בלאט 1 פון 37
שאול שפיצער 7 יאר תפיסה
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:42 am
דורך אךשמח
עס קומט אריין די נייעס אז דעם וואגאבונד פון סקווירא האט מען צוגעטיילט 7 יאר תפיסה.
Re: שאול שפיצער 7 יאר תפיסה
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:44 am
דורך אךשמח
קאשוי'ער רב שליט"א האט געבעטן צו רעדן אבער דער שופט האט אים נישט געגעבן רשות.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:46 am
דורך שמואל הלוי
קאשויער רב פארטיידיגט דעם בחור?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:56 am
דורך זר זהב
ער גייט נישט זיצן גאנצע 7
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:56 am
דורך אךשמח
אז ער האט נישט גערעדט קען מען דאך נישט וויסן...
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:01 pm
דורך שמואל הלוי
ווי אלט איז יעצט שפיצער?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:17 pm
דורך gehlungen
Where does kosho ruv come into this picture? Will skvere rebbe go visit him?

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:24 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:ווי אלט איז יעצט שפיצער?
ער איז לעגאל געווארן 18 א נאכט פארן שריפה.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:37 pm
דורך זר זהב
קאממענטס אויף די לאקאלע צייטונגס וועבסייט.
I don't know why this Judge allowed a max sentence of 10 years. This kid will get 5 years and serve 2. Mr. Rottenberg will suffer the rest of his life with the scars from his burns. It may not sound appropriate but this kid should be held as an example of what the Grand Rebbe has them do, let him serve the full 10 years. How many people in that house could have been killed because they chose another place of worship. Not even a different religion just a dirrferen building. These people need to stop this sense of Entitilement. They need to stop ignoring laws of the US Government or be forced to spend jail time for all the laws that they ignore because they think they are the chosen ones. Stop brain washing the kids to do only what the Grand Rebbe say. God is not living in New Square.
Reply · 1 · · about an hour ago
Wendy Mierbeth · Top commenter
Wow, must be something in the name "Spitzer". I think he should serve a minimum of 5 years but we know that won't happen. Will they have to serve him Kosher meals in prison?
Reply · · 50 minutes ago
William Hays · Top commenter · St. Lawrence University
Momser Spitzer should have gotten life. Of course, the judge is prob'ly afraid for his life. The Grand Rebbe Twersky runs a very powerful Mafia. Nu?
Reply · · 53 minutes ago
Michael Mcmanamon · One of the Bunch at THE SILVERSTING SUBMARINE ABND
Isn't there anyway that St. Lawrence can help this poor boy? I mean it was only 2/3 of his body. Wait, wait wait, the sentence will be a joke.
Reply · · 2 hours ago
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 12:39 pm
דורך פראפעסאר שפירא
דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,
ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,
ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 2:47 pm
דורך John Doe
מ'זאגט אז דער סקווערער אין ב"פ זוכט א בחור וואס זאל מזיק'ן זייער'ס א שונא און גיין זיצן אכט יאר.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:26 pm
דורך שמואל הלוי
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,
ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,
ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,
אין שליח לדבר עבירה...
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 4:28 pm
דורך פראפעסאר שפירא
שמואל הלוי האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:דער בחור איז א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז סקווערער רבי, ער וואלט ווען געדארפט גיין זיצען,
ס'האט זיך שוין געטוהן אין סקווירא אזאלכע מעשים ווי שיסען פענסטער אד"ג א לאנגע צייט פארדעם, אין דער סקווערער רבי האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש, אין געקענט באשטיין אז זיינע בהמות טוען די שמוציגע ארבעט,
ווען ער זאל ווען מוחה זיין אין ארויס קומען קלאר קעגען אזאלכע מעשים וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט,ס'איז הקולר תלוי בצווארו, אין ער איז עתיד ליתן את הדין,
אין שליח לדבר עבירה...
זיי האלטען דאך אז ער האט געטוהן א מצוה............
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:10 pm
דורך משה געציל
שמואל הלוי האט געשריבן:אין שליח לדבר עבירה...
