בלאט 1 פון 6
חלק לעולם הבא אויף איבעי
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:23 pm
דורך בן תמליון
ארי מאנדעל המכונה רחמנא ליצלן, פארקויפט זיין חלק לעולם הבא אויף איבעי (רח"ל). ער שרייבט אין דעסקריפשאן אז ער איז אף דע דערעך אבער א רשע גייט אויך נאר אין גיהנם פאר צוועלף חדשים און ער האט זיבן ברודער וואס איינער וועט זאגן קדיש נאך איהם. ער האט געהיטן מצות ביז אין די צוואנציקער, האט געדינט אין ארמיי און געווען א אידישער פירער אין זיין איינהייט אויך האט ער געראטעוועט אסאך לעבנס אין הייטי. ער זאגט אויב ווערט ער בעל תשובה רעזערווירט ער די רעכט צוריקצוקויפן זיין עולם הבא פארן פולן פרייז. עס האט שוין ניין בידס עס האלט ביי 51$.
http://www.ebay.com/itm/171047172030?ss ... 1558.l2649
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:28 pm
דורך ברסלבער
וואס א 'לעק אף עטענטשאן' קען אלץ אנמאכן...
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:50 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
שלעכט-אנטוויקלטער חוש פאר הומאר. ס'מוז אבער נישט זיין ער איז שולדיג: יתכן ער איז מאלעסטעד בימי חורפו וצ״ע. (דער מרחק אין שייכות צווישן מאלעסטעישאן און א דראנג פאר "קארני" דזשאוקס איז לויט מיין שאץ עטוואס קלענער ווי פון מאלעסטעישאן ביז סיטיפיעלד.)
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 12:54 pm
דורך smart
אוי איז ער משוגע!!!!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:12 pm
דורך שמעקעדיג
נעבעך נעבעך. איך בין אמאל געווען א נאנטער חבר מיט אים, נאך אין זיינע "גוטע" צייטן.
ירחם המרחם.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
[center]אט איז וואס ער שרייבט:[/center]
[left]Okay sure, I went off the Derech. But even the worst Rasha only goes to Gehenom for twelve months, and that's without anyone saying kaddish for them. I have seven(!) brothers, I'm sure a couple of them will outlive me and say kaddish for me. I've done my fair share of Aveiros, but I have a decent amount of unassailable Mitzvos under my belt as well. I was a good student all through yeshiva, never broke any Halachos - and was even careful about Minhagim - until my early twenties, I am now about 98% vegan, so I don't eat any real treif (anymore), and being that I'm an atheist, I don't worship Avodah Zoroh. I have dedicated a lot of time and effort to fighting molestation in the Frum community, I served in the US Army, where I was the Jewish Lay Leader on my base in South Korea for a year, and when I was deployed to Haiti in 2010 immediately after the earthquake I saved countless lives (I realize they're goyim, but still - they've gotta count for something). Plus - to this day I listen to Jewish music all the time, so that must add something
So all in all I think my Chelek in Olam Habaah is definitely worth a pretty penny. Don't be a cheap Jew, and fork it over like it's Maftir Yona. Remember - you're bidding on an eternal reward in heaven
The winning bidder will receive a signed contract, guaranteeing my timeshare in Shomaim, and an additional signed contract guaranteeing that I will not become a bigger Baal Aveira than I am now, and that if I become a Baal Teshuva (don't bet on it), I will pay the fair market value for the return of my Olam Habaah
If you have any questions please feel free to contact me at Facebook.com/Rachmuna
Thank you, and happy bidding[/left]
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:28 pm
דורך סאשי פיש
איינער פרעגט עם א שאלה
Q: Hi Rachmuna, Can you tell me where in heaven this portion is? For the price you are asking, I want to make sure I am in prime real estate somewhere over a rainbow, right between the lord and a few angels. And far, far away from those Charedim, with their huge families, it brings down property values, oy, and the mess they make...Will you hand deliver this to Borough Park too?
