בלאט 1 פון 1

Magic, אחיזת עינים, כישוף, מופת?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 4:21 am
דורך ידען
אכטונג. מע קען זעהן נישט צניעותדיג פרויען.

fbcdn-video-a.akamaihd.net/hvideo-ak-prn1/v/721370_338647702918257_50377_n.mp4?oh=de1d5815d60bbd7f6ad8934d14cd68cc&oe=51A7D4F2&__gda__=1369991919_6791b86b467ce1b767fe057d0fc790ad


איך קען נישט זיך בארואיגען יעדע מאל איך זעה אזא מין ווידיא.

וויזוי קען ער מאכען קלענער א iphone און עס לייגען אין באטעל און נאך דעם שאקלען די באטעל און סע ווערט גרעסער צוריק?

וויזוי קען ער ארויס נעמען קאפי פון א קאקאנאט?

וויזוי קען ער לייגען א שליסעל אין א ווייער אן עס צורייסען?

וויזוי מאכט ער זיין שיך בענדעל זאל זיין איין לאנגע בענדעל מיט א אנדערע מענטש?

וויזוי הייבט ער זיך אויף העכער און העכער אין די ליפט?

וויזוי קען פאפען פאפקארען פון זיין הענט?

וויזוי ווערט ער פליצלינג ארויס געפלויגען פון זיינע קליידער?

וויזוי וויזוי וויזוי?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:10 am
דורך קינות גירושין
ביי זייער אסאך יוא טוב קליפס פון דאוועד בלעין און קריסט ענגיל (די צווי גרעסטע מכשפים היינט) קענסטו ליינען ביי די קאמענטס וואס מאנטשען שרייבען א פירוש

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:12 am
דורך טעפל
ס'איז דא אויפן געוועב אסאך קליפס וואז זענען מסביר וויאזוי מ'מאכט עס, איינער האט אמאהל שוין געברענגט דא, עפעס" the secrets of magic עפעס אזוי.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:21 am
דורך פרישער
די קליפה ארבייט נישט עפעס איז נישט לינקיש ביטע פאריכטן

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:40 am
דורך טעפל
פרישער האט געשריבן:די קליפה ארבייט נישט עפעס איז נישט לינקיש ביטע פאריכטן

פראביר נאכאמאל, ס'ארבעט יא ביי מיר.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 10:13 am
דורך [NAMELESS]
Wow wow wow!!!
ממש א שרעק!! ווי אזוי טוהט ער עס??
וואס איז די נאמען פון דעם קינצלער?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:09 am
דורך [NAMELESS]
איך האב אביסעל ארימגעגאגעלט , ער הייסט דיינעמא dynamo

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 11:19 am
דורך kliger

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:48 pm
דורך פרישער
דיינעמא איז א קאפי קאץ ער שטאדירט קריס ענדזל איז מאכט עים נאך, ער באוויזט טאקע ווינדער אבער איז א קישקישמא אקעיגן קריס, וועלכער איז דער מלך מלכי המעדזישענס אזאנס איז נאך נישט געוועיזן, ווער עס האט שוין שטאדירט קריס עינדזעל גראלט זיך פין דיינעמא, קריס האט א שטארקע קאריזמא, אין דיינעמא איז קעיגען עים א גרעבץ

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:26 pm
דורך ממרום שלח אש
זע די ווידעא, עס איז בעיקר איבער די מח, אבער מען באהאנדעלט מעזשיק.

אין קורצן, מעזשישיענס נוצן אויס די שוואכקייטן פונעם מח צו שאפן א אחיזת עינים.

http://video.pbs.org/video/1757221034/

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:40 pm
דורך געפילטע פיש
חוץ מזה וואס קליפס אויפן קענען זיין צאמגעשטיקעלט און די סורפרייז פונעם אודיענץ קען זיין פון עפעס אנדערש, און די עצם טריק ווערט געמאכט אין סטודיא מיט ספעשעל אפעקטס.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 8:11 pm
דורך איך אויך
פרישער האט געשריבן:די קליפה ארבייט נישט עפעס איז נישט לינקיש ביטע פאריכטן