בלאט 1 פון 4

ב"פ וויליאמסבורג באס

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:35 pm
דורך קרעקער
ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:42 pm
דורך זר זהב
עפעס האט זיך נישט לאנג צוריק אפגעטון דארט, מ'האט זיי געסאראשעט אז מ'גייט עפענען קאמפעטישן

כ'געדענק נישט וויזוי ס'האט זיך גע'ענדיגט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:45 pm
דורך קרעקער
און אז מרעדט שוין
טאטעס לערענטס אויס ענקערע קינדער און קליינע בחוריםלעך אז ווען א פרוי שטייט זאלען זיי זיך אויפשטעלען און איבערגעבען זייער פלאץ
איך בין נעכטען געפארען אויפן באס סזענען געשטאנען ארום 7 פרויען, איינע מיט א בעיבי אין די הענט, און 4 דאבעל סיטס זענען געוועהן באזעצט מיט טוטער בחורלעך
את חטאי אני מזכיר אז איך האב נישט געהאט די קארעזש זיי אויפצושטעלען ווייל ביי אינז וויל יעדער הייסען די שיינע יוד, איך וויל נישט אויסקוקען ווי נחום רז"ב, אבער סליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:46 pm
דורך קרעקער
דארפסט נישט גארנישט געדענקען גיי און קוק וועסטו זעהן וואס איז געווארען
אלעס געבליבען ביים אלטען

חברה מיר האבען א ריזיג כח!! נישט אלע ווייסען אבער קאווע שטיבעל האט שוין אויפגעטוהן אסאך
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אויפטון אויך מיט דע הינזיכט

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 4:48 pm
דורך זר זהב
ניין, כ'מיין צו זאגן איך דענק נישט וויזוי די אויפשטאנד האט זיך אפגעשטעלט

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:עס ליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

זיך אויפצושטעלן פאר יענעם פארגלייכסטו צו אפווישן אין טוילעט :roll: :evil:

קרעקער האט געשריבן:נישט אלע ווייסען אבער קאווע שטיבעל האט שוין אויפגעטוהן אסאך

אמת'דיג? לאמיר הערן עפעס, פארצייל אביסל סודות וואס נישט יעדער ווייסט........................ פליז!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:14 pm
דורך קרעקער
אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור
יא !! ווען א מאמע שטייט מיט א קינד אין די הענט אויף די ראולער קאוסטער (באס בלעז) וואס וואקעלט זיךף און פליט צו אלע זייטען, און א טוטער בחור זיצט דערנעבען באקוועם, איז עס אסאך וויכטיגער די טאטע זאל עם אויסלערנען זיך אויפשטעלען ווי זיך אפצוווישען אין טוילעט, וויייל סוועט גארנישט געשעהן אז ער שטינקט אבער וועט יא געשעהן ווען די מאמע וועט אראפפליען און געהארגעט ווערען

והשנית
סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:23 pm
דורך קאווע טרינקער
קרעקער האט געשריבן:סאיז דא אסאך וואס מהאט אויפגעטוהן, איך קען דיר זאגען איינס וואס איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א אסיפה העסקנים און מהאט זיך גערעכענט מיט טענות וואס איינער האט געשריבען אויף עפעס א געוויסע זאך אויף קאווע שטיבעל

וועלעכע ענין?.... כ'וועל שרייבן נאך....

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
קרעקער האט געשריבן:אדער ביזטו א גרוש אדער א בחור

הא הא הא! שוין לאנג נישט געלאכט אזוי! :lol: :lol:

הער קרעקער, דו ביסט א שוואכער דיאגניזירער! איך האב דיר שוין אמאל געכאפט ביי נאך א גוטס, דא:
שמעקעדיג האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:שמעקעדיג זעט אויס דו ביסט נאך ניי דא


ממש אזוי?