A: That's a very good shayla, and I've consulted my rav about it. She said that since the Chareidim will be at the feet of the kisey hakavod,
you have nothing to worry about. Let's be honest, you're not getting Moshe Rabbeinu's Olam Habaah, so you'll be off in a corner somewhere, probably with the Hatzoloh and Chaveirim members, who aren't tzadikim, but because of their life-saving hobbies, have snuck into shomayim. As for delivery, for an extra fee, I can hand deliver it.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:32 pm
דורך לעיקוואד
פארוואס לאכט מען? מדארף אהערברענגען אונזערע חכמים ונבונים דן זיין אויב די מכירה איז חל, און אויב די תנאי וואס ער מאכט אויב וועט ער תשובה טוהן איז אויסגעהאלטען כמשפטי התנאים, און אויב סנישטא קיין חשש פון אסמכתא, דבר שלא בא לעולם, משטה אני בך, און נאך אנדערע חששות וואס קענען זיך מאכען.
עס איז דאך ידוע פיל מעשיות פון צדיקים וואס האבען פארקויפט זייער עולם הבא פאר פארשידענע סיבות, פארוואס זאל ארי מאנדעל נישט מעגן? און אויב ער וועט טאקע מאכען אפאר דאלער דערויף, איז דאך עס טאקע ווערט, ניין?
שפעטער וועט מען דן זיין וואס איז באמת דער דין פון אזא איינער, וואס לויט ווי ער רעכנט אויס האט ער למעשה אפאר זכותים, און ער שרייבט נישט אז ער איז תוהה על הראשונות, צו גייט ער טאקע באקומען עולם הבא?
ערנסט גערעדט, אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו. און "רחמנות האבען" און שרייבען נעבאך נעבאך,אפשר האט מען עם מאלעסטעד, וכו', אין לך דין ומשפט גדול מזה.
אקעי, יעצט בדחן וחבריו, קומטס האבען פאן..
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:37 pm
דורך גאלד
ער האט גארנישט צו פארקויפן,
תוהה על הראשונות פארלירט אלסדינג,
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:איינער פרעגט עם א שאלה
Q: Hi Rachmuna, Can you tell me where in heaven this portion is? For the price you are asking, I want to make sure I am in prime real estate somewhere over a rainbow, right between the lord and a few angels. And far, far away from those Charedim, with their huge families, it brings down property values, oy, and the mess they make...Will you hand deliver this to Borough Park too? May-28-13
A: That's a very good shayla, and I've consulted my rav about it. She said that since the Chareidim will be at the feet of the kisey hakavod, you have nothing to worry about. Let's be honest, you're not getting Moshe Rabbeinu's Olam Habaah, so you'll be off in a corner somewhere, probably with the Hatzoloh and Chaveirim members, who aren't tzadikim, but because of their life-saving hobbies, have snuck into shomayim. As for delivery, for an extra fee, I can hand deliver it.
ער איז א געזונטער לץ. אבער קיין אפיקורס איז ער נישט. העכסטנס א מומר לתיאבון. ווען ר'עט קומען אויף די עלטערע יארן און זיין קאלענדאר וועט זיין אנגעפילט מיט דאקטרס' אפוינמענטס, 'עט ער זיכער תשובה טון.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:00 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס לאכט מען? מדארף אהערברענגען אונזערע חכמים ונבונים דן זיין אויב די מכירה איז חל, און אויב די תנאי וואס ער מאכט אויב וועט ער תשובה טוהן איז אויסגעהאלטען כמשפטי התנאים, און אויב סנישטא קיין חשש פון אסמכתא, דבר שלא בא לעולם, משטה אני בך, און נאך אנדערע חששות וואס קענען זיך מאכען.
עס איז דאך ידוע פיל מעשיות פון צדיקים וואס האבען פארקויפט זייער עולם הבא פאר פארשידענע סיבות, פארוואס זאל ארי מאנדעל נישט מעגן? און אויב ער וועט טאקע מאכען אפאר דאלער דערויף, איז דאך עס טאקע ווערט, ניין?
שפעטער וועט מען דן זיין וואס איז באמת דער דין פון אזא איינער, וואס לויט ווי ער רעכנט אויס האט ער למעשה אפאר זכותים, און ער שרייבט נישט אז ער איז תוהה על הראשונות, צו גייט ער טאקע באקומען עולם הבא?
ערנסט גערעדט, אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו. און "רחמנות האבען" און שרייבען נעבאך נעבאך,אפשר האט מען עם מאלעסטעד, וכו', אין לך דין ומשפט גדול מזה.
אקעי, יעצט בדחן וחבריו, קומטס האבען פאן..
