הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:13 pm
איך וויל אייך פארציילן א מעשה וואס איז (נישט) לעצטענס געשען.
א פרידליכער ערל טרייבט זיך געמיטלעך זיין קאר אין ברוקלין, ווי נאר ער קומט אן צו די אידישע בארא פארק געגענט, טרעפט ער זיך פארן אונטער א חסיד וואס פארט אויף א בייק.
דער איד פארט זיך געמיטלעך פונקט אינמיטן דער גאס נישט רעכענענדיג זיך מיט קיינעם, און נערווירט דעם מאטאר וויהוקעל דרייווער וואס פארט נאטורלעך שנעלער ווי א בייק.
דער ערל פארשטייט זיך פאנגט אן נערוועז צו ווערן, און פרובירט צו ווייזן דעם חסיד סימנים מיט גוטען און מיט בייזן אז דער בייקער זאל זיך אין א זייט רוקן און אים באפרייען פון דעם נערוון שפיל און אדורכלאזן.
אבער דער חסיד איז בשלו! מיט א פרעכהייט און שטאלץ איגנארירט ער דעם דרייווער, און פעדעלט אראפ ברחובה של סרטיא כאילו דער גאס איז זיינס אן אייגענטום. למרות דער פאקט אז ס׳שלענגלט זיך אונטער אים א געהענגעל פון אנגעצויגענע מאטאריסטן וואס פלאצן אוועק פון זיין געוואגטקייט און זיין איגנארענץ.
דער ערל נעמט זיך צו פלאן בי:
ער גייט פרובירן אויסקרוסירן דעם בייק, ס׳האט זיך געמאכט א געלעגענהייט ווען דער קעגן-קומענדער זייט איז געווארן ליידיג, און בום!! ער מאנואווירט זיין קאר מיט א ווילדן דריי צו לינקס! ער עקסעלערירט דעם גאז פעדל מיטן שטערקסטן כח! און דרייט זיך שנעל צוריק צו זיין לעין, יעצט געפונט ער זיך שוין נאכן בייקער.
אבער דער שמאלער אידישער בייקער זעט גוט וואס דא גייט פאר, אין הפנים זיין זעלבסט אומבאוואוסטער מיסיע איז נאך ווייט פון פערטיג.
בשעת דער קאר רוקט זיך צוריק אונטער אים, פאנגט ער אן פעדלען מיט א שטארקע אימפעט ממש אינעם קאר אריין, און טרעפט זיך ביים שמאלן פלאץ צווישען די געפארקטע קארס און דעם ערל׳ס קאר. ער גליטשט זיך פלינק ארויס פון דארט, אבער נישט פאר ער גיט דעם קאר א געזונטער זעץ! מיטן פיסט!!! און דרייט זיך צוריק אויפן דרך המלך און הוירעי!!! ער איז ווידער פארנט פינעם קאר.
אזוי האט זיך דער זעלבער שפיל איבער גע׳חזר׳ט דריי פיר מאהל ביז דער ערל האט ענדליך מצליח געווען צו קארנערן דעם אומפארשעמטן חוצפה׳דיגער אידל אין א זייט, אבער שוין אינדרויסן פון אידישער געגענט צווישן זיינע בדומה לו אפשטאמיגע.
דער ערל קוילערט זיך ארויס פון קאר מיט אפענע נאז לעכער, שפיזיגע אויגן, און ווארפענדע פויסטן, קומט צו נאנט צום בייק און שרייט אויס, יאו עינט גאואינג נאוער!!!
ס׳פארזאמלט זיך ארום אים א כאפטע ציקוקערס, א טייל וואס ווילן אליין נעמען דאס געזעץ אין האנט אריין, און באדרויען דעם איד מיט בייזן, אזש דעם חסיד׳ן איז נישט גוט געווארן.
די ענדע פון די מעשה לאז איך איבער פאר די ליינער צו פאנטאזירן.
פארוואס פארצייל איך אייך דעם באקאנטער נישט געשעענע מעשה ? איך וועל אי״ה אייך זאגן.. אבער קודם לאמיר ווייטער צוזאמען שפינען די מעשה נאך אביסעלע.
