בלאט 1 פון 1

די ווערד פון א מצוה אין אונזערע אויגן

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:10 pm
דורך קינות גירושין
לאור פון די לעצטע נייעס אז א איד פארקופט זיין עולם הבא פאר כסף מלא אויף איבעי, וויל איל דא מאכען א טעסט און זעהן ווי אויף דער וועלט אונז היימישע האלטען.
מיין שאלה איז, אז איך געב דיר א מליון דאלער וואלסטו מיר פארקופט דיינס א מצוה? (מ'גייט מיט די שיטה אז ס'העלפט א מכירה)

איך בעט דער עולם זאל ענטפערן יא אדער ניין, נישט מיט קיין קשיות און הסברים (מ'קען דן זיין אין א אנדערע אשכול).

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:12 pm
דורך זר זהב
יא איך וואלט, איך קען טון מער מצוות מיט די מיליאן דאלער

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:15 pm
דורך קאווע טרינקער
יא.

הסבר נמחק מפני זעמו של קינות

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:20 pm
דורך MickyMouse
יא. אן א הסבר.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:25 pm
דורך קאווע טרינקער
קינות'ל, דער עולם איז פאזיטיוו, now what?
האסט עפעס א מצוה צו פארקויפען?
אדער א טריליאן אפצוקויפן פון מיר?

אפשר מיינסטו די מצוה פון געבן צדקה פאר ליכט צינדען?

וויפיל ביסטו גרייט צו צאלן פאר א גוטע תירוץ אויף ד' אמות של אדם קונה?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:30 pm
דורך טשולענט
יא, חוץ איין מצוה

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:40 pm
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:קינות'ל, דער עולם איז פאזיטיוו, now what?
האסט עפעס א מצוה צו פארקויפען?
אדער א טריליאן אפצוקויפן פון מיר?

אפשר מיינסטו די מצוה פון געבן צדקה פאר ליכט צינדען?

וויפיל ביסטו גרייט צו צאלן פאר א גוטע תירוץ אויף ד' אמות של אדם קונה?

קאווע האסט געטרינקען ? קענסט וואקען אויף א גראדע ליין?
מהאט געבעטן א יא אדער ניין נישט קיין הסברים אוןקיין וויצען

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:51 pm
דורך איך אויך
טשולענט האט געשריבן:יא, חוץ איין מצוה

קינות'ל וויל דווקא פראבירן יענע מצוה מיט וועם דו מאכסט עס..

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:58 pm
דורך קינות גירושין
וואספארא קראנקע מענטשען דא דרייען זיך, איך האב געבעטן א יא אדער ניין נישט קיין וויצען

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:59 pm
דורך איך אויך
אוקי קענסט רעקאמאנדירן א דאקטער?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:08 pm
דורך מאטי
די שאלה פון קינות אויף פארקויפן א מצוה פאר א מעלוינע האבן מאנכע געענפערט דא , זיכער! מ׳קען טון דערמיט נאך מצוות.
וויל איך זיי פרעגן. אויב קענט איר פארדינען א מיליון דולר אבער בתנאי אז איר דארפט עובר זיין אויף די פאלגענדע, לשון הרע/חנוכה ליכט/אכילת מצה/שופר/ז״ל/טריפות/חמש עשרה נשים/אשת איש.
זייט אויפריכטיג ביטע!
נ.ב איך רעדט פון א פאל ווי קיינער וועט נישט וויסן פון ווי איר האט דאס געלט.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:31 pm
דורך קינות גירושין
חנוכה ליכט דרבנן יא , לשון הרע וכו דאויריתא נישט