בכף הקלע - פארזעצונג (אפדעיט 3)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

בכף הקלע - פארזעצונג (אפדעיט 3)

שליחה דורך פעדער »

[center]בכף הקלע[/center]

[justify]געווען איז עס אין די פרילינג צייט, נאך די יו"ט פסח פון יאר תש"ד, עס איז געווען א שיינע וועטער אין א קלארע אטמאספערע, א פרייליכקייט האט זיך געשפירט אין די לופטן, דאס גאנצע באשאף, די געוואוקסן און אלע באשעפענישן, האבן ווי מיטגעלעבט מיט לעבהאפט, און הנאה געהאט נישט בלויז פון די געשמאקע טעג נאר פון די ליכטיגערע פרילינג נעכט צוגלייך, די לופט איז געווען לויטער, און האט אויפגעלעבט די זעהל, אבער מיר אידן האבן נישט געשפירט די אנגענעמע גערוך פון פרילינג, מיר האבן געשפירט א אומבאשרייבליכע לאסט אויף אונזערע הערצער, א דיקע שווארצע וואלקן האט געהויערט העכער אונזערע קעפ, און אנגעווארפן אויף אונז א שרעק. די גייסט אנידערגעשלאגן, און שטימע טיפע קרעכצן האבן זיך ארויסגעריסן פון די טיפענישן פון הארץ נישט וויסענדיג ווואספארא טרויעריגע בשורות דער צוקונפט זאגט אן.

די יו"ט פסח האבן אונז מצליח געווען אפצורעכטן אהן קיין ערנסטע שטערונגען, טראץ די שוועריקייטן מיט וואס זיך איינצוהאנדלען די יו"ט געברויכן - זענען געווען פארבינדן, סיי צוליב די כשרות פון די פראדוקטן, און אויך צוליב די ווערט און קוואנטום וואס מיר האבן געברויכט. פונדעסטוועגן האבן מיר אלעס איינגעהאנדלט מיט א ברייטקייט אזוי ווי אין די גיטע יארן. מיר האבן זיך ארומגעזעצט צום טיש און סאלאן אין א יו"ט שטימונג און געפראוועט די פסח'דיגע סדרים אזוי ווי די הלכה. אריינגערעכנט אפילו די מצווה פון גנב'נען די אפיקומן, מיר האבן מקיים געווען די מצווה פון ושמחת בחגך, מיר האבן אויפגעהויבן אונזערע בעכערס און א צושטאנד וואס א גייסט פון פארשקלאפטקייט האט געהערשט, אנשטאט א זמן חרותינו. און עס איז אונז אפי' געלונגען אין א געוויסע מאס צו שאפן א לויטערע געמיט און אונזער אטמאספערע.

און ווירקליך גערעדט וואלט נישט געווען קיין שום אורזאך פארוואס נישט צו זיין פרייליך און אויפגעלעבט און אזא דערהויבענע טאג ווי ליל התקדש חג אז מיר האלטן דא און מיר זענען געזונט און פריש מיט אלע באדערפענישן.

פונדעסטוועגן איז אונזער פרייד געווען בלויז א אויסערליכע און געמאכטע, די שמייכל איז ארויסגעקומען פון מויל דורך קרומע ליפן. בעפאר שפוך חמתך האבן מיר געעפנט די טיר און ווען מיר זענען אנגעקומען צום פסוק כי אכל את יעקב ואת נוהו השמו האב איך אויסגעבראכן אין א געוויין פון הארצן טיפן, אין שנירלעך טרערן האבן געפלאסן פון מיינע אויגן. איך האב ממש געשפירט ווי די קללה "שפך עליהם זעמך" וועט גאר אינדערנאנטן געריכטעט ווערן אויף אונזערע פלייצעס.
עס איז מיר קלאר געווען אז נישט בלויז איך האב געשפירט די שרעקליכע געפאר וואס האט געשוועבט העכער אונזערע קעפ, נאר אויך די גאנצע הויז געזינד, אריינגערעכנט, אפי' די ניין יעריגער ראובן יואל. ער האט אויך געפילט די פארכטיגע ציטער. די שרעקעדיגע הרגשה, אז די שווערד פון מלאך המוות איז אויסגעשטרעקט איבער אונזערע העלזער.


אין מציאות האט צו אונז נאך נישט דערגרייכט קיים שום שלעכטע באריכטן. אינצווישן איז אלעס אנגעגאנגען ווי דער געווענליכע שטייגער. די צייטונגען האבן אויך נישט באריכטעט קיין שום עקסטערע נייעס וואס זאל פירן צו עטוואס פארדאכטן. די ריקצונגען פון די דייטשע טרופן אויף די רוסישע פראנטן האבן זיך כסדר פארברייטערט "לויט ווי ערווארטעט" און די מערסטע אינטערעסאנט איז געווען, אז אפי' די אינטערדריקונגען אויף די אידן זענען מילדער געווארן לעצטנס. פונדעסטוועגן איז אבער פארשווינדן געווארן די שמייכל פון אונזערע געזיכטער. אידן זענען ארויס אויפ'ן גאס נאר אויף א נויט און האבן אויסגעקוקט ווי האלב לעבעדיגע שאטנס. ווען מען האט באגעגנט פריינד, באקאנטע. קרובים אדער שכנים, האט קיין שמייכל זיך נישט באוויזן אויף די ליפן, אנשטאט האט מען זיך באגריסט מיט בלויז א שטימע קרעכץ וואס קיין מענטש באגרייפט נישט איר באדייט. מען האט אנגעקוקט איינער דעם צווייטן שווייגענדיג אזוי ווי עלנדע אבלים, ווי כאילו מען זאל נישט האבן וואס צו רעדן איינער צום צווייטן. אדער אויסקוקענדיג ווי צארענדיגע איינער אויפ'ן אנדערן.

די נאכלאזענדע דרוק אין די קייט פון רדיפות איז געווען אהן קיין צווייפל, מיט א אויסגערעכנטע מאטיוו, כדי אונז צו פארנארן, אז מיר זאלן נישט אנפאנגען פלאנען וויאזוי צו אנטרינען ווערן אינטערערדיש, אדער אנטלויפן אריבערן גרעניץ. אדער גאר אויפרידערן דעם המון עם איבער די סכנה וואס לאקערט אויף אונז.
מיר אבער האבן אפגעטיישט די לעצטיגערע שטילקייט אין די נאכאנאנדע פארפאלגונגען אויף די אידן, אין א גרייזיגע באדייט, נעמליך, די דייטשן זעהן שוין אז זייער סוף איז נאנט, און זענען צו שטארק פארנימען אין זייערע צרות, דעריבער נישט האבנדיג קיין צייט זיך צו באשעפטיגן מיט אונז.
מיר האבן געהאפט אז עס איז נישט ווייט די מפלה פון אונזערע שונאים, און ענדליך וועט קומען א ענדע צו אונזערע ליידן. אבער די האפענונגען האבן נישט אויפגעהייטערט די געמיטער נישט אין הויז און נישט אין גאס. מיר האבן געשפאנט מיט א איינגעבויגענע קאפ אזוי ווי תשעה באב נאך די קינות. די קינדער האבן פון זיך אליין אפגעשטעלט זייערע שפילערייען אנדעם וואס איינער זאל זיך בכלל קימערן אויף זיי. אידישע פיסגייער זענען פארשווינדן פון די גאסן. און מען האט אפילו אויפגעהערט צו באזיכן איינער דעם אנדערן.

