בלאט 1 פון 1
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:53 am
דורך הוגה
לדעתי, זיין בעסטע קינדער בוך איז 'קוראים לי צביקי גרין'. און זיין בעסטער אדאלט בוך איז מאחורי המסיכה (ספעציעל די ערשטע העכסט דראמאטישע מעשה פון בומבה).
וואלדער איז מעגליך די מערסט קריעיטיוו חרדישע author.
למעשה, נאכן ליינען ליטעראטור פון עכטע ארטיסטישע שרייבער ווי העמינגוועי, ארוועל, פיליפ ראטה, קאפקא, דזשיליען פלין, באשעוויס זינגער, וכו' איז שווער הנאה צו האבן פון א וואלדער בוך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:50 am
דורך יואליש
איך האב נישט געטראפן אין אידיש עפעס וואס ברעגט ארויס קינדער'ס געפילן אזוי קלאר און אמת'דיג ווי וואלדער'ס. דאס העלפט קינדער טראכטן קאנסטרוקטיוו איבער זייערע געפילן. כ'באזיץ אלע זיינע ביכער אין אידיש פאר די קינדער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:13 pm
דורך הוגה
סתם פאר נייגעריקייט, פארוואס עפעס קויפט די עולם דייקא ביכער געשריבן אין אידיש? אויב איז די מעשה כשר, דאן קען די בוך ווערן טריפה נאר צוליב דעם אז ס'איז געשריבן אין ענגליש? ווען מען ליינט אין ענגליש טוט מען אויף צוויי זאכן, איינס איז די בענעפיטן וואס מען באקומט פון ליינען רייכע ליטעראטור, און אויסער דעם, מען לערנט נאך א שפראך, ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר קינדער. ואולי גייט דאס אריין אין די גדר פון אביו מלמדו אומנות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:24 pm
דורך יואליש
ווען די קינדער זענען אינג איז ענגליש פאר זיי גענוי ווי פראנצויזיש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:55 pm
דורך הוגה
יואליש האט געשריבן:ווען די קינדער זענען אינג איז ענגליש פאר זיי גענוי ווי פראנצויזיש.
איך ווייס נישט ווי יונג/אלט דיינע קינדער זענען. איך זעה אבער אין היימישע שטובער (אפילו מיט עלטערע קינדער) רובה דרובה זענען ביכער אין די אידישע שפראך, ובתוכם די ביכער פון וואלדער.
איך האב צוגעוואוינט מיינע קינדער פון קליינווייז צו ליינען אויך ביכער געשריבן אין ענגליש, היינט וועלן זיי זיין באקוועם צו ליינען אין ענגליש פונקט ווי אידיש.
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 3:10 am
דורך יאיר
הוגה האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, פארוואס עפעס קויפט די עולם דייקא ביכער געשריבן אין אידיש? אויב איז די מעשה כשר, דאן קען די בוך ווערן טריפה נאר צוליב דעם אז ס'איז געשריבן אין ענגליש? ווען מען ליינט אין ענגליש טוט מען אויף צוויי זאכן, איינס איז די בענעפיטן וואס מען באקומט פון ליינען רייכע ליטעראטור, און אויסער דעם, מען לערנט נאך א שפראך, ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר קינדער. ואולי גייט דאס אריין אין די גדר פון אביו מלמדו אומנות.
די אידישע איבערזעצונג גייט דורך א צענזור.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:05 am
דורך איינגעמיירעט
איך האב זיך אסאך געלערענט פון זיינע ביכער צופארשטיין און צוזיין סענסעטיוו צו מענטשען,ליינענדיג געשיכטעס פון כלערליי סארט מענטשען זקנים עם נערים,בחורים ובתולות.כלה וחמותה,בין איש ובין אחיו וכ״ו וכ״ו און מיט זיין געוואלדיגע טאלאנט וואו ער דיסקרייבט מענטשענס געפילען און מחשבות ,האט ער מיר געפענט אביסעל די קאפ וויאזוי צו זיך אומגיין מיט פארשידענע מענטשען
פאר איינער וואס וויל ארבעטען אויף נתינת לבו בצרתן של ישראל און פאר איינער וואס וויל זיך מיטפרייען מיט א יודס שמחה,וועלען זיינע ביכער שטארק ארויסהעלפען
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 5:27 am
דורך גראדער
הוגה האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, פארוואס עפעס קויפט די עולם דייקא ביכער געשריבן אין אידיש? אויב איז די מעשה כשר, דאן קען די בוך ווערן טריפה נאר צוליב דעם אז ס'איז געשריבן אין ענגליש? ווען מען ליינט אין ענגליש טוט מען אויף צוויי זאכן, איינס איז די בענעפיטן וואס מען באקומט פון ליינען רייכע ליטעראטור, און אויסער דעם, מען לערנט נאך א שפראך, ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר קינדער. ואולי גייט דאס אריין אין די גדר פון אביו מלמדו אומנות.