פאר איך שרייב מיין קאמענט מוז איך אראפלייגן א דיסקלעימער. והנה: איך האב גרויס דרך ארץ און ליבשאפט פאר בית המדרש הגדול אין לעיקוואוד, און אלעס וואס דאס שטעלט מיט זיך פאר. אין די ליטא, אדער אין במ"ג, וואלט מען געהאט סחורה פאר די נעקסטע דריי זמנים. דער שקלא וטריא וואלט אנגעפולט גאנצע זשורנאלן. ביי עטליכע דינערס וואלט מען גערעדט איבער די טעמע. און מ'וואלט נאך אלץ נישט געקומען צו א מסקנא.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:ער איז א געזונטער לץ. אבער קיין אפיקורס איז ער נישט. העכסטנס א מומר לתיאבון. ווען ר'עט קומען אויף די עלטערע יארן און זיין קאלענדאר וועט זיין אנגעפילט מיט דאקטרס' אפוינמענטס, 'עט ער זיכער תשובה טון.
כאב געטראכט דאס זעלביגע. בפרט אז ער אליין מאכט א תנאי קודם למעשה אז אויב ווערט ער א בעל תשובה קען ער עס צוריק אפקויפן, דאס צייגט אז עפעס א ווארימל בייסט נאך אינווייניג אין הארצן...
בכלל, פון די גאנצע סומאטוכע זעהט זיך אויס אז ער גלייבט פעסט אין שכר ועונש, ממילא איז נאך פאראן שטארקע האפענונג!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:25 pm
דורך בן תמליון
עס האלט שוין ביי 365$ און נאך 6 טאג צו גיין. איך ווייס נישט צו די בידערס זענען ערנסט אדער פאניס. אויך דוכט זיך עס איז קעגן איבעי רולס צו פארקויפן נישט אנטאפעדיקס.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:36 pm
דורך יואליש
כ'מיין ס'איז דא א תשובת רדב"ז אז מ'קען נישט פליפן עולם הבא. אבער ס'איז פארט דא אזא מנהג, עכ"פ אין די מעשה ביכער.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:47 pm
דורך סאשי פיש
איך האלט אז עס גייט זיך פארקויפען פאר א היפשע פאר טויזענט דאלער
אז עס האט זיך אמגעפאנגען פאר 0.99 און ס"האלט שוין $520 מיט 39 BIDS
יעדע פאר מינוט ווערט עס מער און מער...
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:50 pm
דורך שמעקעדיג
ווען דער געווינער וועט ארויפקומען אין עולם העליון, וועט מען פרעגן די נשמה:
נשאת ונתת באמונה? האסטו אויסגעפאלגט אויף איבעי אלע זייערע רולס? ________
האסט געהאט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה?__________
די פסק וועט זיין: אז דו פארדינסט נישט קיין אייגענע עוה"ב, אבער אזוי ווי דו האסט געהאט שכל און איינגעקופט מאנדעלס, וועסטו באקומען זיין פארציע... פתחו שערים!
(אריין אין פאנטאזיע אשכול)
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 2:55 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פארקויף מיין גיהנום!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:06 pm
דורך לעיקוואד
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פארקויף מיין גיהנום!
פאר א לייק אדער צויי גיבסטו מיר עס?
איך האב נישט מורא, העכסטנס פאר איך אין אומאן.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:11 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין גיהנום איז כולל אין זיך א סאך מער ווי צוויי טריפה'נע לייקס/ליבע... ..
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:15 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:[center]אט איז וואס ער שרייבט:[/center]
[left] and that's without anyone saying kaddish for them. I have seven(!) brothers, I'm sure a couple of them will outlive me and say kaddish for me.
ווער זאגט קדיש נאך א ברודער??
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:15 pm
דורך טאמבל סאס
דער עולם התוהו קען איך אויך פארקויפן?
אויב יא קען נאך יענער זען פירות דערפון, אויף דער וועלט!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:18 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:[center]אט איז וואס ער שרייבט:[/center]
[left] and that's without anyone saying kaddish for them. I have seven(!) brothers, I'm sure a couple of them will outlive me and say kaddish for me.
ווער זאגט קדיש נאך א ברודער??
ווען ס'נישטא קיין קינדער
אדער ס'דא אבער זיי זענען הלכה'דיג גוים
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 3:23 pm
דורך לעיקוואד
איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייבט אז עס איז used.