בשורות איוב
און כ"ב חודש ניסן, האבן זיך פארשפרייט קלאנגען אז עס קומען פאר גורל'דיגע טוישונגען אין די רעגירונג'ס פירערשאפט. א נייע עקסטרעמע פרא נאצי רעגירונג האט איבערגענימען אינטער די פירערשאפט פון פרעמיער מיניסטער סטויאי אנשטאט די אלטע רעגירונג וואס איז ארויסגעווארפן געווארן דורך די נאציס ביי די אינוואזיע אין 19.3.44 און איינע פון די ערשטע שריטן זייערע, זענען געווען איינצופירן נייע גזירות אויף די אידן.
1) יעדער איד אז געצווינגען צו טראגן אריינגענייט אויף די קליידער א מערקבארע צייכן, אין פארעם פון א געלע מגן דוד אין די גרויס פון צען סענטימעטער כדי מען זאל גלייך דערקענען ווער עס איז א איד, אין ווער נישט.
2) עס איז פארבאטן פאר א איד צו רייזן מיטן צוג, און אזוי נאך א פילע ליסטע גזירות און באגרעניצונגען

אין באמת זענען מיר געווען גרייט שלום צו מאכן מיט'ן מצב, און זאגן גם זו לטובה. וואס אן אמת האט אונז די געלע לאטע אפנים נישט דערנידערט - עס אנקוקנדיג ווי א שאנד צייכן,- ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געשעמט מיט'ן פאקט, אז מיר זענען אידן, און עס איז אונז קיינמאל נישט געקומען אויפ'ן געדאנק עס צו פארלייקענען פאר איינעם.
אזוי איז געווען די געדאנקען גאנג פון מערסטנס אידן.

ווען עס איז אדורך אפאר טעג האבן זיך צו אונז דערטראגן שמועות פון אומבאשטעטיגטע קוועלער אז אין די ענדע וועט מען אונז צוזאמנעמען אין א געטא. געווען אפילו אזעלכע וואס האבן געוויסט צו זאגן אז מען וועט אונז נישט האלטן אין די געטא סתם אזוי, נאר מען וועט אונז ארויסנעמען צו טוהן צוואנגס ארבעט. אנדערע האבן אנגעגעבן אז מיר שטייען זאגאר אויס, צו פארטריבן ווערן פון לאנד אריין אין לאגערן ווי מיר וועלן טוהן כל-ערליי צוואנגס ארבעט. אבער אויך צו דעם זענען מיר געווען גרייט צו צושאקלען מיט'ן קאפ, און עס אננעמען אלס א גזירה וואס מיר וועלן קענען אדורכטראגן.
אפי' די וואס האבן נישט געגלייבט אין ניסים, האבן געגלייבט אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג ביז די ענדגילטיגע מפלה פון די נאציס ימ"ש, טראצדעם וואס רוב פון אונזערע באריכטן איבער די לאגע אויף די נאצישע פראנטן האבן געשטאמט פון די צווייפלהאפטיגע נאצי קוועלער.

פונדעסטוועגן האב איך פריוואט יא געהאט געוויסע אינפארמאציע פון באגלייבטע מקורות איבער די צושטאנד פון די אידן, און וואס עס ערווארט אויף זיי. מיין זוהן גרשום איז יענע צייט געווען אין בודאפעסט, אין איז געקומען אין פארבינדונג - מיט מענטשן וואס האבן געהערט די באריכטן ערשט האנטיג.- און אויך מיט אנטלאפענע פליטים פון פוילן וואס האבן אליין געזעהן די שוידערליכע ברוטאליטעט פון די נאציס, און האבן געוויסט צו פארציילן איבער זייערע פראקטיצירנדע אקטיוויטעטן אין ליקווידירן די אידן - אין יעדע פלאץ ווי די נאציסטישע שטיוול האבן דערגרייכט.
דאס אלעס האט אונז גרשום געלאזט וויסן, און זיך איינגעבעהטן אז מיר זאלן זיך אנגרייטן אויפ'ן ערגסטן, און אנווענדן אלע נויטיגע מיטלען זיך צו ראטעווען פון די ביטערע בעפארשטייענדע צוקנפט. זיין עלטסטע ברודער האט ער פארארדנט צו קימען צו איהם קיין בודאפעסט, זיך אויסצובאהאלטן אינטער פאלשע פאפירן וואס ער האט פאר איהם געשאפט, אידענטיפיצירנדיג איהם אלס קריסט. און די איבריגע פאמיליע מיטגלידער האט ער געראטן זיך אויסצובאהאלטן, און זיכן שיץ ביי אונזערס א גויאישע פריינד. אדער צו אנטלויפן אין די וועלדער ביז די קאשמאר ווער אריבער גיין.

ס'איז פארשטענדליך אז אזעלכע שאקיררנדע באריכטן האט אונז איבערצייגט אז מען דארף ערנסט נעמען אין באטראכט וואס מיר האבן צוטוהן ווייטער. אבער מיין פרוי הי"ד האט באשלאסן מיט א זיכערקייט אז מען דארף נישט נעמען ערנסט די שווארצע נביאות פון גרשום. נאך אלעם, האט זי געזאגט, איז ער נאך א קינד (ער איז דאן געווען 17 יאר) לאמיר זיך פארלאזן
אויפ'ן באשעפער, און עווענטועל וועט מען סייווי זיך נישט קענען ארויסדרייען פונעם גורל וואס איז אנגעשריבן אויף אונז. אין בכלל ווי איז מעגליך צו גלייבן אזעלכע שוידערליכע געשיכטעס איבער אויסמארדען מענער פרויען קינדער אין די מאסן, אין צענטער פון אייראפע, אינעם פארגעשריטענעם צוואנציגסטן יאר הונדערט.
אלענפאלס, זי איז נישט איינגעגאנגען צו סיי וועלכער פלאן וואס האט געצווינגען צו סיי וואס אימערער צוטיילונג אין אינזער פאמיליע. פארקערט זי האט פארלאנגט פון מיר צוריקצושרייבן צו גרשום, און פארלאנגען אז ער זאל זיך אויך אומקערן אהיים, כדי אונז זאלן זיין פאראייניגט אזוי ארום צוקענען זיין צוהילף איינער דעם צווייטן בעת מצור.

עס איז געווען אנגעשריבן פון אויבן אז זי זאל געווינען דעם ארגומענט, און מיר זאלן פאסן דעם באשלוס. א באשלוס וואס האט אראפגעוואויגן דעם וואגשאהל און געברענגט אויף אונז א גרויזאמע צוקונפט. נישט מיט איר איינגעשפארטקייט האט זי אונז באוואויגן נאכצוגעבן. און אויך בין איך נישט געווארן באיינפלוסט פון אירע ווערטער. נאר איינס: צוליב וואס איך האב גענוי ווי איר ליב געהאט מיינע קינדער און אויך האב איך נישט געקענט איינגיין אויף א פלאן וואס וועט פאראורזאכן א טיילונג אין די פאמיליע, אין איבערלאזן די קינדער אויף גואישע חסדים.

