בלאט 1 פון 15

נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:03 pm
דורך זר זהב
בלויז לאקאלע נייעס (נישט וועלטליך)

Former NYPD boss Bernard Kerik released from federal prison, heads home to N.J

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:19 pm
דורך קאווע טרינקער
טריי סטעיט לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט, און ניו יארק?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:49 pm
דורך קינות גירושין
איך כאפ נישט וואס איז די נייעס דא, אז ניו יארק האט זיך אויסגעשלאסען פון די טריי סטעט? פארוואס זאלען זיי דאס טון וואז איז די רווח? קאווע ביטע עקספלעין

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:06 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:טריי סטעיט לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט, און ניו יארק?

יא, לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט. דאס הייסט "לאקאל"

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:20 pm
דורך קאווע טרינקער
טריי מיינט דריי.
עס איז כולל ניו יארק און חלקים פון ניו דזערסי און קאנעטיקעט.
צו זאגן "ניו יארק און טריי סטעיט" איז אזויווי "נייעס פון לי עוועניו און בארא פארק און וויליאמסבורג"

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:28 pm
דורך קינות גירושין
סע בעסעקלי 3 ליידיגגייערס קינות קאאוע און זר האבען נישט וואס צו טון און מרעדט פון טריי סטעט
גוט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:45 pm
דורך זר זהב
וואס פארשטייסטע נישט? סיז א אשכול פאר לאקאלע נייעס. נישט אריינלייגן אלעס אין די וועלטליכע נייעס אשכול.

פארוואס צאממישן נאנטע נייעס מיט נייעס פון טעקסעס, טשיינע אדער סינגאפאר?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 10:49 pm
דורך זר זהב
יוסף הייען וויל לויפן קעגן דוד גרינפעלד

http://politicker.com/2013/05/republica ... reenfield/

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 6:27 pm
דורך מ גפני
א בער האט זיך היינט ארומגעדרייט אין קרית יואל

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 6:28 pm
דורך שרייבער
מ גפני האט געשריבן:א בער האט זיך היינט ארומגעדרייט אין קרית יואל

יויו כ'האב מורא, ווי?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:43 pm
דורך שלשלת
די פאליציי האט היינט געמאלדן, אז נאך לעב טעסטס איז באשטעטיגט געווארן, אז א בריוו וואס איז פארגאנגענע וואך אנגעומען אדרעסירט צום אונטער-געשעצטן מעיאר בלומבערג, איז געווען אנגעפיקעוועט מיט די געפערליכע רייסין סם. די בריוו האט אויך אנטהאלטן א סטראשע אין צוזאמענהאנג מיט גאן קאנטראל געזעצן.
----
פאליציי קאממישאנער, רעי קעלי, האט געזאגט אז ער איז באזארגט אז די לעצטיגע טעראר אקציעס אין באסטאן און לאנדאן, און די פובליסטי וואס די רוצחים האבן באקומען נאכדעם, קען ח"ו מוטיגן טעראריסטן ווייטער אויסצופירן זייערע בייזוויליגע טעראריסטישע פלענער.
סדא א חילוק צווישן א גרויסע און א קליינע אטאקע, האט ער צוגעגעבן, א גרויסע קען פאראורזאכן א קאטאסטראפע, אבער איז גרינגער צו געכאפט ווערן איידער עס ווערט אויסגעפירט. מצד השני, א קלענערע אטאקע - ווי די אין לאנדאן/באסטאן - איז טאקע קליין, אבער איז זייער שוווער צו געוואויר ווערן פון פאראויס

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:59 pm
דורך שלשלת
א גאז אויפרייס היינט, האט איבערגאלזט א הויז אין קווינס, מיט א האלבע דאך אראפ און די ווענט צופליקט. זעה בילד

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 8:45 pm
דורך שמעקעדיג
א פחד!
שקויעך שלשלת פארן כסדר ברענגען בילדער וועלכע רעדט מער פון 500 ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:40 am
דורך זר זהב
Changes Coming To NYC's Muni Meters

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AfZ6psSmxEc[/youtube]

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 4:55 am
דורך שלשלת
נאך א בילד פון די - אויבן דערמאנטע - גאז אויפרייס אין א קווינסער הויז

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 5:10 am
דורך שלשלת
די קאר פון א עף. בי. איי. אגענט פון קווינס, וואס איז נעכטן גע'גנבט געווארן פארנט פון זיין הויז, צוזאמען מיט א רייפל דערין, איז אפגעפינען געווארן. די בולעט פרוף וועסטל און די גאן איז נאך געלעגן אין די קאר אומבארירט.
דער זעלבער אגענט האט פאריאר באמערקט דריי חברה אינמיטן פראבירן צו גנב'ען זיין קאר, און האט געשאסן איינעם פון זיי.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 5:24 am
דורך שלשלת
אמאל קומט א אומ-געפילטערטע סמארט-פאון אויך צונוץ.

