בלאט 1 פון 3
מאנסי איז די נייע וומסב"ג.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:35 pm
דורך לייבעלע
א שרעק וואס טוט זיך לעצטענס אפ אין מאנסי,
דער ווילאמסבורגע עולם האט לעצטענס ערפינדען אמעריקע אין מאנסי און זיך גענומען אהערציען אין די מאסען. און אפילו די היגע איינואונער מאכען חתונה דאס געזינדעל און די פארלאנג וואקסט וואו אויף הייווען, און מען בויעט דירות אינגרויסען, אויף א לאט וואס איז געשטאנען לאנגע יארען א הייזקעלע מיט אסאך גראז ווערט אויפגעבויעט ריזיגע 4 שטאקיגע פראזשעקט הייזער. קוים בלייבט איבער פלאץ פאר פארקינג און עפעס גראז, די גאסן זענען פול.די טרעפיק ווערט ארגער מיום ליום. די סקול באסעס ווערען אויכעט מער און מער. אבער די בויערס בויען אן קיין חשבונות,
מאנסי האט אינגאנצען פארלוירען איר אלטע באחנט'ע צורה. עס ווערט ענדליך צו ווילעמסבורג. פול מיט חסידישע יודן מיט אדיסיס. נישטא קיין פלאץ אין די שולן קוים אין מקוה. ובכן גייען אויך די פרייזען פאר דירות ארויף יעדע פאר חדשים, נעבעך אויף מאנסי,
און אסאך פארשטייען נישט פארוואס די קעגענער זענען אזוי ברוגז
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:43 pm
דורך היימישער ליטוואק
גם אני הקטן מצטרף.
איך קען נישט מוחל זיין פאר די וועלכע בארויבן מיר פון מיינע קינדער'ישע נאסטוליגישע זכרונות.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:52 pm
דורך שלשלת
אויף וועם האסטו טענות...
אויף די בויערס וואס זוכן צו מאכן א דאלער?
אויף די וויליאמסבורג אידן וואס ווילן נהנה זיין פון די פארבליבענע מאנסי שיינקייט, אדער זוכן דירות פאר ביליגער ווי אין די סיטי?
אויף די מוסדות וואס נעמן אן די קינדער, און אויטאמאטיש מוזן זיי צושטעלן מער באסעס אויף די ראוד?
אויף די מקוה אידן? צו גאר אויף די ליסינג קאמפאניס וואס ליסען זיי די אדעסיס?
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 7:55 pm
דורך יידל
די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 8:01 pm
דורך זר זהב
כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 8:55 pm
דורך דעת תורה
יידל (וועמען׳ס געזיכט האסטו ארויפגעלייגט?) ״די לעצטע״ גייען ארויס יעדן איינציגן טאג וואס סאיז דא ערגעץ וואו א שטים בודקע אפן, און שטימען אין די שווערע טויזנטער מיט איין ציל: צו ערמעגליכן די בויערס ווייטער אנצוגיין מיט זייערע עוולות קעגן דעם מאנסיער ציבור.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 9:00 pm
דורך יידל
ועל זה דוה לבנו, הה"ד מהרסייך ומחרבייך ממעייך יצאו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:31 am
דורך wassup
יידל האט געשריבן:די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.
Shut up whats your issue there are ppl who live in willi in they cant afford it so they wanna move out to monsey where ots cheaper so why shouldn they build more houses ...in if you got a problem with that just get the hell out of monsey just go furter up to the catskills
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 am
דורך הדד בן בדד
שלשלת האט געשריבן:אויף וועם האסטו טענות...
אויף די בויערס וואס זוכן צו מאכן א דאלער?
אויף די וויליאמסבורג אידן וואס ווילן נהנה זיין פון די פארבליבענע מאנסי שיינקייט, אדער זוכן דירות פאר ביליגער ווי אין די סיטי?
אויף די מוסדות וואס נעמן אן די קינדער, און אויטאמאטיש מוזן זיי צושטעלן מער באסעס אויף די ראוד?
אויף די מקוה אידן? צו גאר אויף די ליסינג קאמפאניס וואס ליסען זיי די אדעסיס?
וואס? איך ווייס פון אידן וועלכע האבן נישט געמופט נאר ווייל זיי האבן נישט געקענט פלאצירן די קינדער אין מוסדות
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:44 am
דורך הדד בן בדד
יידל האט געשריבן:די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.
לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.
אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:26 am
דורך ר' שמחה
wassup האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.
Shut up whats your issue there are ppl who live in willi in they cant afford it so they wanna move out to monsey where ots cheaper so why shouldn they build more houses ...in if you got a problem with that just get the hell out of monsey just go furter up to the catskills
Don't curse.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:35 am
דורך ר' שמחה
די אינפאסטראקטור פון מאנסי איז נישט צוגעשטעלט צו דערהייבן דאס וואס מען בויעט דארט די לעצטערע יארן.
שוין נישט רעדן פון דעם אז די צוגעקומענע איינוואוינער פון ברוקלין פארשטייען נישט פלוצלינג פארוואס זיי שפארן זיך נישט די קאנטרי געלט,
וואס דאס איז געווען אריין גערעכענט אין דעם חשבון פון ווי זיי גייען צאלן זייער מארטגעדזש, אבער דא טענהט ווייטער די ב"ב, אז די קינדערלעך האבן זיך נישט ווי צו שפילן,
זיכער אז מען מופט אריין אין די נייע דעוועלאפמענטס, וואס קיין מאנסיער איינוואוינער כמעט וואס קויפן נישט דארט,
ווייל פאר די פרייז פון די נייע דירה קען ער עטליכע גאסן ארויפצו קויפן א אייגענע א הויז מיט א לאט ארום.
מען קאן נאך אסאך שרייבן איבער די נושא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:42 am
דורך בעריש
פארשטיי איך נישט די טענות, ווען סט לארענס האט געטוישט די זאנינג יארן צירוק על אפם וחמתם פון די נישט אידישע שכנים ארום האבן אלע געפייערט א נצחון, פלוצים איז מען מלא טענות
אזוי גייט עס און די יו עס געגענטער טוישען זיך כסדר.
און גראדע און מאנסי איז נאך דא גענוג און נאך רורל אידישע געגנטער און די גלילות פאר ווער סוויל אביסל מער פרייוועסי און די פרייזן דארט זענען ביליגער ווי אינמיטן די שמעלץ טאפ פון מאנסי.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:13 am
דורך יואב
שוין, הערעך אז מ'דארף האבן נייע דירות, כ'האב שוין שלום געמאכט מיט די מצב אז דער אמאל בא'חנ'טער מאנסי פארלירט איר אייגענארטיגקייט.
נאך אלעם, פארוואס זאל מאנסי זיין אנדערש ווי אלע חסידישע געגנטער ארום דער וועלט.
און די 11211 משוגעת פון וואוינען אין א געטא צאמגעדריקט ווי סארדינס, עלעך שוין אויך אראפשלינגען.
אבער אביסל מענטשליכקייט.
מילא די ציהסט ארויף הייזער אויף העריק, דיקעטאר, אדער ווינער דרייוו און אין פילע אנדערע שנעל וואקסענדע גאסן וואו מ'ציהט צוויי מאל א וואך ארויף א בילדינג, און די ווילסט גאנץ מאנסי סאל אויסקוקן ווי פילעס טעררעס אדער אדאר קארט, החרשתי.
דאס בויען הייזער אויף 306 צום ביישפיל, איז א אומדערהערטן חוצפה.
עס איז דא דארטן בלויז איין לעין פאר א יעדע זייט, און מאטאריסטן וואס ווילן נעמען דעם לאנגן רוט פון מעין סטריט ארויף, ווערן יעדן טאג ווען די באסעס לייגן אראפ די קינדער געהאלטן פאר'משכונט פאר שעות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:21 am
דורך [NAMELESS]
יא, עס איז א שרעק, מאנסי ווערט מער און מער א סיטי, די געביידעס, די בתי מדרשים און די קולטור אלעס טוישט זיך. איך זוך אוועקצומופן..
אוי וויי חשש גילוי...
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:34 am
דורך ענן כבד
מיט די שמאלע סיידוואקס וואס איז בכלל נישט געאייגענט פאר אזא גרויסע אנלויפעניש ווי אויף די גאסן וואס יואב האט דערמאנט, גייט מען אסאך אויף די ראוידס אין צומאל איז עס שרעקליך מסוכן.