צווייטנס: עס האט זיך נישט געלייגט אויפ'ן שכל אז די שוידערערליכע ידיעות וואס קימען פון בודאפעסט זענען אזוי וואר ווי מען שילדערט זיי, און טוהט טאקע ריכטיג אפשפיגלען אונזער פארצווייפלטע לאגע. ס'איז זיכער אביסל איבערגעטריבן האב איך געטראכט.
דריטנס: לאמיר א קוק טוהן וויאזוי אנדערע רעאגירן דערויף . די פארכטיגע באריכטן האבן דאך נישט נאר געגרייכט אונזערע אויערן. אסאך פון אונז האבן באקימען פארשידענע ידיעות דא דארט, אנדייטענדיג אויף די פלענער פון די דייטשן אקעגן אונז. קיינער האט זיך אבער נישט געוואגט צו טראכטן אפ' זיך צו ראטעווען אויף אזוינע וועגן .

אלזא. האב איך צוגעהערט צו מיין ווייב'ס געבעהט און צוריקגעשריבן א בריוו צו מיין זוהן גרשום. זאגענדיג אז די מאמע בעהט אים זיך אומצוקערן אהיים, כדי צו ערמעגליכן אז די פאמיליע זאל זיין צוזאמען און אזעלכע גורל'דיגע טעג. איך האב אים געשריבן די ביטע אין נאמען פון זיין מאמע, אהן שרייבן מיין שטעלונג אין די טעמע. אדער מיין רעאקציע צו אירע ווערטער.
די אנטווארט פון בודאפעסט האט נישט פארשפעטיגט צו קימען.
"טייערע עלטערן" האט דאס קינד געשריבן: איך האב קיינמאל נישט ווידערשפעניגט אין אייערע רייד אין שטענדיג געהיטן ענקער אנזאג. אבער דאס מאל מוזט איר מיר פארגעבן ווייל איך וועל אייך נישט קענען פאלגן --- צוליב וואס אננעמען אייער מיינונג בנוגע זיך פאראייניגן מיט אייך איז ביי מיר פאררעכנט ווי זעלבסטמארד. – התאבדות לדעת. און איך טוה ווידערהאלן, אז אלעס וואס איך האב אייך געלאזט אינפארמירן אין די פארגאנגעהייט איבער'ן צוקונפט איז אמת אין וואר, אהן דעם מינדסט'ן קלער פון א ספק, אדער גוזמא. איך פארשטיי זייער גיט ענקער פארקלעמט הארץ. עס איז שווער זיך צו צושיידן. שווער צו אנטלויפן. שווער זיך צו געזעגענען פון די הויז, און דאס ביסל פארמעגן וואס מען האט אפגעשפארט אין לויף פון אגאנץ לעבן, און נעמען דעם וואנדערשטעקן אין האנט. אהן קיין באשטימטע ציל. אבער דאס לעבן איז טייערער פון אלעס. און דער סכנה וואס ווארט אונז אפ איז א זיכערער טויט. חרב חרב חדה וגם מרוטה למען טבוח טבח. הוחדה למען היה לה ברק מורטה. איך בעהט אייך טייערע עלטערן הערט מיך צו און שוינט אייער לעבנ'ס. ער האט פארענדיגט זיין בריוו מיט אט די פארכטיגע פסוק פון נביא יחזקאל.

צו אונזער אומגליק האט די לעצטע בריוו אונז נישט באיינדרוקט מער פון די פריערדיגע. און מיר האבן נישט אנגענימען עפעס וואספארא רעטונגס מיטלען זיך צו ראטעווען. דאס הארץ אונזערער איז פארהארטעוועט געווארן כדי אז די הימלישע גזר דין זאל אונז קלאפן מיט'ן פוהל'סטן קראפט

די שואה דערנענטערט זיך
אין ז' אייר תש"ד האט איינער פון די שכנים מיך איבערגעגעבן אז ער ווייסט פון א פארטרויעליכע קוואל אז אין דריי טעג וועלען קומען פאליצאנטן האלבע נאכט צו די אידישע הייזער, און איינזאמלען אלע אידן אין א קאנצעטרירטן פלאץ, מיט'ן ציל אוועקצופירן אלע צו א ארבעטס-לאגער. אויך האט ער געוואוסט צוצוגעגעבן, וועט גארנישט ערלויבט ווערן מיטצונעמען, סיידן איין פאר קליידונג.
אינאמת'ן גערעדט, האט מיך די שווארצע נייעס נישט איבערראשט. וויבאלד מיר האבן שוין געהערט דערוועגן פון פריער. און מיר האבן אפילו שוין געהאט, משלים געווען געווען מיט'ן מצב - מיט א געבראכן גייסט, און מאכטלאז זיך אינטערגעגעבן צום גזירה פון הימל. אבער אין רעאליטעט האט א ציטער דורכגעדרינגען אינזערע ביינער ביים ערהאלטן די פאקטישע ידיעה. און מיר האבן אנגעפאנגען פארלירן אונזער זעלבסט זיכערקייט און אייגענע ווערט.

פארשידענע מיינונגען האבן אנגעהויבן צורקולירן איבער ווי זיי וועלן באשטימען דאס ארט ווי די אידן וועלן פארזאמלט ווערן. און די אויסזעהן און די לעבנס באדינגונגען שפעטער אין דעם קאנצערטראציע לאגער. לויט איין דעה האבן די אידן געזאלט צוזאמענגענומען ווערן אהן אפטיילן די פאמיליע מיטגלידער. די וואס זענען אומשטאנד צו ארבעטן פיזיש וועלן גענומען ווערן ארבעטן. דאקעגן די קינדער, אלטע, און קראנקע, וועלן פארבלייבן אין דעם לאגער. אנדערע האבן אנגעגעבן אז מען וועט וועט יא צושיידן די מענער וואס זענען פעאיג צו ארבעטן – פון זייערע ווייבער און פאמיליעס און שיקן אויף די פראנטן פון די שלאכט פעלדער צו ארבעטן מיליטערישע ארבעט. און די פרויען וועלן אפגעשיקט ווערן צו ארבעטן אין די מיליטערישע פאבריקן אין דייטשלאנד. און די וואס זענען נישט פעאיג צו ארבעטן וועלן פארבלייבן אין א לאגער, ערגעצוואו אינעם לאנד. א יעדע פון די אפשאצונגען האבן זיך באזירט אויף געוויסע באווייזן.

