בלאט 1 פון 2

אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:25 am
דורך לאדיך אפ
קאווע שטיבל האט א ליסט פון די צען תגובות וועלכע האבן באקומען די מערסטע לייקס. די פראבלעם איז אבער אז נאר ווען מ'איז איינגעסיינט קין מען זען די ליסט. אזוי אויך, איז עס פארשטיפט אין א ווינקל, און ס'ווערט נישט גענוג אנערקענט. סאו, וויל איך עפענען אן אשכול איבער די 10 תגובות מיט די מערסטע לייקס. כ'על גיין פון די לעצטע ביז די ערשטע.

צענטע פלאץ
אין די צענטע פלאץ איז שמואל הלוי, 6 לייקס פאר די תגובה וועלכע איז א ליקוט פון נפלאות הבורא ביי חיות.

ניינטע פלאץ
אין די ניינטע פלאץ איז קופערניקוס, 6 לייקס פאר די תגובה ווי ער טרייבט ליצנות פון "דער איד" איבער בילדער פון גויים.

די אכטע פלאץ
אין די אכטע פאלץ שטייט פשוט-קאמפליצירט, 6 לייקס פארן ערשטן תגובה אין זיין קוואנטום פיזיקס אשכול.

די זיבעטע פלאץ
אין די זיבעטע פלאץ איז גוגל-הדור, 7 לייקס פאר זיין תגובה איבער די טי ווי שאו פון די געוועזענע חסידים. גוגל הדור שרייבט דארט א שיינער איבערזיכט איבער די נושא מיט שיינע לינקס.

די זעקסטע פלאץ
אינעם זעקסטען פלאץ געפינט זיך יאנקל, מיט זיבן לייקס פארן עפענען די שיינע אשכול איבער אינטערעסאנטע ספרים אויף היברו בוקס סייט.

די פיפטע פלאץ
ביים פיפטען ארט שטייט שטייט קארל, מיט זיבן לייקס אויף זיין אשכול איבער פראפעסאר מארק שפירא.

די פערדע פלאץ
די פערדע פלאץ האט אין זיך אני הקטן (לאדיך אפ), פארן תגובה אויף ידען'ס אנפראגע איבער די מאדערן אקטאדאקס, מה טובם ומהותם. 7 לייקס קעניינעהארא.

די דריטע פלאץ
אינעם דריטען פלאץ איז פעדער, מיט צען לייקס פאר זיין הערליכן גראם מיטן קעפל "א סדר נאכט מיט גאדל".

די צווייטע פלאץ
אינעם צווייטען פלאץ איז ווידעראמאל קופערניקוס, דער איינציגסטער וואס ערשיינט צוויי מאל אויף די ליסטע, מיט עלף לייקס פאר די תגובה ווי ער פאראדירט איינער וועלכע איז "געשעדיגט" געווארן ברוחניות פון די שטערן. אזוי אויך איז קופערניקוס די באניצער מיט די מערסטע לייקס פער הודעה.

די ערשטע פלאץ
די ערשטע פלאץ איז "גבאי שני", עלף לייקס פארן אשכול ווי מ'האט געמאלדן איבער דעם לייק קנעפל.

מסקנא: דער עולם האט ליב הומאריסטישע תגובות און באלערנדע תגובות וועלכע זענען געשריבן מלא טעם ותוכן מיט קאפ און מוח.

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:37 am
דורך שמואל הלוי
לינק
toplist.php

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:40 am
דורך לאדיך אפ
בילד
א בילד וויאזוי עס זעט אויס די "לייקס ראנגען" פעידזש.

שמאול, די לינק ארבעט נאר ווען מ'איז אריינגעסיינט.

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:42 am
דורך שמואל הלוי
גערעכט!

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:06 am
דורך יאנקל
איך וויל מעורר זיין אז דאס זענען באמת נישט צען ראנגען, ווייל עטליכע געפינען זיך אויפן זעלבן ארט.
גבאי שני שטייט אויפן ערשטע ארט, קופערניקוס אויפן צווייטן, און פעדער אויפן דריטן. לאדיך אפ, קארל, יאנקל און גוגל-הדור שטייען אלע צוזאמען אויף דעם פערטן ארט. פשוט-קאמפליצירט, קופערניקוס און שמואל הלוי שטייען אלע צוזאמען אויפן פינפטן ארט.

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:39 pm
דורך לאדיך אפ
יאנקל האט געשריבן:איך וויל מעורר זיין אז דאס זענען באמת נישט צען ראנגען, ווייל עטליכע געפינען זיך אויפן זעלבן ארט.
גבאי שני שטייט אויפן ערשטע ארט, קופערניקוס אויפן צווייטן, און פעדער אויפן דריטן. לאדיך אפ, קארל, יאנקל און גוגל-הדור שטייען אלע צוזאמען אויף דעם פערטן ארט. פשוט-קאמפליצירט, קופערניקוס און שמואל הלוי שטייען אלע צוזאמען אויפן פינפטן ארט.

גערעכט. איך האב מיך נישט געכאפט ווען איך האב געשריבן די אשכול. גיי מיר מאכן א נייע ליסט....

