בלאט 1 פון 2

חדש: נייע 'קאווע שטיבל' עפפ ( פאר ענדרויד)

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:09 am
דורך פסיכאלאג
איך האב געמאכט א נייעם עפפ וואס איז א דירעקט לינק צו 'קאווע שטיבל' איך מיין אז מיר זענען שוין גענוג גרויס אין דעזערוון שוין אן אייגענעם עפפ.
דאונלאוט אין האט הנאה


http://www.appsgeyser.com/469506

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:12 am
דורך לעיקוואד
דאס איז דאך אבער סתם א לינק וואס עפענט קאווע שטיבל פונקט ווי עס זעהט אויס אין א בראוזער. מדארף אנשטעלן א עפפ וואס זאל ווייזען קאווע שטיבל אויף א אופן וואס איז צוגעפאסט צו מובייל דעווייסעס.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:15 am
דורך יואב
And what about an app for Black Berry?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:18 am
דורך קאווע טרינקער
לעיקוואד האט געשריבן:דאס איז דאך אבער סתם א לינק וואס עפענט קאווע שטיבל פונקט ווי עס זעהט אויס אין א בראוזער. מדארף אנשטעלן א עפפ וואס זאל ווייזען קאווע שטיבל אויף א אופן וואס איז צוגעפאסט צו מובייל דעווייסעס.

I WISH

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:19 am
דורך פסיכאלאג
לייקוואד. א- דאך א פארגרינגערונג זיך צו באניצן מיטן סייט ב- איך ארבייט יעצט אויף עפעס בערך וואס די ווילסט האבן, אבער דאס נעמט נישט צוויי מנוט, איך 'האף' אז עס גייט זיך אויסארבעטן

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:22 am
דורך לעיקוואד
פסיכאלאג האט געשריבן:לייקוואד. א- דאך א פארגרינגערונג זיך צו באניצן מיטן סייט ב- איך ארבייט יעצט אויף עפעס בערך וואס די ווילסט האבן, אבער דאס נעמט נישט צוויי מנוט, איך 'האף' אז עס גייט זיך אויסארבעטן

אמת עס איז אביסעל גרינגער. יישר כח און הצלחה אויף דאס וואס איר ארבעט אויף.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:22 am
דורך פסיכאלאג
יואב האט געשריבן:And what about an app for Black Berry?

וואס איז די מעשה מיט אייפאון באניצער ביי אייך ארבעט עס יא?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 11:43 am
דורך פסיכאלאג
נאך א מעלה וואס איך זעה דערין, פון היינט אין ווייטער קענט אין בלאקן אייער בראוזער אין ווייטער האבן עקסעס צום קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
פסיכאלאג האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:And what about an app for Black Berry?

וואס איז די מעשה מיט אייפאון באניצער ביי אייך ארבעט עס יא?

אייפאון קען נישט דאונלאדען עפפ פון נישט די עפפ סטאר

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:34 pm
דורך ידען
זייער גוט זעהט אויס און אזוי ווי די געהעריגע browser

אויב מע קען מאכען אז ווען מע מאכט עס גרעסער זאל עס ווערען גראד מיט די סקרין וואלט עס געוועהן בעסער ווי מיין browser.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 1:41 pm
דורך פסיכאלאג
איך האב פראבירט צו מאכן דעם זעלבן עפפ פאר בלעקבערי אבער איך האב דאס נישט געקענט בויען וויבאלד איך האב נישט קיין בב, ממילא לייג איך דא צו א לינק פאר ווער עס וויל עס אליין בויען, אויב איז אייך געלונגען עס צו מאכן ביטע לייגט ארויס א לינק דערפון, אפאר מעמבערס האבן מיר געבעטן פאר אזאנס, זייט מהנה אנדערע



http://developer.blackberry.com/html5/downloads/

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:44 am
דורך פערינא
די mozilla mobile browser איז זייער געאייגענט פאר קאווע שטיבעל. עס האט אסאך אנדערע מעלות אויך, אזוי ווי אלעס וואס גוגעל רירט אן


I'm sorry I meant Chrome. Which I'm using now to edit this post. I

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:47 am
דורך [NAMELESS]
מאזילע איז פון גוגעל? נישט קראום?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 12:17 pm
דורך לעמיל
פסיכאלאג פאר א אייפאון קענסטו מאכען?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:07 pm
דורך פסיכאלאג
לעמיל האט געשריבן:פסיכאלאג פאר א אייפאון קענסטו מאכען?

צווי זאכן לעמל. א- אויפן איי פאון דאכט זיך פעלט עס נישט אויס ווייל מען קען מאכן אליינס אן אייקאן פאר בוקמארק'ס אין די עפפ איז בערך די זעלבע זאך,
ב- די ווייסט דאך אז עפל לאזט נישט צו קיין עפפס וואס זענען נישט פין אייטאנס אין דערווייל פלאן איך נישט צו מאכן קיין עפפס פאר אייטאנס...

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 3:15 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:מאזילע איז פון גוגעל? נישט קראום?

איך ווייס נישט אויב פערינא האט דאס געמיינט, אבער גוגל פלעגט זיין פון די גרעסטע ספאנסערט פון מאזילא פייערפאקס. פאר מער זעט דא.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:36 am
דורך נולד מאוחר
כגעדענק און די ארכיווען פונעם שטיבעל אטז געווען עפעס אן עפפ פאר קאווע שייבעל. איז דאס עפעס א חידוש?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:09 pm
דורך פסיכאלאג
נולד מאוחר האט געשריבן:כגעדענק און די ארכיווען פונעם שטיבעל אטז געווען עפעס אן עפפ פאר קאווע שייבעל. איז דאס עפעס א חידוש?

ביטע ברענגט ארויף א לינק דערפון איך מיין איר מאכט א טעות, אזויפיל קען איך אייך זאגן איך ניץ עס אין כבין זיך מחי' גראדע זעה איך אז עס איז שוין געווארן דאונלאדעד איבער פינעף אין זיבעטסיג מאל אין...חברע סעדא א לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:56 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 4:42 am
דורך ידען
פערינא האט געשריבן:די mozilla mobile browser איז זייער געאייגענט פאר קאווע שטיבעל. עס האט אסאך אנדערע מעלות אויך, אזוי ווי אלעס וואס גוגעל רירט אן


I'm sorry I meant Chrome. Which I'm using now to edit this post. I

ישר כח פערינא.

כאב יעצט אנגעהויבען ניצען די chrome. סע זעהט אויס זייער גוט און די ווערטער קומט גראד אויס בעסער ווי די browser וואס קאווע שטיבל איז פיצי און ווען איך דאבעל קליק דארף מען ריקען אהין און צוריק ווייל סע סאך גרעסער ווי די סקרין.

אבער אויב סע דא א בילד וואס גרעסער ווי די סקרין קען מען ננישט מאכען גרעסער די ווערטער :(

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 3:02 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'מיין מ'קען רעגיסטרירען קאווע שטיבעל מיט דעם עפפ, צי האבען א מאביל ווערסיע,

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 4:06 pm
דורך פסיכאלאג
חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'מיין מ'קען רעגיסטרירען קאווע שטיבעל מיט דעם עפפ, צי האבען א מאביל ווערסיע,

שוין געמאכט אזאנס
viewtopic.php?f=12&t=3904#p118287

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 1:25 am
דורך רוזעוולט
מיין ענדרויד סיסטעים לאזט נישט פסיכאלאגס עפפ ארויפגיין, עני עצות?