיט אסאך אנדערע פרטים אבער קען זיין אז יאנקל איז גערעכט.
קודם וואס קול מבשר זאגט מתיבתא דלאנג איילענד איז א גרייז הגם קול מבשר האלט זיך אויסנאם אקוראט און אויב איז ער נישט קלאר אין א נייעס וועט ער זאגן לויט די ערשטע באריכטן, אומבאשטעטיגטע קוועלער וכו'.
לויט ווי איך האב געהערט:
די מעשה איז געווען אויף א מוצאי שבת ער איז געשלאפן אין א צימער מיט נאך 3 בחורים וועלכע זענען אלע אהיימגעפארן אויף שבת, אנדערע חברים האבן אים געלאדענט צו שלאפן אין זיין צימער ער האט אבער אפגעזאגט.
זונטאד צופרי צו שחרית איז דער משגיח געקומען וועקן חיים איז געווען איינגעוויקלט אין א דאכענע און זעענדיג אז ער וועקט זיך נישטאויף האט דער משגיח אראפגעצויגן זיין דאכענע די דארמאטערי איז שוין דאן געווען גענצליך ליידיג ווייל מ'האט שוין געהאלטן אינמיטן שחרית.
דער משגיח איז כמעט אראפ פון זינען פון שרעק און האט זיך גענומען מאכן קולות וברקים. וואכן לאנג איז ער נישט געווען געהעריג ביי זיך און זיין בארד איז גענצליך ווייס געווארן אין די קומענדיגע וואך, דער משגיח איז הייט צוטאגס א יונגערמאן אין די פופציגער יארן מיט א שניי וואסער בארד.
ער האט אים באגעגנט גענצליך צושטיקלט, און א געוויסע סם האט אים פארגליווערט אז גארנישט זאל נישט צורינען.
דער פענסטער איז נישט געווען אפן נאר די שלאס איז נישט געווען פארמאכט, די לעכטל האט מען געטראפן דעם קומענדיגן נאכט, אנגעצינדענערהייט, אויף די דרויסנדיגע זייט פון די פענסטער. די נעקסטע נאכט איז נאכאמאל געווען א לעכטל, מ'האט געשטעלט שומרים און די לעכטלעך האב אויפגעהערט צו קומען.
יארן לאנג האט מען נישט גענוצט יענער צימער אין ישיבה און נאך 8 יאר האט מען עס געמאכט פאר א שויער.
ישיבת לאנג ביעטש האט א שומר א גאנצע נאכט עד היום.
די געשיכטע איז געבליבן פון די 10 מיסטריעזטע פארברעכנס אין די פאליציישע היסטאריע אין ניו יארק מ'האט נישט געטראפן קיין ליד אדער עווידענס, קיין שום סאספעקט אדער מאטיוו, נישט קיין פינגער אפדרוקן, ממש גארנישט כאילו ס'איז די ארבעט פון א שד.
די פאליציי האט דעמאלט געזאגט אז ס'איז קלאר דער יעניגער האט געהאט הילף פון אן אינעווייניגער.
דער גאס האט געשמועסט אז דער טאטע איז געווען שולדיג געלט פאר דער מאפיע און זיי האבן אים געווארנט אויב גיט ער איבער פאר די פאליציי גייען זיי צו זיין נעקסטן קינד.
זומער ווערט אפגעהאלטן א גרויסע יארצייט אין ישיבה יאר יערליך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:31 am
דורך דעת תורה
די שומרים וואלטן געווען עטוואס פראפעסיאנאל און באהאלטן, און געלאזט דעם ליכטל לייגער נאכאמאל קומען, כאפט מען ווען דעם רוצח
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:40 am
דורך לעיקוואד
לויט יאנקל'ס לינק מפי עדי ראייה איז די ליכטל מעשה בכלל נישט אזוי אינטרעסאנט. מ'האט געצינדען א ליכטל יעדער טאג פון די שבעה אינ'ם צימער, און איין טאג ווען דער מג"ש וואס פלעגט עס צינדען איז געקומען האט ער געזעהן אז סברענט שוין א ליכטל. די צימער איז געווען אונטער פאליצייאישער וואך און ממילא איז נישט געווען מעגליך פאר איינער אריינצוקומען אן רשות. די תלמידים שטעלן זיך פאר אז דער מג"ש אליינס האט אנגעצינדען אויך די ערשטע און האט פשוט פארגעסן דערפון זייענדיג אזא צופלויגענער טיפ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:42 am
דורך שרייבער
שרעקעדיג!!!!!!!!!!