אלענפאלס. מיר האבן באשלאסן אז מען דארף זיך אנגרייטן צו א רייזע. אבער האלט א מינוט. לאמיר אריינקלערן. אייגנטליך, אויב זענען מיר נישט ערלויבט מיטצטנעמען, נישט גאלד, נישט זילבער אין נישט אנדערע ווערטפטולע חפצים, און אפילו נישט קליידער לויט אונזער געברויך טא וואס פעלט זיך אויס אנצוגרייטן? אלזא דאס אנגרייטן האט געהאט אן אנדער באדייט אינגאנצן. קיינער האט דאך קיין צווייפל נישט געהאט דערין, אז ער גייט זיך צוריקקערן אהיים, נאך וואס די צייטווייליגע קריזיס ווערט פאריבער. דערפאר האבן אלע געזארגט גוט צו באהאלטן אלץ וואס מעגליך, אין פארבארגענע באהעלטענישן. זעלבסט פארשטענדליך אז קיינער האט נישט אנטפלעקט פאר א צווייטן זיינע באהאלטענישן. יעדער האט זיך געזארגט פאר זיך. איך האב מיך איינגעארדנט א באהעלטעניש, איינס אין די וואנט פון מיין הויז אין די צווייטע אריינגעגראבן אין די ערד אינטער די פאדלאגע. געוויסע טייערע ארטיקלען האב איך געגעבן צו האלטן פאר אפאר פון מיינע גויאישע פריינד. (אגב איינער פון די דאזיגע פריינד האט מיר נישט אומגעקערט שפעטער דעם פקדון וואס איך האב אים געגיבן אויף זיין באגלייבטקייט) איין באנקנאט פון 100 דאלאר האב איך מייסטערליך באהאלטן אין א פארהוילענעם ארט אין מיין טאשקע. און א נישטקשה'דיגן סכום האב איך איבערגעלאזט אינדרויסן אלס אויג-פארבלענדעניש אין פאל מען קאנפעסקירט אלעס, זאלן די באנדיטן נישט מערקן אויף מיין שטיקל.

מיין פרוי האט איינגערישט שפייז אויפ'ן ווועג מיר האבן אנגעגרייט גלות-געצייג אין פארעם פון טארבע זעק ספעציעל ערצייגט פאר די צוועק - פאר מיך, מיין פרוי, מיין עלטסטער זוהן, 19 יאר, אונזער עלטסטע טאכטער, 15 יאר. דערנאך אונזער קלענסטער זוהן דער 9 יאר'יגס. און צום לעצט די קליינטשיגע מרים. יעדער לויט וויפיל ער קען פארטראגן.
די זעק זענען ארגינעל פראדאצירט געווארן מיט'ן ציל אז עס זאל קענען דינען עטליכע פונקציעס.
צו יענער צייט, ווען עס האט שוין געהערשט א פיינליכע פארשאלטענע שטילקייט, האבן מיר מיט אנגסט ערווארטעט אז די מלאכי חבלה וועלן קומען אינמיטן די נאכט און אונז ארויסטרייבן פון די געלעגערס - לויט ווי די קלאנגען וואס האבן זיך צו אונז דערטראגן, האבן געלויטעט.
און יא, די אומגליקליכע מינוט האט ליידער דערגרייכט.[/justify]
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

[justify]י"ב אייר. האלבע נאכט. מיר זענען אלע וואך. אפילו די קליינע קינדער האבן נישט מצליח געווען צו פארמאכן א אויג. זייערע קליינע חושים האבן אויך עפעס וואס געשפירט אז די ענטשיידנדע מאמענטן דערנענטערן זיך, זיי האבן ווי גלייך געפיהלט אז דאס וועט זיין פאר זיי די לעצטע מאל וואס זיי שלאפן אויף זייערע אנגענעמע געלעגערס מיט א קישן און דאכענע וואס זייער מאמע האט איבערגעצויגן פאר זיי. דאס לעצטע מאל אונטער א דאך אויף'ן קאפ אין א ווארעמע היים.

הערנדיג די קלעפ אויפ'ן טיר האבן מיר נישט גלייך רעאגירט, כדי אז זיי זאלן נישט פארדעכטיגן אז מיר האבן זיי ערווארטעט. אבער נאכדעם וואס די קלעפ האבן זיך פארשטארקערט, און מיר האבן אינאכט גענימען אז דאס זענען זשאנדארן, האבן מיר געעפנט די טיר אין די באנדיטן זענען אריין אין הויז. זיי האבן תיכף פארארדנט מיט א שטרענגער קאלטבלוטיגע טאן, מיר זאלן זאפארט אויפשטיין פון די בעטן, זיך אנקליידן און זיי נאכפאלגן דארט ווי מען וועט אונז פירן.

מיין פרוי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין. אין מיט שוועריקייטן האב איך מצליח געווען איר איבערצוצייגן אז מיט איר געוויין טוט זי בלויז צוגעבן א פארגעניגן פאר די באנדיטן - הערנדיג ווי די אידן וויינען אויף זייער בראך. מיר האבן זיך אנגעטוהן מיט די קליידער וואס איז שוין געווען אנגעגרייט פון פארדעם ספעציעל פאר אט דעם צוועק. מיר האבן געשווינד אנגעקליידעט די קינדער וויבאלד מיר האבן נישט געהאט קיין סאך צייט זיך צו פארזוימען, צוליב וואס די צייט פון די זשאנדארן איז קורץ און די ארבעט איז נאך זייער פיהל.

אלזא, "איינס צוויי" האבן די זשאנדארן אינטערגעיאגט נערוועזערהייט, צוגעבנדיג צו אונזער פארלוירנקייט. און ווי נאר מיר זענען ארויס פון הויז האט א הארטע שטימע קאלט באפוילן.
"פארשפארן די טירן"
די טיר פון אונזער הויז איז פארשפארט געווארן אינטער אונז, און מיר שפאנען נאך די זשאנדארן אין די טונקל.

די פארזאמלונגס ארט, וואו די אידן זענען געפירט געווארן איז געווען אין די שולע געביידע פון שטאט, וואס האט זיך געפינען אין שכינות פון אינזער הויז. מען האט אונז אריינגעפירט אין די שולע. עס האבן זיך שוין דאן געפינען דארט מערערע אידישע פאמיליעס אין די איבריגע זענען אהין אנגעקומען אין גאר א קורצע צייט אזוי אז נאך א צירקע שעה האט זיך יעדע איד פון שטאט שוין געפינען דארט.
און וואונדער איבער וואונדער, טראץ וואס יעדער האט געוויסט פון די סכנה וואס ווארט אונז אפ, האט דאך יעדער ערשיינט ווי כאילו צו א חתונה. קיינער האט נישט געפעהלט.

אלע אריינגענג צו די געביידע און הויף זענען פארשלאסן געווארן אין עס איז געשטעלט געווארן א שטארקע וואך ארום די געביידע, וואך טורעמעס צו היטן, און באוואפנטע וועכטערס האבן נאכאנאנד ארומגערינגלט די שולע. די זשאנדאר שעף איז אריינגעקומען אין איינגעמאלדן אז אינטערן נאמען פון געזעץ זענען מיר אלע ארעסטירט.
עס איז פארבאטן צו פארלאזן דעם געביידע אהן קודם נעמען ערלויבעניש פון די זיכערהייטס פאראנטווארטליכע, און צוגאב צו פאליצייאישע באגלייטונג.

