קולט פארחאפטע משפחה פרובירט שווערצען די גרעניץ קיין ירדן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:32 pm
נעכטען אין די נאכט שעה'ן האט א משפחה פין בית שמש וואס איז ליידער פארחאפט געווארען אין דעם ביטערען לב טהור כת, אין אזוי ווי זיי האבען געוואלט זיך איבערציען קיין סעט אגעט אין קוויבעק קאנאדא, דארט ווי די כת האט זיך באזעצט, האבען זעהט אויס קרובים זיי געקלאגט אין געריכט אז ס'איז טשיילד אביוז אין זיי האבען נישט קיין רעכט צי טראגען אהין זייערע קינדער, אין דער געריכט האט זיי ווי עס שיינט פארבאטען צי ארויס נעמען די קינדער פין לאנד,
האבען זיי לויט דעם נייעס קוואל באשלאסען צי שווערצען די גרעניץ קיין ירדן אין פין דארט פארען קיין קאנאדא, א טאטע מאמע מיט 6 קינדער האבען אין די נאכט שעות פרובירט שווערצען די גרעניץ, זענען זיי אבער באמערקט אין ארעסטירט געווארען דורעך די ירדן'ער מיליטער,
היינט דורעכען טאג זענען זיי איבערגעגעבען געווארען צי די מדינת ישראל אינסטאנצען ווי די עלטערען ווערען אויסגעפארשט פאר פרובירען ארויסנעמען די קינדער פין לאנד אין פאר שווערצען די גרעניץ,
קרעדיט: בחדרי חרדים אין נאך א ארטיקעל פין זיי.