בלאט 1 פון 1

הילף מיט שנארעראציע-עצות

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:14 pm
דורך עליע_ק
איך וויל צוזאמשטעלען געלט פאר א נצרך (נויטבעדארפטיגע) דא אין ניו יארק. צו וועלכע רב לוינט זיך צו גייען בעטען א המלצה?
אדער צו וועלכע עסקן קען איך ווענדען וואס טוט אין דעם?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:16 am
דורך איציק
גוטע פראגע. אזעלכע אינפארמאציע קען גאר צוניץ קומען, איבערהויפט פאר ריכטיגע נצרכים.
אויב מען שנארט אין א גרויסע חסידות, איז נישטא בעסער פון דעם רבינ'ס אונטערשריפט.
אבער אויפ'ן גאס, לכאורה דארף מען האבן א נייטראלע רב, מקובל אויף אלע (רוב?) קרייזן און שטארק אנגעזעהן.
אפשר א פוסק? ר' יחזקאל ראטה שליט"א? ער שרייבט אונטער המלצה בריוו?

טייערע אחי-עזר: העלפט ארויס! גיבט אן עצה!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2013 4:46 am
דורך איציק
נו? למעשה ווייסט קיינער נישט קיין אינפא? :?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 2:04 am
דורך רויטע וואנצעס
עליע_ק האט געשריבן:איך וויל צוזאמשטעלען געלט פאר א נצרך (נויטבעדארפטיגע) דא אין ניו יארק. צו וועלכע רב לוינט זיך צו גייען בעטען א המלצה?
אדער צו וועלכע עסקן קען איך ווענדען וואס טוט אין דעם?


די מילקשעיקער פלעגט זיין א שטארקע צעטל, זייט די מיאוסע מאחורי מעשה האט עס פאלוירן די כח. פרוביר מיט דעם רעבין:
viewtopic.php?p=159561#p159561

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:41 am
דורך פרישער
הלצה בריוו זענען שוין היינט נישט אין סטייל, צו ווייל רבנים ווילן נישט זיין קיין חוזיק'ס, נישט קיין חיליק פארוואס אבער צים ציל וועט עס דיך נישט טראגן.

ביז נישט לאנג ציריק ווען א איד פון ארץ ישראל איז אהער געקימען לייזען, איז געוועין א חשד אז ער איז פושעטער גנב, איז ער געגאנגען נאך א בריוו, געוועינטלעך צים בד"צ, זיי האבן געגעיבן בריוו אזוי שנעל ווי א סאטמערע בחור קריגט דו הוראה, נאר עס איז געווארן עפעס א מעשר ביזנעס, אדער שלא לבייש את הגנבים, האבן עס אלע ג'סטאפט, קיינער בלי יוצא מן הכלל נעמען מער נישט דעים בריוו, און מיר אלע גיבן נאך אלס פארן חתן פון ארץ ישראל.

היינט זענען טיי אווענטן שטארק און סטייל, פארטי'ס פאר פרויען אויב עס זענען דא נייע בוגעבאז אויסצוראפלען, אויך ביי חתונת, זענען דא פראפעסיאנאלע הויט שינדער, וואס נעמען געלט ביי יעדע לעפל זיפ ווען מען גענעינט צי מאכן מציצה בפה, מיז מען קודם געיבן א דולר טאמער נישט מאכט ער זיכער אז עס פארגייט דעים אפעטיט פון עסן, אלזא וועיל דיר אויס איין וועיג אריין צולייגען דיין האנט און יענעם'ס טאש, און פארדין.