ער האט אונז אנגעווארנט מיר זאלן אפילו נישט פרובירן צו אנטלויפן, ווייל די שטרענגע אויג וועט אונז באגלייטן וואו מיר וועלן זיך נאר ווענדן, און אפילו יאשקע פאנדראק ימ"ש אליין וועט נישט קענען מציל זיין דער באגאבונד וואס וועט פרובן צו אנטלויפן – פון די ברוטאלע פאליצייאישע באהאנדלונגען. זיצט דא מיט געדולד, האט ער פארגעזעצט; אינצוווישן ארדנטס ענק איין, ביזווילאנג מיר פירן אייך אריבער צו א מער באקוועמערן ארט. צומארגנס וועט ערלויבט ווערן פאר איינער פון יעדע פאמיליע אהיימצוגיין (מיט באגלייטונג) צו ברענגען שפייז פאר זיינע פאמיליע מיטגלידער. די קורצע רעדע איז געזאגט געווארן מיט א צוקער זיסע שטימע. כמעט א פריינטליכע. א ערשיינונג, וואס וועט קענען ערקלערט ווערן דורך די פאלגענדע מאטיוון.

1.דורכאויס די גאנצע צייט בעפאר, האט געהערשט פארלויפיג צופרידנשטעלנדע באציהונגען ציווישן אונז אין די באהערדע. און עס איז זיי נישט לייכט אנגעקומען צו אנטפלעקן פאר אונז פלוצלינג זייערע רשעות'דיגע פלענער, און ארויסגיין קעגן אונז מיט א אפענע פרעכהייט.
2. כדי אז די אפעראציע זאל זיין א סוקסעס האט זיך פארלאנגט אז דאס זאל געהאלטן ווערן אין א שטרענגן געהיים. גערפאר האבן זיי אנגענומען אלע מעגליכע מיטלען צו פארהוילן די ריכטיגע ציהל, נעמליך, צו וואו מיר ווערן געשיקט.
3. און דער הויפט אורזאך איז געווען, וויבאלד זיי האבן געלאקערט אויף די רויב – אונזערע פארמעגנס.

די גוים וואס זענעו געקומען מיט אונז אין בארירונג נאך די אויסזידלונג אפעראציע. האבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייער לעקן זיךח, און חנדל'נען זיך צו אונז כדי אזוי ארום צו געפינען חן און אונזערע אויגן, און מיט רעכט, טראכטענדיג – אז איידער מיר פארלאזן דעם שטאט וועלן מיר איבערגעבן אונזערע ווערטפולע חפצים פאר זיי, צו היטן דערויף. מיטן תנאי (קיינמאל נישט אפצוגעבן. ווייל זיי האבן דאך יא געוואוסט דער אמת, אז מיר ווערן געשיקט צו אן ארט פון ווי מען קערט זיך מער קיינמאל נישט צוריק.) אונז עס שפעטער צוריק אומצוקערן. און געווען אזעלכע וואס האבן סתם אזוי געהאפט צו עררייכן פון אונז געשאנקען ווייל אזוי צו אזוי, מוזן מיר דאך סייווי אויפגעבן אויף אונזערע פארמעגנס.

צומארגנס, האבן זיי אנגעהויבן ערלויבן איינעם פון יעדער פאמיליע צו גיין ברענגען עפעס עסן פון הויז. די וועכטער וואס האט באגלייט האט אויפגעפאסט מיט זיבן אויגן אז מען זאל חס ושלום נישט וואגן גנב'נען פון די אייגענע הויז גאלד אדער זילבער, אדער עפעס וואס אנדערש, סיידן די ספעציפישע ערלויבטע לעבנסמיטלען.

די געלעגנהייט צו גיין ברענגען עסן פון שטוב, איז געשאנקען געווארן עטליכע מאל. באזינדער פאר די וואס האבן געוויסט וויאזוי אפצושאצן אזא פרעוויליגיע און נישט פארגעסן אריינצוריקן דעם באגלייטער א ברייטע נתינה,און אים אנפילן די קעשענעס.
קיין שום פראוו צו אנטלויפן איז נישט געמאכט געווארן, פון קיינעם פון אונז.

איך האב געוואוינט ממש אין דערנעבן פון די שולע, וואו מיר זענען געהאלטן געווארן. וואס דערפאר בין איך געווען אין גיטע באציהונגען מיט די דירעקטאר פון די שולע, און צוליב דעם האב איך איצט גענאסן א ספעציעלע באהאנדלונג, אין וואס שייך די צוטריט צו מיין הויז. די וואך איבער מיר איז דעריבער געווען א לייכטערע. ספעציעל נאכדעם וואס איך האב זיי איבערגעוויזן אז איך ווייס, אז פאר עשו איז אנגענימען צו קריגן א געשאנק צו יעדע געלעגנהייט.

איך ברויך אינטערשטרייכן אז אויב וואלט ווען פאסירט אז איינער וואלט געמאכט א פארזיך צו אנטלויפן וואלט ער ווען פילייכט מצליח געווען טראץ די שטרענגע וואך וואס מען האט געשטעלט אויף אונז. צוליב וואס יעדער פון אונז האט געקענט די גאנצע אומגעגנט אויף א גרינטליכן אופן, און פאר אייניגע וואלט זיך זיכער איינגעגעבן, ארויסצוגליטשן זיך פון דארט, טראץ די ארומיגע שמירה. אבער די געדאנק פון אנטלויפן איז אבסאלוט נישט קיינעם ארויפגעקומען אויפ'ן מחשבה. ציוואס אנטלויפן ? צי זענען מיר דען פארברעכער? איבערהויפט ווען מען קען אנננעמען אז אין פארגלייך צו די שפעטערדיגע פלעצער איז די באהאנדלונג אין דער ארט נאך געווען ווי נישט ווי אויסצוהאלטן. און ווען מיר האבן געשאנקען מתנות רעכטס און לינקס האבן מיר דאס נאך געטוהן מיטן גיטן ווילן.

אין פארלויף פון די גאנצע צייט האבן די שכנים אונז געבראכט נייעס און אינפארמאציע פון אלע סארטן. דער אזוי און יענער אזוי. געווען אזעלכע וואס האבן אונז אויפגעדעקט בסודי סודות אז די ענדע פון די קריג דערנענטערט זיך. ווייטער אנדערע, האבן אונז געמיטיגט אז די אורזאך פון צונויף זאמלען די אידן איז בלויז מיט א ציהל אויסצוניצן אונזערע אויסערגעווענליך גיטע ארבעטס-קראפט טאלאנטן אזוי ארום זיך באפלייסן אינעם קריג. און אנדערע האבן גאר אנגעגעבן אז מען טוהט דאס בלויז וויבאלד מען האט מורא אז מיר זאלן נישט אויסשפיאנירן דעם לאנד און איבערגעבן מלחמה סטראטעגיעס צו דער פיינט דורך פארשידענע סיגנאלן און טאקטיקן. און דאס איז אלעס בלויז ווייל די דייטשן האלטן אונז פאר פיינט פון דאס לאנד,אבער ווירקליך דארפן מיר נישט זיך שרעקן פון וועלכעס בייזן ס'זאל נאר נישט זיין.

