וואס צו שרייבן פאר תגובה 3000

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

וואס צו שרייבן פאר תגובה 3000

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך ווייס נישט ווען ס'געשעהן, וויאזוי ס'געשעהן, און פארוואס ס'געשעהן, אבער דער זייגער קלאפט שוין 3000!

וגילו ברעדה.

ווען מ'קען ווען צוריקדרייען די זייגער צו 0. וואלט איך געטראכט איין-האלב מאל איידער קליקען דעם "שיק", אבער כ'האב דאך נישט געוואוסט אז יבוא יום, און שטיבל-פריינד וועלען אפיר קראצען אלטע פארשלאפענע אשכולות, און א סתירה פרעגן: פון דא איז משמע אז דו ביסט א גרוש; פון דא איז משמע אז דו ביסט א סקולענע; ביסט OTD? זאג נאר קאווע ט. דו ווייסט טאקע נישט ווער יידל איז? איינער זאגט מיר איר וואוינט אין קרית טאהש, ס'אמת? דו זינגסט פאר ידידים קאאר? כהנה וכהנה וואס גוגל-טולק פילטערט אלץ נישט.

אבער וגילו, איך פיל גוט. איך בין סוקסעפעל אינגערמאן! נישט סתם, נאר כמעט 3000 מאל! יעדעס מאל איך "שיק" אן הודעה, פאפט-ארויף אן הודעה "אייער הודעה איז סוקסעספול ..." א.א.וו.

שטותים אין א זייט געלייגט, למעשה, עטליכע מאל האבעך זכיה געהאט צו ברענגן א שמייכל אויף עטליכע פנים'ער. און ווי צדיקים פלעגן זאגן, און זאגן נאך אלץ, אז אפילו דער איינער זאל זיין "זעך" אליין, האט זיך אלץ געלוינט.

כ'קלער אזוי, אפשר שרייבן עפעס לכבוד די 3000 שיק-קליק. איז נאך געבליבן וואס צו שרייבן אויף ?
Under influence

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר