בלאט 1 פון 1
איך זיך א ליסטע פון ווערטער
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:47 am
דורך ודי למבין
איך זיך א ליסטע פון אידישע ווערטער אופן א-ב סדר, למשל פאר ח' "חריין" ''חכם" "חתונה" פאר ש' "שעמען" "שוטה" און אזוי ווייטער.... א ריזיגע ישר כח פון פארויס...
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:55 pm
דורך הוגה
ודי למבין האט געשריבן:איך זיך א ליסטע פון אידישע ווערטער אופן א-ב סדר, למשל פאר ח' "חריין" ''חכם" "חתונה" פאר ש' "שעמען" "שוטה" און אזוי ווייטער.... א ריזיגע ישר כח פון פארויס...
פארוואס נעמסטו נישט עני אידישע ענגליש דיקשאנערי? אוריאל וויינרייך'ס איז די בעסטע לדעתי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:18 am
דורך אביגדור
זעה דא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 8:18 pm
דורך אפטעמיסט
האנדעלט אייך איין דעם "אידיש ווערטער אוצר- א זאמלונג פון איבער 6150 ווערטער און זייערע סינאנימען" פון א. ראטה
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 5:56 am
דורך טשוכעפאכע
דער קעפל (העד ליין) פון עט דעם אשכול, איז גרייזיג. דער ווארט "זיך" מיינט עצמי (מיי סעלף). עס דארף זיין: זוך = מחפש (לוק פאר).
זייער אסאך מאל זעה איך אז דער חסידישער עולם שרייבט יו"דן אנשטאט וא"ון, ווייל ביי חסידים איז נישטא קיין אונטערשייד אינעם ליינען צווישן זיי ביידע; ביידע ווערן גלייענט ווי א חיריק. אזוי טרעפט מען אפט מאל א "און" אנשטאט "אין" (IN); ווי אויך "אין" אנשטאט "און" (AND).
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 12:38 pm
דורך מ גפני
טשוכעפאכע האט געשריבן:דער קעפל (העד ליין) פון עט דעם אשכול, איז גרייזיג.
דאס איז אויך גרייזיג
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 4:28 pm
דורך טשוכעפאכע
אפס... דאס איז סתם אזוי א טעות הדפוס. א ודאי ווייס איך אז מען דארף שרייבן אט, נישט עט.