בלאט 1 פון 2

האט די סאטמאר רבי זי"ע געליינט די טיימס?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:08 am
דורך רוזעוולט
איך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ ,ער האט דאס געטוהן פאר צוויי ריזענס א', נישט צו טראכטן פון לערנען אין ביה"כ
ב', צו זיין אפדעיטעד איבער די ציונים און זייערע התגרת באומות /גזירות על יהדות שטיק.
אויב איינער האט א ידיעה לכאן או לכאן, ווערט געבעטן ארויף צו לייגען דא איבער זיין מיינונג און/אדער מקור...
ישר כח פון פאראויס
נ"ב "די דעבאטע האט קיין שייכות מיט אהרונים -זאלונים שטינק"

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:10 am
דורך אביגדור
שטעלט אייך פאר ווען ס'גייט ווען ארויס א קלא דלא פסיק אז דער רבי גייט מיט א 'איד' אין אין בית-הכסא...

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:11 am
דורך זר זהב
דיין פראגע באלאנגט דא

viewtopic.php?f=4&t=191

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:13 am
דורך [NAMELESS]
ס'א באבע מעשה. ער האט נישט געקענט ליינען ענגליש. ער האט געליינט שטיקלעך צייטונגען וואס זיינע שטיב מענטשען האבן פאר אים אויסגעשניטען. בעיקר די אידישע צייטונגען פון יענע צייט

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:24 am
דורך קינות גירושין
לאמער טאקע רעדן וויאזוי מפלעגט עם צושטעלן שטיקלעך פון צייטונגען כדי עם אויף צורעגען

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:25 am
דורך atmybest
ביטע טויש די קעפל, און שרייב וועלכע רבי די רעדסט וועגן.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 3:08 am
דורך רוזעוולט
קודם רב, ביי מהר"א איז טאקע אזוי געווען, נאר אזוי ער פלעגט זיך זייער רעגן אויף די קוואליטעט דערפון )בין בגשמיות בין ברוחניות ( לאזט מען כהיום עס מער נישט צו פאר עם, און ער מוז ליידער נאר ליינען מעפס כמקדמת דנא.)געהערט פון גאר קראנטע מקורות(
ב' ראשעקאל ער האט לכאורה יא געקענט ענגליש, און דאס איז די ריזען פאר וואס ער פלעגט אלס שרייבן "נעוו יארק " ווייל אזוי פלעגט ער ליינען ענ אי דאבעליו...
ג' ראשעקאל, לדעתך וויאזוי פלעגט ער ליינען שטיקלעך פון די ענגלישע צייטונגען
און צו אטמיבעסט, איך האב געשריבן אינעם תגובה פון וועלכע רבי מ'רעדט דא...

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 10:07 am
דורך דעת תורה
אויב האט ער געקענט ליינען די לאטיינישע בוכשטאבן, די ראיה פון "נעוו יארק" איז גאנץ א שיינע כאפ, לעומת זה קען זיין די רעביצין האט עס אזוי פראנאונסט אדער אנדערע ארומיגע, אבער די שפראך ענגליש האט ער זיכער נישט געקענט, ווייל ער האט עס קיינמאל נישט געלערנט, און וואס מען לערנט נישט קען מען נישט.

אפשר האט ער עס געקענט פון די תורה?

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:24 am
דורך בן תמליון
דער פותח האשכול מיינט מן הסתם דעם סאטמאר רבין דער ברך משה וואס איז ידוע פלעגט ליינען דעם טיימס און נישט דוקא אין ביה"כ. עובדא ידענא ביים יום כיפור מלחמה איז געווען א דיון אין סיגוטער ביהמ"ד וועלכער איז געווען א גרעסער נצחון, ששת הימים אדער מלחמת יוה"כ. דער רבי איז ארויפגעלאפן און אראפגעברענגט דעם טיימס און געוויזן פונקטליך מיט מאפעס ווי זיי שרייבן אז יעצט איז געווען א פיל גרעסער נצחון.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:31 am
דורך טעפל
גגלתי ולא מצאתי, תאמין..

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 11:33 am
דורך קאווע טרינקער
ער שרייבט דאך קלאר:
רוזעוולט האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ


רוזעוועלט, איר האט קיינמאל נישט געליינט אזא זאך. אזויווי דער עולם האט שוין מעיר געווען, אז קיין ענגליש האט ער נישט געקענט, רעדן און אוודאי נישט ליינען.
ס'שווער צו גלייבן אז געוויסע זאכן האט דער רבי נישט געקענט, איך פארשטיי דיך.