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:42 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט לייג שוין צו יידל אויפן פערדן ארט (דערווייל)

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:48 pm
דורך לאדיך אפ
אפדעיטעט ליסט פון תגובות מיט די מערסטע לייקס און לייט אף יאנקל'ס הערה.

זעקסטער פלאץ = 6 לייקס

אין די זעקסטע און לעצטע פלאץ שטייט פשוט-קאמפליצירט פאר זיין קוואנטום-פיזיקס אשכול.

פיפטער פלאץ = 7 לייקס

פינף חברה: שמואל הלוי, פאר זיין נפלאות הבורא אשכול; גוגל-הדור, פאר זיין געוועזענע חסידים ריאלטי שאו אשכול; יאנקל, פאר זיין היברו בוקס אשכול; קארל, פאר זיין מארק שפירא אשכול; אני הקטן (לאדיך אפ), פאר די מאדערן-ארטאדאקס תגובה.

פערטער פלאץ = 9 לייקס
יידל, פאר זיין הערליכע DNA אשכול, דא.

דריטער פלאץ = 10 לייקס
פעדער, פאר זיין מעשה אין גראמען.

צווייטער פלאץ = 11 לייקס
גבאי שני, פאר די מעלדונג איבער די לייק קנעפל

ערשטער פלאץ = 12 לייקס; געווינער!!
קופערניקוס, פאר די פעראדיע פון איינער וואס איז פאדארבען געווארן פונעם שטערן.

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:40 am
דורך שמואל הלוי
שוין צייט צו אפדעיטן.

שוין געווען א פרישע געווינער וה"ה "גלעזעלע", יעצט איז שוין צוריק "קופערניקוס" דער געווינער מיט 16 לייקס.

Re: אשכול פאר די תגובות מיט די מערסטע לייקס

נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 7:49 pm
דורך שמואל הלוי
גלעזעלע איז צוריק דער געווינער מיט 17 לייקס.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 2:52 pm
דורך ראשעקאל
יעצט איז משה געציל די געווינער מיט 26 לייקס פאר זיין נטעי ההרים

נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 11:35 pm
דורך א איד
ראשעקאל האט געשריבן:יעצט איז משה געציל די געווינער מיט 26 לייקס פאר זיין נטעי ההרים


אויב מעגליך ביטע לייגן א לינק צו די הודעה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
38 לייקס, פאר יידל'ס הערליכע באשרייבונג פון די וועלט צי עס איז רינדעכיג!
איז שויו פאראן נאך אזא תגובה מיט אזויפיל לייקס?

viewtopic.php?p=58465#p58465

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:46 pm
דורך זר זהב
ביי וויפעל לייקס פילט זיך אן אלע באקסעלעך אונטן?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:36 am
דורך חכם מחוכם
זר זהב האט געשריבן:ביי וויפעל לייקס פילט זיך אן אלע באקסעלעך אונטן?

ס'זעהט מיר אויס אז ביי דרייסיג', איך האב אים ספעציעל געלייקט יעצט, כ'האב געוואלט זעהן צו דאס מעסטל וועט זיך אנפילן אבער ס'זעהט אויס אז ער דארף נאך איין לייק, אז ס'זאל זיין פול אינגאנצן,

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 9:42 am
דורך sunbar
כדי אנצופילן דארף מען האבן די מערסטע לייקס אויף דער תגובה. צום ביישפיל, אויב איינער באקומט 40 לייקס אויף א תגובה, וועט פון דעמאלס אן עס זיך אנפולן ווען איינער באקומט 40 לייקס...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:10 am
דורך לעמיל
יעצט האט ער שוין די מערסטע לייקס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
60 לייקס! דאס איז שוין א חידוש!

דער כבוד גייט פאר אונזער באליבטן ניק, קופערניקוס, פאר זיין חשבון הנפש אויפן וועבערמאן אשכול.

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=72678#p72678

נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
מאראנצן זאפט - א פארהאלטניסמעסיג נייער ניק - איז אין א קורצע צייט איבערגעשטיגן אויף זיין "פינקי" תגובה, ביז 62 לייקס..!!

בכה שמעקעדיג ואמר... יש קונה עולמו בשעה... :roll:

viewtopic.php?f=23&t=3647

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:08 am
דורך פלעין יודיש
און אצינד האט מאראנצען זאפט נאכאמאל געבראכן רעקארד ווען ער איז ציגעקימען צו 85 לייקס פארן אלעמען באקאנטען אשכול מבשר בחסד עליון

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 12:59 am
דורך ראשעקאל
[tag]מאראנצןזאפט[/tag]'ס קול מבשר ארטיקעל האט שוין 99 לייק'ס. ווער גייט געבן די 100'סטע?

נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:04 am
דורך sefish
אפשר ''[tag]אויס מענטש[/tag]''?
ער אט זיך נאך נישט פארגינט עס צו לייקן

נשלח: זונטאג יוני 19, 2016 2:35 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
דער תגובה פון [tag]הוגה[/tag] האט די ווייניגסטע ווערטער אין די מערסטע לייקס לכאורה.
איך האב זיך געהארגעט פאר געלעכטער