אזוי האבן זיי אלע געפרואווט אונז צו פארפירן מיט פאלשע פאנטאזיעס און אויסריידן, כדי קיינער זאל נישט פרובן זיך רעטן פון דעם בעפארשטייענדן מארד-מאשין וואס זיי האבן אנגעברייט פאר אונז מיט א גענויע'ן אויסגערעכנטע פלאן. ערשט שפעטער זענען מיר געוואויר געווארן אז אונזערע אזויגעריפענע פריינד זענען אריבערגעגאנגען ספעציעלע טרענירונגען צו פארפולקאמען זייער שמוציגע ארבעט, נעמליך, וויאזוי אונז צו האלטן רוהיג, מיט זייערע פארפירערישע פאפערייען, כדי מיר זאלן אויסווארטן אונזער גורל, שטיל און געדילדיג. מיר זאלן זיך אינטערגעבן צו אונזערע מערדערס פונעם אייגענעם ווילן, אז זיי זאלן קענען פטור ווערן פון אונז אהן קיין עקסטערע שטערונגען.

י"ד באייר. האט מען אונז איינצוגווייז אהיימגעפירט יעדעם צו זיין שטוב צו נעמען שפייז אויפ'ן וועג און וויכטיגע פערזענליכע חפצים. מיר האבן זיך געדארפט בעטן אין אמפערן מיט אונזערע מערדערס-און יורשים פון אונזער האב און גוטס – אויף יעדע איינציגע אייגענטהום אונזערס. זיי האבן אונז געגעבן צו פארשטיין אז דאס איז בלויז פאר אונזער וואוילזיין, ווייל מיר וועלן אפט זיין געצווינגען צו גיין צופיס און דאן וועלן מיר סייווי מוזן אוועקווארפן די איבריגע לאסט.
האבן מיר זיי געפרעגט, פארוואס וועלן מיר מוזן גיין צופיס? אונזער ציהל איז דען צו א מדבר? אויף דעם איז זייער ראפינירטער אנטווארט געווען מיט בלאף. "עטס ווייסט דאך אז עס איז איצט קריגס צייטן ווען די וועגן און שאסייען זענען צושטערט פון די פיינטליכע באמבעס, און פיהל פון די באן שינעס זענען רואינירט. אסאך בריקן חרוב. דערפאר זענען פארהאן ערטער וואס מען ברויך צוגיין צופיס פון איין באן סטאנציע צום צווייטן. איבערהויפט ווען מען איז באכלעפטשעט מיט יונגע קינדער וואס פאדערן זיך באזונדערע אויפמערקזאמקייט און הילף אויף די וועגן, דאן איז זיכער נישט לאגיש זיך ארויסצולאזן אויף א רייזע מיט אזא לאסט פון באגאזשן.

אלזא, מיר האבן אנגענימען די פארפירערישע רייד ווי לייגענדיג זיך אויפ'ן שכל. און מיר האבן זיך ערנסט באצויגן צו זיי. אונזערע פיינט האבן ערגעצוואו מצליח געווען אונז איבער צוקליגן און אונז בארויבן מיט זייער קרומע געשליפענע צינגלעך, און בלאפערישע ווערטלאזע צורעדונגען, אז מיר זאלן זיך נישט דערוויסן וואו אין באד, מיר ווערן געפירט.
נאך וואס מיר האבן פארענדיגט איינצופאקן אונזערע וואליזעס, האבן זיי באפוילן אז מיר זאלן דערלאנגען פאר זיי אונזער געלט. טייערע חפצים און דאס גלייכן. אויך דערצו בין איך געווען אנגעגרייט. דערפאר האב איך דאך געלאזט אויפגעדעקט דאס איבריגע פון דאס וואס איך האב באהאלטן. איך האב זיי דערלאנגט דאס געלט, און זיי האבן דאס אפגעציילט (חלילה גנבענע'ן אהן אפציילן) זיי האבן סארטירט די צורינגען און די אנדערע ווערטפולע ארטיקלען אויפ'ן טיש, און דערנאך אלעס פארצייכנט גענוי אין א ליסטע וואס האט אויך ענטהאלטן א קאפיע פון יעדן בלעטל און דערנאך האבן זיי יעדעם געגעבן א קאפיע פון די אינהאלט אנבאלאנגט צו אים. און אזוי האב איך מיך אויף אייביג געשיידט פון מיין הויז און גאנץ פארמעגן. זיי האבן צוגעשפארט די הויז און גענימען די שליסלעך צו זיך און אונז צוריקגעקערט צו די שולע.

איצט האבן מיר פונדאסניי איינגעפאקט אונזער פארבליבענע אייגנטוהם מיט א עקסטערע אויפמערקזאמקייט, אינאכט נעמענדיג אז דאס איז פון היינט און ווייטער אונזער איינציגער פארמעגן. און אזוי האבן מיר דערדריקנדע, אויסגעווארט מיט אנגסט און ציטער דאס קומענדיגס.

[center]אין געטא פונעם צוואנציגסט'ן יאר הונדערט[/center]

ט"ז באייר האט א נייע אויפזעהער ערשיינט און אונז איינגעמאלדן אז מיר ציען זיך פון דאנעט. אויפ'ן גאס אינדרויסן, פארנט פונעם בנין האבן אונז אפגעווארט ציווילע גוים, לאקאלע איינוואוינער, מיט וועגענער אונז ארויסצוהעלפן מיט'ן ארויפלאדענען דאס געפעק און פירן צום באן סטאנציע און זיך פארשטייט זיך דערנאך "געזעגענען" פון אונז. און אין איינוועגס שוין אויך צו מקיים זיין מצוות הלווית המת. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געיאמערט מיט קראקאדיל טרערן, און אפילו אזעלכע וואס האבן זיך געוואלט קישן מיט אונז, גענוי ווי לבן מיט יעקב, און אזוי אויסגעפינען צו מיר האבן מעגליך איבערגעלאזט פאר זיי עפעס וואס פערל שטיינער באהאלטן אין מויל.
און עס זענען געווען פון די אזעלכע, וואס האבן פראסט און פשוט געפאדערט מיט'ן מויל מעשה סוד, אז מיר זאלן אויסניצן לטובת אינזערע אינטערעסן די לעצט מינטיגע געלעגנהייט און פארטרויען פאר זיי די פארבליבענע טייערע ווערט-אייגנטומען כדי זיי זאלן אכט געבן דערויף ביז מיר קערן זיך צוריק. "די ווייסט דאך אז בלויז איך בין א פארטרויליכער און נאר ביי מיר וועט עס זיין פארזיכערט" , און נאר איך וועל דיך עס אומקערן גאנץ... (נאך תחיית המתים.) אזוי האבן אונזערע גויאישע שכנים און גיטע פריינד אונז ארויסגעהאלפן גיין צו די באן סטאנציע, וויסענדיג אז מיר שיידן זיך יעצט פון זיי אויף אייביג.

פארן ארויספארן האב איך נאך אריינגעכאפט די לעצטע שאנס צו שרייבן צו מיין זוהן גרשום, קיין בודאפעסט, א געזעגענונגס בריוו, לאזענדיג אים וויסן - אין די ספעציעלע געהיימע שפראך וואס מיר פלעגן קאמיוניקירן ציווישן זיך אין אזעלכע פעלער - די פארבארגענע באהעלטענישן וואו איך האב פארשטעקט די ווערטפולע ארטיקלען. אזוי ארום האב איך געהאפט צו אפרעטן א באדייטנדע טייל פון מיין באזיץ.