איך פארשטיי אבער נישט, מען האט אים געטראפן איינגעוויקלט אין א דאכענע, האט דאך דאס איינער געטון, דאס מיינט איינער האט זיך ערנסט ארומגעפארעט דארט, ואס טוט זיך מיט פינגער פרינטס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:46 am
דורך לעיקוואד
ליינטס איבער די לינק וואס יאנקל האט געשיקט, עס קוקט אויס אסאך מער קראנט און מיט נאנטע מקורות ווי די אופן ווי מרנצז"פ האט עס פארציילט מפי השמועה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:10 am
דורך מאראנצןזאפט
אויף די קאמענטס אויף וואס איז נייעס פארציילט איינער אז א פוילשער גוי וואס האט געראבעט אין ישיבה איז צוריק אהיימגעפארן דעם נעקסטן טאג.
איך האב אויך אזוי געהערט.
בנוגע דעם לעכטל איז דא דארט א מחלוקת צווישן עידי ראי'.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:02 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך ווייס שוין וואס נחומ'ס שמועס קומענדיגע וואך גייט זיין.
(אה, פארגעסן... ס'איז נישט א חסידי'שע ישיבה... נעווער מיינד - ס'איז פארט ניבול.)
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
חיים ווייס'עס טאטע בעט זיך מ'זאל העלפען טרעפן די מערדער
http://www.vosizneias.com/131864/2013/0 ... aim-weiss/
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:58 pm
דורך ניו יארק
וואס איז יעצט געשען אז מען עפענט צוריק די קעיס? האבן זיי עפעס באקומען פרישע ליעד'ס?
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:17 pm
דורך משולם שטיינפעלד
גיפטער, דער נייעס רעפארטער/פאטאגראפער מעלדט אויף טוויטער אז עס איז דא א דורכברוך אין די די ען עי
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:16 pm
דורך זר זהב
ברוך השם!
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:34 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:ברוך השם!
ביסט זיכער אז דאס אויפדעקונג וועט ברענגען גוטס?
אולי איז בעסער מ'זאל קיינמאל נישט געוואר ווערן.
נישט אז איך ווייס עפעס, נאר פשוט מ'דארף זיין גרייט אויף אלעם.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:39 am
דורך שעפטל
און אז מ'וועט געוואר ווערן אז ח"ו יד ישראל באמצע, יא כ'וועל מיך שעמען ארויסצוגיין אין גאס, אבער גערעכטיגקייט וועט געטאן ווערן.
כ'קען קוים ווארטן אויף די דעטאלן
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:41 am
דורך זר זהב
איר זענט ביידע גערעכט
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 1:14 am
דורך לאליפאפ
שעפטל האט געשריבן:און אז מ'וועט געוואר ווערן אז ח"ו יד ישראל באמצע, יא כ'וועל מיך שעמען ארויסצוגיין אין גאס, אבער גערעכטיגקייט וועט געטאן ווערן.
כ'קען קוים ווארטן אויף די דעטאלן
לכאורה זיין זארג איז טאמער עפעס וועט ארויסקומען נישט אזוי גלאטיג מצד דעם נרצח אדער זיין פאמיליע?!
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 1:23 am
דורך זר זהב
רוצח לכאורה
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 1:30 am
דורך [NAMELESS]
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:גיפטער, דער נייעס רעפארטער/פאטאגראפער מעלדט אויף טוויטער אז עס איז דא א דורכברוך אין די די ען עי
האסט א לינק, אדער אפשר קענסטו אריינפעיסטען דא זיינע ווערטער?
Re: די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:14 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:06 pm
דורך בלויע רעקל
זענען זיי חושד חברים אדער סטעף פון די ישיבה?
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 9:53 pm
דורך איך אויך
בלוי עז אין NYPD?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 1:41 pm
דורך [NAMELESS]
צום ערשטע מאל געט חיים ווייס'עס טאטע א אינטערוויו וועגן די שרעקליכע פארסירונג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8X_IljAiMvk[/youtube]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳קוקט נישט אויס גוט וויאזוי די ראשי ישבות פארמיידן די קעמרע.