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:37 pm
דורך NAVY SEAL
קרעקער האט געשריבן:ווי אזוי קען זיין א ציבור פון שווערע 1000טער יודען ליידען זיך ביטער אן פון דעם באס און קיינער קען גארנישט טוהן?
ווער סאיז שוין אמאהל געפארען מיט זיי האט א פאק מעשיות צו פארצייעלן, די דרייווערס עקטען ווי קאלטע מערדערס, די באסעס אלט און צוקראכט וואס שאקעלט אויף יעדעם, קיין פלאץ איז נישטא, פארוואס האטזיך נאך קייננער נישט אויפגעשטעלט עפעס טוהן?

איך בעט מען זאל מיר אנצייגען וואו און ווי אזוי מען קען זיי מאסערן
פשוט אז זיי האבען א דין רודף שטעלענדיג אין סכנה אסאך מענטשען יעדען טאג סאו פארוואס זאל מען ווארטען ביז יודען ווערען געהארגעט לאמיך טון למעשה


יאַרן צוריק ערגעץ אינמיטן די נון׳ס האבן זיי געוואלט אריינברענגן קאוטש באסעס, און סהאט זיך דעמאלטס אפגעטוהן פראטעסטן קעגן זיי ביי יעדע באס סטאפ, פארוואס? ווייל מיט די צוקראכטע באסעס קענען די פרויען אראפגיין פון די בעק טיר, אבער א קאוטש באס האט דאך נאר איין טיר וועלן מענער מיט פרויען אראפגיין רחמנא לצלן פון איין טיר , ( איי די מאנסי טרעילס מיט די מאנרא באסעס האבן אויך נאר איין טיר? א קשיא אויף א מעשה. )

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:53 pm
דורך שלשלת
אן אריין גיין אין די דעמאלס'דיגע מערכה אקעגן די קאוטש באסעס, צו עס איז געווען גערעכט אדער נישט, צו די מערכה איז געווארן געפירט דורך בעלי דעה צו חסרי דעה, איז דאס נאך אלץ נישט קיין שום בארעכטיגונג אויף זייערע שוואכע קוואליטעט באסעס, און אוודאי נישט אויף זייערע הארץ-לאזע געפירעכטץ, פון דעם וואס די דרייווערס רעכענען זיך נישט קיין כי הוא זה מיט די פאסאזשירן, יונג און אלט צוגלייך. ליידער ליידער, די שווארצע דרייווערס פון די סיטי באסעס פירן זיך אסאך מאל אויף פיל מער מענטשליך, ווי די בארא פארק באס דרייווערס.

די סיטי באסעס האבן אויך בעק טירן, אבער סגייט נישט אויף די חשבון פון די מיטרייזענדערס באקוועמליכקייטן.

דאכט זיך מיר, אז פאר א יאר-צוויי צוריק האט די בריוו קאלום אין די צייטונג דער איד - "פון אידן צום איד" - געפירט א מערכה מיט די באס קאמפאני. ווער עס געדענקט, אדער האט קאפיס פון יענע בריוו, זאל מוחל זיין און מיטטיילן (אפשר גאר פארדריי איך די יוצרות, און זיי האבן זיך גאר אנגענומען פאר די באס קאמפאני...)

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 6:56 pm
דורך זר זהב
אה יא שלשלת, פון יענע מערכה האב איך גערעדט.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:04 pm
דורך בדחן
@קרעקער, גאר א שטארקע פוינט, עס פעלט טאקע אויס צו מאכען א קאמפיין דערפאר.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 9:18 pm
דורך פסיכאלאג
קרעקער האט געשריבן:און אז מרעדט שוין
טאטעס לערענטס אויס ענקערע קינדער און קליינע בחוריםלעך אז ווען א פרוי שטייט זאלען זיי זיך אויפשטעלען און איבערגעבען זייער פלאץ
איך בין נעכטען געפארען אויפן באס סזענען געשטאנען ארום 7 פרויען, איינע מיט א בעיבי אין די הענט, און 4 דאבעל סיטס זענען געוועהן באזעצט מיט טוטער בחורלעך
את חטאי אני מזכיר אז איך האב נישט געהאט די קארעזש זיי אויפצושטעלען ווייל ביי אינז וויל יעדער הייסען די שיינע יוד, איך וויל נישט אויסקוקען ווי נחום רז"ב, אבער סליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