מיר האבן ארויפגעלאדנט אונזערע קינדער און געפעק אויף די באן וואגאנען און געפארן מיט די באן ביז צו די שטאט סאסריגען. וואו דארט האט מען אונז אראפגעפירט פון די באנען, מיר האבן דארט באגעגנט א גרופע פון יונגע אידישע מענער וואס מען האט נארוואס ארויסגעפירט פון די דארטיגע געטא צו א דערנעבנדיגע ארבעטס לאגער א פאקט וואס האט אונז אביסל בארוהיגט זעענדיג באשיינפערליך אז די אידן ווערן ארויסגעשיקט פון געטא ארבעטן און די נאנטע אומגעגנט. עס האבן זיך ווארשיינליך פארווירקליכט די פאראויסזאגעכצער פון די שווארצזעהער האבן מיר געטראכט.

אונזערע באגלייטער, די זשאנדארן, האבן אונז ארגאנאזירט אין רייעס פון פיהר. און אונז באפוילן צו שפאנען צופיס ביז'ן עק שטאט וואו עס איז פארצייטנס געווען א פארבריק וואו מען האט פאבריצירט ציגל. אין דעם פלאץ זענען געשטאנען פיהלע פוסטע געביידעס, האלב איינגעפאלן אין פארלאזט. מערסטנס פון זיי אהנ'ע אויסגעפלאסטערטע ערד ווי צו טרעטן. נאר אנשטאט דעם זאמד. די דעכער, זענען געווען, זוהן מער ווי שאטן. אין דעם ארט האבן זיי צוזאמגענימען אן ערך פון אכט טויזנט נפשות. דאס איז געווען די געטא.[/justify]
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

בכף הקלע - פארזעצונג (אפדעיט 3)

שליחה דורך פעדער »

[center]בכף הקלע[/center]

[justify]ווען מיר זענען אנגעקומען צום טויער פון געטא האבן די דארטיגע וועכטער אנגעהויבן אדורכפירן גרינטליכע אינטערזיכונגען אין אלע אונזערע חפצים און אנגעהויבן אראפציפן פון אונזער פארבליבענע פארמעגן, זאגענדיג, "די זאך דארפסטו נישט" "דאס איז איבעריג" "יענץ איז פארבאטן" און "דאס איז ממש א שאד פאר דיר" "און דאס צו האלטן איז פארדעכטיגט" אאז"וו. די פרעכע גזלנים האבן שוין איצט גערויבט אהן קיין טראפ צייכענעס פון בושה. זיי האבן אונז נישט געקענט. און האבן אונז נישט געוואלט קענען.

פארשטענדליך אז יעדע איינציגע זאך וואס איז צוגערויבט געווארן פון אונזער קוים ביסל אייגנטוהם האט אונז פאראורזאכט אומגעהויערע עגמת נפש.
נאכדעם וואס זיי האבן אונז בארויבט האבן זיי אונז באפרייט, זאגענדיג: גייט אייך זוכן א וואוינונג!
די געטא איז זעלבסטפארשטענדליך געווען פארשלאסן און פארקנאקט און וועכטער מיט געווער האבן געוואכט ארום דעם גאנצן שטח.
צו זוכן א דירה אין געטא איז נישט געווען פון די לייכטע זאכן. ווי אויבן דעמאנט איז די פלאץ געווען פיהל מיט איינגעפאלענע געביידעס. אבער אלעס איז שוין געווען פארנימען מיט איינוואוינער. די אלטגעזעסענע האבן זיך בכלל נישט עפעס עקסטער דערפרייט צו אונזער אנקום, ווויבאלד אהן אונז איז שוין אזוי אויך צו ענג געוועהן דאס פלאץ, צו פארטראגן דאס געדרענג. אין איין צימער האבן געוואוינט צוויי דריי פאמיליעס. פון מעבל איז קיין רעדע נישט געווען, און די מענטשן זענען געשלאפן אויף די ערד, מענער, פרויען, און קינדער צוזאמען. נאר אין די כאטקעס וואס די ערד איז נישט געווען אויסגעפלאסטערט. אין די דעכער זענען געווען די מערסטע צוקנאקטע, און זענען געווען אינוואדירט דורך ראטן און אנדערע שעדליכע מזיקים, בלויז דארט האבן מיר געפינען ארט וויבאלד די נאכפראגע אויף זיי איז נישט געווען אזוי גרויס.

דאס לעבן אין די וואוינונגען איז געווען די שווערסטע אין די ווינטער, ווען די געבענטשטע רעגן וואסער פון הימל האט אדורכגעדרינגען אונזער קערפערס מיט א שפע. און די זאמדיגע אומאויסגעפלאסטערטע ערד (וואס האט געדינט פאר אונז ווי א טיש, א בענקל, אין א בעט אינאיינעם) איז געוווארן אדורכגעווייקט. מיר זענען געשלאפן איינגעווייקט אין וואסער און אין בלאטע, ווי חזירים.

עס זענען אויך געווען אנדערע סארט איינואוינער ווי די פריערדעמאנטע. אזעלכע וואס האבן ענטפאנגען די פריש אנגעקומענע מיט גוטהארציקייט און ווארימקייט, ווי ברידער אין פארקלעמטע צייטן. און האבן זיך צוזאמגעדריקט און איינגעקורטשעט אבי צו מאכן ארט פאר א צווייטער, ער זאל נישט ברויכן פארבלייבן אינדרויסן. זיי האבן אינגאנצן נישט געפיהלט ווי בעלי בתים נאר ווי פרעמדע. עס איז ווי כאילו זיי זאלן האבן געשפירט אז דאס איז בלויז א דורכגאנג צו אסאך א ביטערער צוקונפט וואס ווארט אונז אפ.

אבער אויך די ליידן, האבן מיר אנגענימען באהבה, האפענדיג אז דאס איז בלויז פארבייגייענד און דער צושטאנד וועט זיך בייטן איינמאל מען וועט אונז טראנספערירן צו א ארבעטס לאגער, ווי דארט וועט זיכער אונז געגעבן ווערן די מעגליכקייט צו לעבן לויט נארמאלע מענטשליכע פארשריפטן. אונזער אפטימיזים אנצוקומען עווענטועל צו א ארבעטס לאגער איז פארשטערקערט געווארן נאך אונזער אויבן-דערמאנטע באגעגעניש מיט די גרופע וואס האבן פארלאזט די געטא אין די זעלבע טאג וואס מיר האבן אהין דערגרייכט. יענע האבן נישט געוויילט אין געטא מער ווי א טאג אדער צוויי.