דער קומענדיגער טאג איז ארויף א קליפ פון די גאנצע עפיזאד מיטן פילן פראכט פון אנהויב ביזן סוף אויף א באקאנטער וועב זייטל וואס רופט זיך יוטיוב, און די אלעמען באקאנטע שמריה, אומפייעס, ודומיהן האבן געלינקט צו דעם קליפ און קאמענטארן האבן אנגעהויבן ארויסשפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן.
וואס טראכט איר ? וועמען האבן זיי געגעבן גערעכט ? וועמען האבן די אלע עדזוקירטע פרעפעסארן - וואס ליידן אויף 100 פראצענטיגע אבסעלוטע גערעכטיגקייט - באשמוצט ? דעם איד אדער דעם ג׳ענטייל ?
איך ציטיר אייך דא עטליכע קאמענטארן :
האסידהעיטער:
א חוצפה פון א איגנארירענדן חסיד! ער קען נישט פארן אין די זייט פאר איין מינוט און דורכלאזן טראפיק? ווי מיינט ער איז ער !! אין דשזולענד ?? א שאד דער האט נישט אריינגעזעצט אין אים ! מ׳דארף אים לערנען א לעקציע, די גאס געהערט נישט פאר די עקלדיגע חסידים..
גייאיזעיהיראו:
איך קוק ארויף אויף דעם דרייווער ער׳ט זיך נישט געלאזט פון דעם געמיינעם חסיד אפילו ער איז קודם געווען אין חסיד טאון ווי מ׳וואלט אים ווען געקענט באקלאפן דורך זייער געהיימע אינערליכע פאליציי האט ער זיך שטאלצערהייט אנגענומען פאר יוסטוץ פון שטערן די רעכט פון וועג.
ענגרי דזאו
אומערצויגענע מענטשן! האקן אויף קארס! לייגן אריין זיך, און אנדערע אין דענדשער בלויז פארן עגא!! דאס קומט פון לערנען בלויז חסידישע קאריקעלעם און נישט זיין מער געבילדעט און טאלערענט פאר די סעקולערע געזעלשאפט.
וכו׳ וכו׳...........
איר פארשטייט וואס דא טוט זיך ? פאר ווער עס ווייסט נישט, אזא מעשה האט זיך טאקע אפגעשפילט אפאר וואכן צוריק מיט פונטקליך די זעלבע דיטאלן, די טשעיס, פארכאפונג, געשרייען, יוטיוב קליפ, קאמענטארן, אלעס אלעס אקוראט ווי מיר האבן יעצט ארפגעלייגט
אבער! די שפילער זענען געווען פונקט קאפויער דער חסיד איז געזיצן אינעם דרייווערס בענקל, און דער ערל איז געזיצן אויפן בייק.
און דאך! ביי ביידע פעלער קען געזאגט ווערן מיטן פולסטן זיכערקייט, אז דער חסיד וואלט געזיצן אויפן באשולדיגונגס באנק און דער ערל א פולקאמער היראו.
איז דאס נישט שרעקליכער פון שרעקליך ?? פארוואס ווערן מיר בכלל נישט אנגעקוקט אביעקטיוו ?
דער תירוץ איז ״הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב״.
ס׳איז דא א ווארט אינעם ענגלישען לעקסיקאן ״ראסיזם״.
דער דעפיניציע פון ראסיזם איז פיינט האבן א געוויסער ראסע/ גענדער/ קאליר הויט/ בלויז פאר די איינע סיבה ווייל ער איז אנדערש.
ס׳איז אבער דא נאך א ווארט וואס רופט זיך ״אנטיסעמיטיזם״.
אויבן אויף איז די גאנצע חילוק פון די צוויי אז אנטיסעמיטיזם איז פיינט האבן די אידישע ראסע, און ראסיזם איז פיינט האבן אן אנדערע נישט אידישע ראסע.
דא שטעלט זיך א שטארקע פראגע.
פארוואס איז דא א ספעציעלער ווארט בלויז פאר די אידישע ראסע? פארוואס זענען אידן נישט נכלל צוזאמען מיט די רעשט פון די וועלט אינטערן זעלבן שירעם וואס רופט זיך ״ראסיזם״?
חלק ב בקרוב