בלאט 1 פון 2

קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - בארא פארק

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:12 pm
דורך עסן עסט'זיך
די פרייזען פון דירות אין ווילאמסבורג און בארא פארק קריכט שטארק ארויף צור די טעג, איך האב נאכנישט געקויפט קיין דירה און יעצט איז שוין א דירה מיט א פופציג אלפים טייערער ווי א האלב יאר צורוק איז די שאלה: צו זאל איך שנעל יעצט כאפען, בארגען און צאמקראצן ווייל די פרייזן גייען ארויפשיסען און עס וועט בלייבען הויעך יארן לאנג אדער זאל איך ווארטען און די פרייזען וועלן נאך צוריקפאלען?

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 2:22 pm
דורך שרייבער
כאפ שנעל און מוף אוועק פון דארט

די פרייזן וועלן ארויפגיין ווילאנג אונזערע אידעלעך וועלן זיין גרייט צו זיצן איינגעשפארט דארט

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 3:38 pm
דורך היימישער
אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 4:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
קום קיין לייקוואוד אדער מאנסי!

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:06 pm
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.


קשיא רישא אסיפא.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 5:34 pm
דורך היימישער
שמעקעדיג האט געשריבן:די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

די זעלבע סיבה פארוואס עס איז דא קרן עזר, הילף, יד אפרים, וכד'

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:03 pm
דורך שעפטל
די אלע עשירים וועלן דיך נאר העלפן ווען דו ביזסט טיף טיף אינעם טת חת, ביז דאן וועט ער שלעפן פון דיר וויפיל ס'לאזט זיך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:36 am
דורך wassup
היימישער האט געשריבן:אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

There is such a thing in monsey there is a oisher who built houses for kolel yingelat for a cheap price

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:47 am
דורך הדד בן בדד
wassup האט געשריבן:
היימישער האט געשריבן:אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

There is such a thing in monsey there is a oisher who built houses for kolel yingelat for a cheap price


אויך מיר טשיעפ...

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:24 am
דורך ר' שמחה
אויב האט ער נישט געבויט האט ער געקויפט מערערע אויפאמאל און פארקויפט פאר ביליג,
אגב, איינער ווייסט פון א חסידישן כולל יונגערמאן וואס האט דורך אים באקומען א דירה ?

דירות קריזיס אין וומ"ס גייט קומען צו אן ענדע

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:17 am
דורך בן תמליון
דירות קריזיס אין וומ"ס מיט די מאנגל פון דירות גייט קומען צו אן ענדע, אין די קומענדיגע חדשים ווערט פארענדיגט א ריזיגע דעוועלאפמענט און מ'קען שוין יעצט דינגען דירות

IMG-20130530-WA00017.jpg

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:25 am
דורך newkave
מ'מוז צאלן נאר אפאר יאר פאראויס? פארוואס נישט אזא צוואנציג דרייסיג יאר??

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:36 pm
דורך בדחן
איך בין מקנא די בית דין און די טוענים וואס גייען פירען די לאנג יעריגע דין תורות ביי די ברשאוב דירות.. ווען מען גייט זיך עווענטאול אנהייבן שלאגען...
איז איז נישט קיין מציאות אז אזא זאך ווי געבן געלט אויף אפאר יאר פאראויס זאל דורוך גיין גלאטיג אן דעם וואס זאל שפעטער אויפרייסען, נאכדערצו אז מען גיט די געלט בעפאר די דירות זענענן פערטיג - דאס מיינט אז קיינער זעט נישט וואס ער באקימט,

אוי גייען די בתי דינים און טוענים רייך ווערן דערפון..

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:39 pm
דורך סאשי פיש
בדחן האט געשריבן:איך בין מקנא די בית דין און די טוענים וואס גייען פירען די לאנג יעריגע דין תורות ביי די ברשאוב דירות.. אוי גייען זיי רייך ווערן דערפון..

וואס גייט פאר?
מיט וועם שלאגט מען זיך?

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:19 pm
דורך דולה ומשקה
קויפן א הויז אין ווילימסבורג אדער אין בארא פארק, איז תלוי וואס איז ביי דיר הארבער דער איסור אויף דער אינטערנעט אדער דער עירוב,
אין ווילימסבורג האלט מען אז דער עירוב איז אבי אבות הטומאה פאר אלע פריצות ותועבה
אין בארא פארק זעהט מען נישט אז דער עירוב זאל איינעם אנגיין, אבער דער אינטערנעט יא, והא ראי' דער לעצטע 'הדר קבלוהו',
אין אויב דו זעהסט דעם עירוב אלץ דער גרעסטע פראבלעם - קויף אין ווילימסבורג
אויב איז דער אינטערנעט דער חטאת הדור - קויף אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:15 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

היימישער טראכט אזוי ווייל ר'איז אן אידעאליסט. דער מציאות איז טאקע אז די דעועלאפערס וועלן עס נישט צו לאזן ווייל ס'מאכט זיי קאליע די ביזנעס.דער איינציגער וועג ארויס איז טאקע ווי דו זאגסט אומדירעקט. אז דער עולם זאל זיך ארויסרוקן אין ניי-געגרינדעטע יישובים, וואו מ'קען אהערשטעל דירות פאר א סאך ביליגער ווי אין די ענגע פלעצער ווי וומסב"ג און ב.פ. נאר דאס וועט ברענגען נייע פראבלעמען פון פארטייאישקייט און כבוד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:49 pm
דורך יצמחפרקני
בן תמליון האט געשריבן:דירות קריזיס אין וומ"ס מיט די מאנגל פון דירות גייט קומען צו אן ענדע, אין די קומענדיגע חדשים ווערט פארענדיגט א ריזיגע דעוועלאפמענט און מ'קען שוין יעצט דינגען דירות



איז מעגליך צו באקומען עקסידענט אינשורענס פאר דעם הויז?
עס איז אויף א פלאץ וואס איז זייער עלול דערויף, זאל דער באשעפער היטן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:01 pm
דורך למדן
די צעטל איז עכט אדער א ווערטל, עטס מאכט עס אויסקוקן עכט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:45 pm
דורך בן תמליון
עכט געשטאנען אין דעם גוט מארגן. קוקט אויס ווי איינער האט באשלאסן צו טרייבן ליצנות פונעם ריזיגן דעוועלאפמענט אדער וואס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:39 pm
דורך איך אויך
וואס אידאס Purches?

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 8:58 pm
דורך בעל הבית
חברה די מצב מיט דירות איז נורא ואוים, די דעוועלפערס רייטן אויף אונזער צאם געקראצטע פאר גראשן, לאמיר לויפן קיין סטאטין איילענד פונקט גהערט אז לעצטענס איז דא א רעדע פון אהון מופן

נשלח: זונטאג אפריל 06, 2014 11:07 pm
דורך נאך א פשט
איינער האט דא אמאהל געהערט פון סופליי ענד דעמענד? דאס איז די א' ב' פון ביזנעס, ווילאנג די נאמבער פון נייע קאפלס וואקסט שנעלער ווי די נאמבער פון נייע דירות וועלען די פרייזן האלטן און איין ארויפגיין.