א גרופע פון זעקס צרה-לייט האבן ארום גענומען א זעכצן יעריג אינגל אין בראנקס, און איהם געהייסן ער זאל אויסליידיגן זיינע טאשן. צווישן זיינע חפצים האט ער געהאט א סעלפאן, וואס איז בליץ-שנעל געווארן די אייגענטום, פון איינע פון די רויבער.

באקומענדיג אזא כלי חנם אין כסף, האט דער גנב פאטאגראפירט זיין טונקל-הויטיגע פרצוף דערמיט. וואס ער האט נישט געוואוסט, אז דער טעלעפאן איז געווען אזוי אנגעשטעלט אז יעדע בילד וואס ווערט געכאפט ווערט אויטאמאטיש אפ-לאודעד צום אייגענטימערס אימעיל אקאונט.

עס האט נישט גענומען צו לאנג, פון ווען די טעלעפאן אייגענטימער האט באקומען די בילד אין זיין אימעיל, ביז די פאליציי האט צוגעטעשפעט קייטלען ארום די פארברעכערס האנט.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 7:29 am
דורך George
וואס האט דאס מיט א פילטער צו טוהן? וויפיל איך ווייס בלאקט נישט א פילטער די זאכן.

עניוועיס שכח פאר די נייעס.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 10:24 am
דורך שמעקעדיג
נעכטן לייען איך אז עטליכע טרעפיק-לייטס אין ברוקלין האבן באהאלטענע קעמרעס וועלכע כאפן אויף די EZPASS אינפארמאציע פון יעדע קאר וואס פארט אדורך, די שטאט איז נישט מגלה פארוואס זיי ווילן דאס, אבער עס איז פשוט כדי צו שפיאנירן, עס זאל בלייבן אין רעקארד יעדע קאר ווען און וואו עס איז געפארן.

פארשטייט זיך אז די פרייוועסי אדוואקאטן זענען מתנגד דערצו, אבער מען קען רעדן צום דופן.

"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 11:18 am
דורך שלשלת
שמעקעדיג האט געשריבן:"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)

שוין איינמאל ערנסט. "איך שאץ" אז נאך די בייק לעינס און בייק סטאנציעס, וועט בלומבערג אינסטאלירן ספעציעלע לעינס און אפשטעל סטאנציעס פאר מענטשן וואס פירן הינטן. כווייס נישט צו ער טוט דאס אלץ אויסצורייסן יעדע זכר פון אן אויטאמאביל, אדער ער זארגט זיך פאר הינטן אלס מצא מין את מינו

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 12:43 pm
דורך זר זהב
Truxton, NY - Even seasoned firefighters said they couldn’t believe what they saw when they responded to a crash that killed seven people in upstate New York:

A trailer hauling crushed cars broke free of the big rig that was pulling it, slashed across a rural, two-lane road and slammed into a mini-van whose driver tried desperately to avoid the runaway rig.

Four children, ages 4 through 7, and three adults died in the crash Wednesday night in Truxton, about 25 miles south of Syracuse. Another adult was hospitalized in good condition. Police are investigating the cause of the crash.

סיבראו קלינער'ס אין ב"פ - לעצטע טאג

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 4:06 pm
דורך קאווע טרינקער
היינט איז די לעצטע טאג וואס די "סיבראו קלינערס", 13/44 אין בארא פארק איז אפען.
א באנק גייט איבערנעמען דאס פלאץ, צוליב דעם וואס דער קלינערס אייגענטומער האט נישט געקענט זיך פארמעסטן מיט די רענט פארגעשלאגן דורך די באנק קא.
אזוי אויך, איז דער מעילאינג געשפעט - אין דעם זעלבען בנין - געהערט פאר א בעלזא יונגערמאן, ארויס פון ביזנעס.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 2:23 am
דורך זר זהב
א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

Fire1.jpg
Fire1.jpg (46.24 KiB) געזען געווארן 8723 מאל