צו אונזער אנטוישונג איז דאס אבער געווען א אומזיסטע האפענונג. די טראנספארט וואס מיר האבן באגעגענט אינעם באן סטאנציע זענען געווען פון די גאר געקליבענע פון די קאטעגאריע, ווי פאלגענד, א געוויסע אנגארישער קאלאנעל וואס איז געווען באקאנט פאר א שטארקע אידן ליבהאבער, האט געוואלט איבערקליגן די אלגעמיינע פארטיליגונגס אורטייל מיט וואס מיר זענען פארמשפ'ט געווארן, און האט דעריבער ארויסגעשיקט א ריף אדרעסירט צו אלע געטאס, צו איינשפאנען אלע פעאיגע מענער אין די פאסיגע יארגאנג, צו קומען דינען אין מיליטערישע ארבעטס לאגערן (וואס איז פארהעלטניסמעסיג אביסל לייכטער געווען אין צוגלייך צו פון די, אינטער עס. עס.) אזוי ארום זאלן די אידן פארבלייבן אין די אונגארישע טערטאריע, און נישט פארטריבן ווערן צו אן אנדער לאנד.

די גרופע וואס מיר האבן באגעגנט זענען געשיקט געווארן אלס רעזולטאט פון די רופן. אין לויף פון די צייט זענען ארויסגעשיקט געווארן נאך עטליכע רופן. אבער די רוצחים וואס האבן אונז נאר געוואלט פארלענדן האבן מער נישט ראגירט צו קיין שום בריוו. אין די אידן פון געטא זענען פון ווייטער אן אפגעהיטן געווארן אויסשליסליך פאר איין ציהל "אוישוויץ".

פאמעליך פאמעליך האבן מיר זיך איינגעוואוינט צו די געטא לעבן. אנגעפאנגען זיך איינארדענען. יעדער האט זיך געזיכט א געזעמעל זיינס גלייכן. א שטייגער ווי נארמאלע רוטין. די רבנים און כלל טועהר האבן אנגעהויבן זארגן אויף די ערציאונג פון די קינדער, זאלן נישט חס ושלום פוסטעווען, פון ליידיגייען, און פארגעסן דאס וואס זיי האבן שון געלערנט. און פארזעצן צו ווערן ערצויגן מיט תורה און מענטשליכקייט. ספרים האבן זיך נישט געפינען אין געטא. און סידורים, תהלים און חמשים איז אויך געווען איינציגע.
גלייכצייטיג האבן מיר זיך אנגעפאנגען זארגן פאר א מקווה. אויפ'ן ארט איז געווען א קליין טייכל וואסער און מיר האבן אדורכגעטוהן די דינים, וויאזוי עס צו כשר'ן פאר טבילה.
מיין וואוינארט האט אויסגעזעהן ווי א געוויסע סארט אומאויסגעפלאסטערטע ביידל* און איבערדעם איבערבלייבענישן פון עפעס וואס איז פאר יארן צוריק געוועזן א דאך. און צוגאב צו די אומגעהויערע ענגע ארט אינעווייניג.

געווען אזוינע וואס האבן גערעדט פון א אויסזיכט צו אנטלויפן פון געטא, טראץ די שווערע וואך ארום. אבער אין רעאליטעט האט קיינער דאס נישט ערנסט - גענומען אין באטראכט, ווייל די אפיציעלע מיינונג איז געווען אז עס איז נישט פארהאן קיין אורזאך פארוואס צו אנטלויפן וויבאלד עס איז דאך נישט דא פון וואס זיך צו שרעקן.

דורכאויס די גאנצע צייט זענען געמאכט געווארן פון זייער זייט, בעפארגרייטונגען צו א רייזע. אינערשט האבן מיר נישט פארשטאנען די ציהל פון יעדע שריט זייערס. אבער שפעטער האבן מיר זיך דערוויסט אז אונזערע פיינט האבן אויספלאנירט אלע זייערע אקטן מיט א גענויע אויסגערעכנטע פונקטליכקייט אזש צום באוואונדערן. אפגאלן די בערד און פאות אריינגערעכנט די רבנים - איז געווען פון די שטרענגסטע געזעצן אין געטא. די ראזירן פראצעדור איז בעיקר דורכגעפירט געווארן דורך א פרוי מיטן נאמען "טאקס" וואס האט זיך אויסגעצייכנט מיט אירע רשעות'דיגע שפייסערייען פון א ספעציעלן סארט.

די אויספארשונגען אין געטא.
דיין געלט אדער דיין לעבן, איז א באקאנטע סלאגאן צווישן באוואפענטע רויבערס וואס לאקערן אויף זייערע קרבנות אין די געדיכטע וועלדער ווייט פון געזעלשאפט און ציוויליזאציע. פארט אבער זענען אין געטא, די גזלנישע מעטאדן געווארן גאנגבאר אין באניץ און טאקע דירעקט אינטערן נאמען פון געזעץ און אויפזיכט פון די פאליציי. (אויב מען מעג אפילו פארשוועכן דעם טערמין "געזעץ" און באצייכענען געמיינע געבאטן פון מערדערס אלס יוסטיץ.)

אין איינע פון די טעג זענען אנגעקומען אין געטא א באנדע בארבארישע גזלנים און באשטימט זייער ארבעטס צימער אין א טונקעלער מאגאזין. איינע פון זייערע ערשטע אקטיוויטעטן איז געווען אויסצוטיילן אויפקלערונג-בויגן'ס פאר יעדעם. אין דעם צעטל איז יעדער מחויב געווען צו פארצייכענען אלע איינצעלהייטן אקוראט, בנוגע זיין פארמעגן. אויסער דעם האבן זיי געהאט א געהיימע ליסטע וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך לאקאלע געהיים פאליציי. אין איר איז געווען פארשריבן די פונקטליכע אינפארמאציע פון יעדע איד אריינגערעכנט מיט וואס ער באשעפטיגט זיך, זיין פינאנציעלע צושטאנד, און לעבנס סטיל פריוואט און עפענטליך. און צוגאב צו א קאפיע, וויפיל עס באטרעפט זיין פארמעגן, וואס איז פארצייכנט געווארן איידער מיר זענען אויסגעזידלט געווארן פון די הייזער.

די דריי פאפירן האט געגעבן פאר זיי א פינאנציעלע אפשאצונג איידערן אויספארשן וויפיל דער קרבן קעגן איבער זיי איז ווערט.
פארשטענדליך אז אויף א מאריאטעט פון אונז האבן זיי געהאט א חשד אז מיר האבן באהאלטן אדער אוועקגעפקדנ'ט א טייל פון אונזער פארמעגן; דערפאר איז יעדער וואס איז נאר אויף אים געפאלן דעם מינדסטן שאטן פון א פארדאכט - אז ער האט נישט אויסגעפילט דעם אמת אפגעזונדערט געווארן.[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פעדער: ייש"כ. מיין הארץ בלוטיגט און איך זיץ דערשטוינט, פילנדיג ווי איך אליין בין א טייל פון די שרעקליכע סצענע וואס דו שילדערסט אזוי מייסטערהאפטיג.
איך האב נאר איין שאלה צו די אלע טיפשים און רשעים, וואס קייען איבער אזאלכע בייזוויליגע רשעות'דיגע סטעיטמענטס "אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס". דאס הייסט אז די נאציס זענען נישט געוועין אזוי געפערליך. די עיקר אקעיגן וועים מ'דארף מלחמה האלטן זענען די ציונים... האו סטופיד קען דהעי בי...!
פארשפארט