בלאט 1 פון 3

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:37 pm
דורך קאווע טרינקער
הן

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:41 pm
דורך היימישער ליטוואק

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:48 pm
דורך טאמבל סאס
פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.
ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלוקים - כן עשה. אבער קיינמאל נישט ווי אונז נוצן עס היינט - די פארקערטע פון "ניין"
איז וויאזוי פלעגן טאקע עמיצער ענטפערן פאזיטיוו ווען עמיצער האט אים געפרעגט א שאלה. ?
מען פלעגט איבערגיין אויפ'ן שאלה, און פשוט טוישן די ניגון פונעם ענטפער, און אראפנעמען די ה' פון די ווארט וואס האט רעפרעזענטירט די עיקר השאלה.
למשל - הידעתם את לבן בן נחור? ידענו! השלום לו? שלום!
התלכו עם האיש הזה? אלך!
האתה זה בני עשו? אני!
כאטשיג מ'טרעפט "הן לו יהי כדבריך" מיינט עס אבער נישט עכט יא! נאר מער א "נו" (הלוואי)
ובתרגום - ברם, לו יהי כפסגמיך
----
אין חז"ל געפינען מיר שוין הן און לאו.
כיון שחשכה אמרו להם בא השמש? אומרים הן!
ווי אויך זעען מיר - 'אין' און 'איני' (איז עס דען נישט אזוי?!)

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 4:18 pm
דורך קאווע טרינקער
טאמבל סאס האט געשריבן:פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.

"כן" איז פון "נכון". ריכטיג רעדן די טעכטער פון צלפחד.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 4:24 pm
דורך אביגדור
העדר ה"לא" לבד, בלי מלה נוספת.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 4:29 pm
דורך זר זהב
אין אידיש איז נישטא א ווארט פאר "אפרישיעט".. ופשוט היא

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 4:37 pm
דורך אביגדור
ריצפה.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 5:33 pm
דורך געפילטע פיש
פאדלעגע קומט אפשר פון פויליש, אבער וואס מאכט עס ווייניגער אידיש ווי פאנטאפלען?

א טרוקנע ניין טרעפט מען יא אין תנ"ך?

נאך א זייטיגע שאלה, אין ענגליש איז דא א roof און א ceiling, אין לשון הקודש איז דא גג און תקרה, איז דא אין אידיש א ווארט אויסער דאך?

ערליך אין ריינעם זין פון ווארט מיינט גלייך, ישר, איינער וואס האנדעלט ערליך איז א ערליכע האנדלער, און איינער וואס איז א איד ערליך איז א ערליכע איד.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 5:39 pm
דורך טאמבל סאס
קאווע טרינקער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.

"כן" איז פון "נכון". ריכטיג רעדן די טעכטער פון צלפחד.

אדער פון "כנים אנחנו"
מיר זענען יא אמת'ע! נאר דארט איז עס געווען א לשון רבים. במילא ביי א יחיד וועט מען זאגן כן. אדער כנה.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 5:45 pm
דורך איחוד פעלד
אין דייטש איז א דאך דער טייטש פין roof, ווידער דער טייטש פין cieling איז "דעק".

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:12 pm
דורך זר זהב
אנאליזירער האט געשריבן:דאנקבאר/דאנקבארקייט.

אין ענגליש איז דאס I'm thankful

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:10 pm
דורך טאמבל סאס
אדער גרעיטפול

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:13 pm
דורך זר זהב
רייט

נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2013 11:45 pm
דורך אביגדור
יאנקל האט געשריבן:עטימאלאגישע

זעה דא.

נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2013 11:49 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:01 am
דורך מאטי
איך זע ס׳האט זיך דא אנטוויקלט א שמועס וועגן ווערטער וויל איך דא פרעגן עפעס וואס באדערט מיר שוין יארן.
יעדער noun וואס באציט זיך אויפן מענטש האט א לשון זכר און א לשון נקיבה.
למשל
טאטע מאמע
ברידער שוועסטער
זיידע באבע
פעטער מומע
שווער שוויגער
שוואגער שוועגערן
זון טאכטער
נעפיו ניס
חוץ.. אייניקעל! פארוואס??

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:05 am
דורך אביגדור
נכד.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:12 am
דורך בן תמליון
יאנקל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אין דייטש איז א דאך דער טייטש פין roof, ווידער דער טייטש פין cieling איז "דעק".

א ceiling איז אין אידיש א דיל.


מיר דאכט זיך עס איז "סופיט".

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 2:09 am
דורך פרישער
געוועין איז עס דער רבי אין ארץ ישראל, אין ער האט אפגעשטעלט איין היברא נאכן אנדערען אין געפרעיגט, ווי אזוי זאגט מען אין היבריש אייבישטער? אין זיי האבען געבראכען די קעף אין נישט געקענט אויפקימען מיט א פאסיגע ענטפער, אין די רבי מיט די שמייכעל פין נצחון האט א זאג געגעין, ני איך האב ענק שוין לאנג געזאגט אז זיי האבען קיין באשעפער אין זייער לעקסיקאן.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:51 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:אין דייטש איז א דאך דער טייטש פין roof, ווידער דער טייטש פין cieling איז "דעק".

א ceiling איז אין אידיש א דיל.


מיר דאכט זיך עס איז "סופיט".

גוגל טרענסלעיט זאגט אז סופיט קומט פון פויליש, און איך זע נישט קיין איין שפראך וואס ס'הייסט דיל, אין יידיש טייטשט ער איבער צו 'סטעליע' און 'סופיט'.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 7:16 pm
דורך מאטי
וויאזוי זאגט מען ״טאקע״ אין ענגליש די בעסט איך האב איז "indeed" דאס ארבעט אבער נישט אלץ.
אויך ״זאט״ האט נישט קיין ווארט, full איז א שם הכולל אויף יעדע פילע זאך

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:11 pm
דורך געפילטע פיש
ס'האט נישט אלעמאל די זעלבע אפטייטש, אמאל איז עס טאקע indeed, און אמאל איז עס actually, ווענדט זיך וואו די חמר שטייט איין.

ווען א ווארט אין א שפראך ווערט גענוצט אין מער ווי איין קאנטעקסט וועט עס ווערן אפגעטייטשט אין די צווייטע שפראך געוואנדען אינעם קאנטעקסט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:23 pm
דורך חד גדיא
איך האב באמערקט ביי מיין 18 חדשים'דיג בעיבי אז זי האט זיך אויסגעלערענט די ווארט "ניין". אבער אנשטאטס "יא" זאגט זי איבער די שאלה. למשל, "חני, דו ווילסט אראנדזש דזשוס?"
"ניין!"
"דו ווילסט וואסער?"
"וואסער!"

אינטערסאנט, קוקט אויס אז נאטירליך איז ווי לשה"ק.