בכלל איז ידוע, אז אין יעדע אינזיכט איז דער רבי זי"ע געווען דער "ערשטער" און דער "איינציגסטער", און וויבאלד ס'ידוע אז אנדערע גדולים האבן זיכער יא געליינט די נ"י טיימס, קען נישט זיין אז דער רבי האט אויך.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:47 pm
דורך איש צדיק תמים
קודם כל אויב האט דער רבי זי״ע געליינט די טיימס איז עס ביי מיר א מעלה (נישט ווייל יעדע זאך וואס מיין רבי טוט מוז זיין א מעלה) נאר ווייל עס מיינט אז ער איז נישט געגאנגען מיטן קאפ און וואנט אריין נאר ער האט געהאלטן אן אויג ווי דער וועלט שטייט היינט און וואס דער עולם מיטשעט זיך מיט.

לענית דעתי וואלט יעדע רב געדארפט היינט האבן א שיעור און אינטערנעט צוויי מאל א וואך פאר ער קען מעורר זיין דעם עולם.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 4:19 pm
דורך למדן
קאווע טרינקער האט געשריבן:ער שרייבט דאך קלאר:
רוזעוולט האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ


רוזעוועלט, איר האט קיינמאל נישט געליינט אזא זאך. אזויווי דער עולם האט שוין מעיר געווען, אז קיין ענגליש האט ער נישט געקענט, רעדן און אוודאי נישט ליינען.
ס'שווער צו גלייבן אז געוויסע זאכן האט דער רבי נישט געקענט, איך פארשטיי דיך.

בכלל איז ידוע, אז אין יעדע אינזיכט איז דער רבי זי"ע געווען דער "ערשטער" און דער "איינציגסטער", און וויבאלד ס'ידוע אז אנדערע גדולים האבן זיכער יא געליינט די נ"י טיימס, קען נישט זיין אז דער רבי האט אויך.

אפשר איז ער בהאי גוונא געווען דער ערשטער?

ניו\נעוו יארק

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 6:10 pm
דורך יונה כהן
לע"ד האט דאס צו טוהן ווי אזוי מ'זאגט א מלופים אויף אידיש פאר די וואס האבען א פוילישע הבהרה קומט עס אויס ווי א חיריק.

כדי נאך צו מאכען די הבהרה פון NEW אדער דעם אות U פון ענגליש צי אידיש, איז עס פאר די וואס שטאמען פון דער ליטע אדער רוסלאנד זייער פשוט:"יו". און טאקע זיי האבען אזוי געשריבען [כאטש אין אידיש איז נישט פארהאן א גלייכען צו W אבער פאר EW קען מען שרייבען "יו"

אבער פאר די מיט א פויליש\אידיש אקצענט, איז פאר די וואס האבען נישט געקענט ענגליש און האבען געליינט דער נאמען פון NEW YORK אלס "ניו" יארק האט עס זיך געליינט פאר זיי NEV ווייל דער ו' פון ניו איז אדער כמו חיריק [שטימט דאך נישט נאך א י'] מיז עס זיין א V לפי זייער הבהרה.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 3:38 pm
דורך רוזעוולט
קודם, כ'האב הנאה ווי דער עולם פירט יעדן שמועס אריין אין נארישע פאליטיק (כ'זע אז כ'בין נישט דער איינציגסטער ) ,ב' האב איך אמאל געהערט א מעשה אז דער רבי זי"ע האט זיך אויסגעדריקט פאר א רב "פאליטיק פארשטיי איך בעסער " סאיז קלאר אז די רבי האט נישט ליב געהאט אז מזאל אים קענען איינרעדן זאכן, ומשום הא האט ער שטארק מיטגעהאלטן די נייעס און פאליטיק...

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 5:45 pm
דורך לעמיל
געהערט פון א איד וואס פארקויפט צייטונגען אז ער איז אמאל אריין צו ישיעות משה מוויזניץ זצ"ל און וויזניץ רבי האט אים געפרעיגט וואס ער טוט פאר פרנסה? האט ער גענפערט אז ער האנדעלט מיט צייטונגען האט אים וויזניצע רבי געפרעיגט די טיימס פארקויפסטו אויך? פארציילט די איד אז פון ווי האט וויזניצע רבי געוויסט פון די טיימס צו זאגען? נאר ביי די חתונה פון מהר"א האט זיך די ברך משה אונגערופען פארען מחתן איר זאלט וויסען מיין זון איז זייער א געלונגנע אפי' די טיימס קער ער ליינען
ומי יעמוד בסוד קדושים

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:09 pm
דורך ימי קדם
כפי ידיעתי, האט ער געליינט אין ביה''כ 'צייטונגען' (און מען מיינט נישט דער איש, דאס פלעגט ער (עכ''פ אפיצעיל) ליינען וועכנטליך, אלע קעפלעך), ולא קבלתי איזה, ואולי בנטעי גבריאל על עניני עיתונות מובא.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:09 pm
דורך זר זהב
ימי קדם האט געשריבן:ואולי בנטעי גבריאל על עניני עיתונות מובא.