וואס עפעס די בחור?( לאמיר קלאר מאכן כבין א אינגערמאן מיט וואס האט שוין ב''ה א משפחה)
אבער למעשה ווען אן עלטערע איד קומט ארויף אויפן באס מאכט מען זיכער אז ער האט ווי צו זיצען,
אבער די אינגע בחור איז נישט מחייב צו קוקען וואס עס טוט זיך אין די בעק, ב- ביי די פרויען וואלט מען געדארפט קער נעמען פין דעם זאל זיך א אינגע מיידל זיך אויפשטעלן,
איך בין נייגעריג אויב אין די פרויערישע קאווע שטיבל רעגט מען זיך פארוואס די מיידלעך שטעלן זיך נישט אויף פאר די עלטערע אידן...

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:02 am
דורך מאראנצןזאפט
פון מאי דעם אכט און צוואנציגסטן וועט דער פרייז ארויפגיין צו 3 טאלער אן איינצלנע רייזע.

:cry:

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:45 am
דורך טעפל
דא האט עטץ א רייד אויפן באס!
http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... +Boring%85

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:50 am
דורך שרייבער
וער איז די מיט די לאנגע בארד וואס רעגט זיך אזוי

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:53 am
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:און אז מרעדט שוין
טאטעס לערענטס אויס ענקערע קינדער און קליינע בחוריםלעך אז ווען א פרוי שטייט זאלען זיי זיך אויפשטעלען און איבערגעבען זייער פלאץ
איך בין נעכטען געפארען אויפן באס סזענען געשטאנען ארום 7 פרויען, איינע מיט א בעיבי אין די הענט, און 4 דאבעל סיטס זענען געוועהן באזעצט מיט טוטער בחורלעך
את חטאי אני מזכיר אז איך האב נישט געהאט די קארעזש זיי אויפצושטעלען ווייל ביי אינז וויל יעדער הייסען די שיינע יוד, איך וויל נישט אויסקוקען ווי נחום רז"ב, אבער סליגט א פליכט אויף יעדע טאטע מאמע אזוי ווי זיי לערנען זיך אפ אפצוווישען אין טוילעט דארף מען אויסלערנען מענארס און נארמאלקייט

פארוואס דארפען יונגע בחורים ענדערש זיך אויפשטעלען ווי גרויסע טאטע'ס?! "טוטער בחורלעך" האבן מסתמא ווייניגער כח צו שטיין ווי דיר קרעקער. האסט זיי טאקע נישט געדארפט אויפשטעלען, נאר די האסט דיך געדארפט אויפשטעלען!!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:14 am
דורך gehlungen
בדחן האט געשריבן:@קרעקער, גאר א שטארקע פוינט, עס פעלט טאקע אויס צו מאכען א קאמפיין דערפאר.

I also think they should ban CELL PHONES on the B P bus (if possible)nobody is interested who is becoming a kallah or if your sheitel is ready or if your babysiter is available or is your goiteh came or if your daughter peeled the potatoes. E t c . ! :?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:17 am
דורך diff
Its great, for just 2 bucks the whole bus belongs to you

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 4:13 pm
דורך היימישער
ווהאאו איז דאס גיט, איך קען דעם יוד (אויפן פנים) ער ארבעט און ב"פ ערגעץ 39-40-41

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 5:52 pm
דורך זר זהב
כ'מיין ער הייסט ליכטענשטיין

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:36 pm
דורך MickyMouse
יעצט באקומען די טעקסט.
SHOCKING! Willamsburg - BP Bus Is Going Up The Price From Tomorrow To $3.00! (Probably Due to The Good Service They Are Giving).
איך ווייס נישט אויב אמת.