כ'האלט מ'זאל זיך אריבער ציען אביסל ארויפציאיר קיין פאמאוינע נעבן וואסער
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:21 pm
דורך berlbalaguleh
לייבעלע האט געשריבן:א שרעק וואס טוט זיך לעצטענס אפ אין מאנסי,
דער ווילאמסבורגע עולם האט לעצטנס ערפינדען אמעריקע אין מאנסי, און זיך גענומען אהערציען אין די מאסען, און אפילו די היגע איינואונער מאכען חתונה דאס געזינדעל און די פארלאנג וואקסט וואו אויף הייווען, און מען בויעט דירות אינגרויסען, אויף א לאט וואס איז געשטאנען לאנגע יארען א הייזקעלע מיט אסאך גראז ווערט אויפגעבויעט ריזיגע 4 שטאקיגע פראזשעקט הייזער, קוים בלייבט איבער פלאץ פאר פארקינג און עפעס גראז, די גאסן זענען פול, די טרעפיק ווערט ארגער מיום ליום, די סקול באסעס ווערן אויכעט מער און מער, אבער די בויערס בויען אן קיין חשבונות,
מאנסי האט אינגאנצען פארלוירן איר אלטע באחנט'ע צורה, עס ווערט ענדליך צו ווילעמסבורג, פול מיט חסידישע יודן מיט אדיסיס, נישטא קיין פלאץ אין די שולן קוים אין מקוה, ובכן גייען אויך די פרייזען פאר דירות ארויף יעדע פאר חדשים, נעבעך אויף מאנסי,
און אסאך פארשטייען נישט פארוואס די קעגענער זענען אזוי ברוגז,
דו זאגסט זייער שטארק ענליך צו דאס וואס "פרעזערוו ראמאפאו" זאגט. נאר זיי זענען אמת'דיג אנטיסעמיטן. אבער דער מציאות איז אז די מענטשן וועלכע האבן ליב א סאך גרז און אפענע פלעצער קענען זיך שוין פאקן די פעק. ווייל דער מצב גייט נאך ווערן א סאך שווערער פון זייער קוק ווינקל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:34 pm
דורך דולה ומשקה
כ'פארשטיי דיין ווייטוג, אבער דער זעלבע טענה האבען בארא פארק'ער אידען געהאט אין די מיטל ל' יארן.
דער גרעסטע צרה איז געווארען ווען בארא פארק דורך די עסקנים געטוישט דער זוינונג, דער זעלבע פראבלעם קען ווערן אין מאנסי, ווי מ'וועט קענען אנהייבען בויען מער צאם געשטיפט, דער לאקאלע געווארנמענט אויב ברעכן זיי זיך צום וויטש פון די עסקנים וועט דאס טאקע ווערן ווי ווילימסבורג.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:42 pm
דורך יצמחפרקני
זר זהב האט געשריבן:כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג
קלינטאן איז, און מאנסי וויל.
(מאנסי איז נאך זייער ווייט פונעם וויליאמסבורגער אלט און נייער חן)
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:04 pm
דורך יידל
הדד בן בדד האט געשריבן:יידל האט געשריבן:די טענה איז אויף די בויערס וועלכע זוכן צו מאכן אפאר דאלער אויפן חשבון פון די תושבי המקום, און ווען די לעצטע דערוואגן זיך צו זאגן א ווארט ווערן זיי פארשריגן אלס מוסרים און אומפארגינערס.
לדעתי איז דאס קיין טענה נישט. דו וואלסט לכאורה נישט געווען בעסער. קיינער צווינגט קיינעם נישט צו פארקויפן זיין לאט פאר א בויער. נאר וואס דען? ער באקומט געלט לוינט זיך אים צו פארקויפן און מופן ערגעץ אנדערש. מען קען נאך היינט מופן קיין עירמאנט, טשענסטנאט רידש און סאוט מאנסי ווי עס קוקט נאך אויס ווי מאנסי פון אמאל. נאר די זעלבע ווי איבערראל, וויל יעדער וואוינען וואס מער אין דעם טשולנט, אין דעם צענטער, קוקט עס אזוי אויס.
אדרבה, מופט ארויס אין קאנטרי וועט איר נישט האבן דעם פראבלעם.