:lol:

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 5:13 pm
דורך zurich
איש צדיק תמים האט געשריבן:קודם כל אויב האט דער רבי זי״ע געליינט די טיימס איז עס ביי מיר א מעלה (נישט ווייל יעדע זאך וואס מיין רבי טוט מוז זיין א מעלה) נאר ווייל עס מיינט אז ער איז נישט געגאנגען מיטן קאפ און וואנט אריין נאר ער האט געהאלטן אן אויג ווי דער וועלט שטייט היינט און וואס דער עולם מיטשעט זיך מיט.

לענית דעתי וואלט יעדע רב געדארפט היינט האבן א שיעור און אינטערנעט צוויי מאל א וואך פאר ער קען מעורר זיין דעם עולם.

דו מיינסט מסתמה א שיעור אין קאווע שטיבל!! :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:03 pm
דורך אחלק_שלל
רבי משה האלברשטאם זצ"ל פון ירושלים פלעגט פארציילן אז אמאל אלס קינד האט ער געזעהן ווי איינער פון די שטוב מענטשן געט איבער פארן רבי'ן א "מעריב" און דער רבי האט עס גענומען אנכאפנדיג מיט די ערמל, און נישט מיט הענט, און האט געליינט דערין. און דער אמת איז געווען, אז ער האט דאך געוואלט וויסן וואס גייט פאר, און נישט זיין אויסגעפלאקט און אומוויסנד.
וועגן נעוו יארק, אסאך עלטערע אידן אין אמעריקע פלעגן אמאל אזוי אויסלייגן דעם נאמען פון די שטאט, היינט צוטאג איז עס שוין נישט אזוי קאמען, אבער ס'איז נישט קיין ראיה אז דער רבי האט געקענט ליינען. ער האט בלויז נאכגעזאגט דעם דעמאלט'סדיגן נאמען וואס יעדער האט געזאגט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:18 am
דורך בדחן
רוזעוולט האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ ,ער האט דאס געטוהן פאר צוויי ריזענס א', נישט צו טראכטן פון לערנען אין ביה"כ ב', צו זיין אפדעיטעד איבער די ציונים און זייערע התגרת באומות /גזירות על יהדות שטיק. אויב איינער האט א ידיעה לכאן או לכאן, ווערט געבעטן ארויף צו לייגען דא איבער זיין מיינונג און/אדער מקור...

נ״ב "די דעבאטע האט קיין שייכות מיט אהרונים -זאלונים שטינק"

רוזעוולט האט געשריבן:קודם רב, ביי מהר"א איז טאקע אזוי געווען, נאר אזוי ער פלעגט זיך זייער רעגן אויף די קוואליטעט דערפון )בין בגשמיות בין ברוחניות ( לאזט מען כהיום עס מער נישט צו פאר עם, און ער מוז ליידער נאר ליינען מעפס כמקדמת דנא.)געהערט פון גאר קראנטע מקורות(

רוזעוולט האט געשריבן:קודם, כ'האב הנאה ווי דער עולם פירט יעדן שמועס אריין אין נארישע פאליטיק (כ'זע אז כ'בין נישט דער איינציגסטער


:like נהנתי.. א איידיע ווי אזוי ארויס צוברענגען א נקודה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:55 pm
דורך סאו וואט
כ'האב געהערט פון החסיד המרומם רבי אברהם משה גאלדרינג ז"ל מב"פ ממתפללי ביהמ"ד סיגוט,
והיה גם ההויזבחור של הברך משה בהיותו אב"ד סיגוט,
ווי ער האט עים געהייסן קויפען א טיימ'ס און טשיקען ווינגס... וואס דער רבי זייער געגליכען...
ער פלעגט אבער מוסיף זיין, אז געווענדליך האט ער געוואלט קוקען דו סטאקס זעהן ווי ס'האלט...
נישט ווי דער משה היה רויעך מאכט אים פאר אן עני ואביון מגוזלו...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:57 pm
דורך שמו יגער
איך קען אסאך אידן וואס ליינען די סטאקס און זיי זענען יא עניים ואביונים....