ביי רוב אידן (ליידע איז עס היינט שוין נאר 'רוב') איז אידיש נישט נאר א שפראך, אידיש איז א חומה מיט וואס מען האלט זיך אפגעטיילט פון די גויאישע און מאדערענע וועלט, ווען די ביכער ווערן איבערגעזעצט ווערט נישט נאר דער שפראך געביטן, נאר אויך דער תוכן ווערט דורכגעזיפט עס זאל זיין פאסיג אריינצוקומען אין 'אידישע' שטובער וואו אידיש איז דער הויפט שפראך, עס ווערן ארויסגעשניטן און איבערגעטוישט און צוגעפאסט גאר אסאך שטיקלעך זיכער צו מאכן אז דער השקפה פונעם ביכל שטימט מיט די השקפה פונעם אידיש רעדענדן ציבור.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:07 am
דורך קאווע טרינקער
גראדער האט געשריבן:ביי רוב אידן (ליידע איז עס היינט שוין נאר 'רוב') איז אידיש נישט נאר א שפראך,
אמאל האבן אלע אידן גערעדט "אידיש"?
http://www.gruntig.net/2013/06/yemenite ... music.html
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
ער האט אויך א ביכל people without masks העכסט אינטערעסענטע פיקיציע מעשה'לעך.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 3:30 pm
דורך הוגה
יאיר האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, פארוואס עפעס קויפט די עולם דייקא ביכער געשריבן אין אידיש? אויב איז די מעשה כשר, דאן קען די בוך ווערן טריפה נאר צוליב דעם אז ס'איז געשריבן אין ענגליש? ווען מען ליינט אין ענגליש טוט מען אויף צוויי זאכן, איינס איז די בענעפיטן וואס מען באקומט פון ליינען רייכע ליטעראטור, און אויסער דעם, מען לערנט נאך א שפראך, ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר קינדער. ואולי גייט דאס אריין אין די גדר פון אביו מלמדו אומנות.
די אידישע איבערזעצונג גייט דורך א צענזור.
טאקע פאר דעם קויף איך די ענגלישע ווערסיע. ב''ה איך קען אליין צעזורירן.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:36 pm
דורך געפילטע פיש
גראדער האט געשריבן:ביי רוב אידן (ליידע איז עס היינט שוין נאר 'רוב') איז אידיש נישט נאר א שפראך
מיט וועלכע קאלקיולעיטער האסטו גערעכענט די 'רוב'? אדער אפשר האסטו א נייע דעפעניציע אויף "מיהו יהודי".
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:40 pm
דורך יידל
איינער קען אפשר ברענגן קאנקרעטע דוגמאות פון זאצן אדער פאראגראפן וועלכע זענען ארויסגעשניטן געווארן אדער פארדרייט געווארן אין די אידישע ווערסיע?
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 4:55 pm
דורך מאטי
ס׳דא א מעשה אין kids speak אז א אינגעל איז געטשעפעט געווארן אין חדר ווייל זיין טאטע האט געדרייווט א גארבעדש טראק .....סהאט זיך דערקייקלט אז אלע גארבעדש טראק דרייווערס זענען געווארן אריינגעצויגען מיטן מעיאר פון די שטאט וכו.
אין די אידישע ווערסיע איז דאס געטוישט צו באס דרייווערס.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 5:22 pm
דורך יידל
כ'גלייב נישט אז דאס איז וואס גראדער און חיים נחום פריעד מיינען.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 5:41 pm
דורך ר' שמחה
די מעשה פון קוראים לי צביקי גרין, איז אין אידיש האט עס גאר פאסירט אין לאנדאן וכו'.