מיין טענה איז נישט אויף די וואס פארקויפן זייערע הייזער. מיין טענה איז אויף די דעוועלאפערס. ווען איינער פרובירט זיך לעגאל אקעגנצושטעלן דאס בויען 40 דירות אויף א לאט ווי ס'בעפאר געשטאנען בלויז 4 שרייט מען אים נאך אין שול אלס מסור. איי וואס איז מיט היזק ראיה? הו קעירס.
דאס אז איך וואלט אויך אזוי געטון איז נישט קיין תירוץ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:42 pm
דורך דעת תורה
יצמחפרקני האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:כאגעמיינט אז קלינטאן הילל איז די נייע ווילמסבורג
קלינטאן איז, און מאנסי וויל.
(מאנסי איז נאך זייער ווייט פונעם וויליאמסבורגער אלט און נייער חן)
טאקע, אין מאנסי איז נאך דערווייל געלונגען צו מאכן איין כינוס פאר די גאנצע שטאט.
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 1:13 pm
דורך לייבעלע
סיז אסאך ערגער ווי אפאר ווילען עס אראפלייגען. לעצטענס בויען די דעוואלאפערס נישט נאר גרויסע הייזער, נאר גאנצע קאמפלעקסאן פון צענדליגעע הייזער צונאזאם, א שטיייגער ווי פרעסטידש דירות, וואס מען וואוינט דארט ווי די הערינגס צושטיפט און איינער אין צווייטענס נאז, נישטא א טראפעלע פרייוועסי, און אויכעט האט מען אנגעהויבן מאכן קלענערע שטיבער, אנשטאט וואס אמאל האט מען געוואוסט אז יעדע הויז אין מאנסי האט א שיינע סייז דייניג רום און בעדרום , איז היינט וועט קוים אריינפיטן די פורנישטער, אסאך מאל דאס אויך נישט, די צימצים ווערט ערגער, עס ווערט צעביסעלעך א צימצים ווי ווילאמסבורג,
די פארקינג לאטס זענען פול און די סקול באסעס מאכן טרעפיק אויף אלע גאסען, און אויף יעדע גאס איז דא קאנסטראקשען פאר נאך הייזער וואס דאס אליין שטערט דעם פארקער, עס ווערט ממש ווי א סיטי,
איך האב יא אביסעל טענות אויף די דעוואלאפערס וואס בויען, זיי ווערען רייך און גראב אויף יענעמס חשבון, און פונקט ווי אין ווילי טוען זיי ווואס זיי ווילען אויפען חשבון פון די איינוואוינער און טענענטס זענען זיי אין מאנסי גארנישט בעסער , עס איז א הארץ וויטאג צוצוקיקן ווי שיינע זיסע הייזקעלעך ווערן איינגעווארפען פארשווינדען און ריזיגע באמבעס וואקסען ארויף דארט, עס טוט זיך א געהאקעריי פון אלע זייטן, צעמענט טראקס און פארקעי טראקס קימען און גייען, איך ווייס נישט פונקטלעך וועמען צו בלעימען דא , אבער אלץ מאנסי איינואוינער שוין אזויפיל יאר טוט עס זייער וויי, עס טוט וויי פאר אלע אלטע תושבים, עפעס איז נישט ריכטיג,
ווער ווייסט וואס איז נעקסט, אז מען לויפט דא אויך אויס פון פלאץ וועט מען אנהייב בויען 8 שטאקיקע בנינים?
וואס טראכטען די אלע דעוועלאפערס, זיי ווייסען נישט אז זיי ציהען איבער דעס שטריקעל? איינמאל גייט דאך דער הויעך געשעצטער סופערווייסער סט. לארענס פארלירן, ער לעבט דאך נישט אייביג, ווי מער מען רייצט זיך מיט די אלטע תושבים וואס זענען געקימען וואונען אין א שטילע סובארב, אלץ מער ועט די נקמה זיין שטארקער און די ניצחון פייעריגער, און מען וועט קלאגן איכה ישבה בדדד עיר רבתי בעם, מען וועט שרייען א באנדע שונאי ישראל צוררי יהודום בלא בלא בלא, פארשטייען די נישט די דעוואלאפערס אז בור כרה ויחפריהו ??
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:20 pm
דורך קרעקער
דאס איז דער וועג
אזוי האט אונז דער רבי געלערענט ביים בויען קרית יואל