די סיבה פארוואס אין שליח לדבר עבירה איז צוליב דברי הרב ודברי התלמוד דברי מי שומעין כמבואר במס' קידושין, ביי דעם פאל אין "סקווירא" דוכט זיך איז דער טעם נישט שייך, ודו"ק כי קצרתי...
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:47 pm
דורך עסן עסט'זיך
א גרויס רחמנת אויף דעם בחור, ער איז שוין חרוב פאר זיין גאנץ לעבן, מען גייט אים רודפ'ן אין טורמע... א ווייטאג אז סקווירא רבי זיצט על מלכותו און זיין שווענצעל זיצט.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:50 pm
דורך קאווע טרינקער
אפשר לומר בדרך רמז שסקווירא ינסח מחדש את ספירת העומר בלשון זה:
ושרפתם לכם ממחרת השבת..... (אז) שבע שנים תמימות תהיינה.
אבל באמת דער בחור איז א רחמנות, ווען מיין תפילה וואלט געהאלפען וואלט איך אינוועסטירט אינדעם
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:27 pm
דורך קרעקער
ער ווייסט נישט וואס ס'ערווארט עם דארט,
מסתמא גייט ער זיצען מיט ערנסטע מערדער און גראבע שווארצע גענגסטערס אוך בין עם נישט מקנא,
ער האט אבער די ברירה ארויסצוגעבן זיינע משלחים און יעדע טאג וואס ער געבט נישט ארויס און זיצט פאר זיי איז ער א אקס אויף וועם מ'טאר נישט רחמנות האבן.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:28 pm
דורך לאדיך אפ
ס'רייסט דאס הארץ. איך ווייס נישט פארוואס די לויערס טענהן נישט אז מען האט אים געברעינוואשט.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:31 pm
דורך שמעקעדיג
איינער ווייסט וועלכע תפיסה ער גייט זיצן?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:18 pm
דורך געפילטע פיש
לאדיך אפ האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס די לויערס טענהן נישט אז מען האט אים געברעינוואשט.
ווער מיינסטו צאלט דעם לויער?
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:40 am
דורך John Doe
ס׳וואלט געוועהן א שיינע זאך אז כל זמן שפיצער איז אינעם יושב בסתר זאל דער רבי נעמען אויף זיך אפאר קבלות כדי מיטצופילן מיט זיין געוועזענעם הויז בחור. למשל, דער רבי קען זיך אונטערנעמען מער נישט צו פארן מיט א פאליס/וויכטיגמאכער עסקארט פון צענדליגע קארס מיט בליטשקעדיגע טשערי לייטס. יא מיר ווייסן ס׳וועט זיין שווער ווייל דער רבי גלייכט עס זייער אבער בלית ברירה זאל דאס די הייליגע רבי אהנעמען באהבה.
נאך אן המצאה וואס דער רבי קען טוהן, ער זאל דאווענען אינדרויסן מיטן עולם. יא ס׳וועט זיין ביטער שווער צו מוזן טאקע דאווענען אנשטאט שפילן געים בוי, אבער מעריאו קארט קען ווארטן, יעצט איז אן עת לעשות. דער עולם וויל זעהן ווי ס׳באדערט כאטש דער רבי אביסל.
נאך איין זאך, יא, דער רבי מעג גיין באזוכן שאולי׳ן מפעם לפעם. יא מיר ווייסן אז דער טאטע איז נישט געגאנגען באזוכן זיינע הויז בחורים אין תפיסה, דאך דארף דער רבי זעהן צו גיין. דער עולם איז גענוג פול מיט ספיקות אזוי אויך, און איצט וועט דער עולם שוין נישט שלינגען ווי לעצטע מאל ווען דער רבי האט קיינמאל נישט באזוכט די לעצטע גרופע ארעסטאנטן וואס זענען געזעצן אנשטאט דעם רבין.
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:47 am
דורך גדעון
נישטא קיין ווערטער,
Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:40 am
דורך הדד בן בדד
דערפאר טאקע קומט עס פון דארט...