וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן?

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]איך האב א ידיד וואס זיין זיידע איז געווען א וואוילער איד, שטאמען שטאמט ער פון א מיוחס'דיגע משפחה אבער ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן. אבער פארן טאטען זיינער האט מען גע'שדכנ'ט א רבנ'ישע שידוך אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך זי"ע וואס האבן פארלאנגט אז דער בחור (זיין טאטע) זאל זיך פארקורצערן די הויזן און אנשטאט הויזן זאל ער פארדעקן די נאקעטע פיס מיט שווארצע זאקען. נו, וואס טוט נישט א איד אז זיין קינד'ס קינדער זאלן ווערן רעכטע אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך. ס'איז דאך א קל וחומר: מה-דאך די וואס שטיצן נאר די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך וועט משיח אנווייזן מיט די פינגער אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה, איז כל שכן בת בתו של קל וחומר די אייניקלעך אליין, זייער כבוד ווען משיח וועט קומען, איז דאך אין לשער בבחינת עין לא ראתה.

אז מען רעדט שוין פון משיח מיטן פינגער וועל איך מיטטיילן פארן עולם מיין קרעפל פשעטל וואס כהאב געזאגט דעם פארלאפענעם שבועות. די פשעטל האט זיך געדרייט איבער דעם באקאנטן קשיא וואס אלע ספרים פרעגן: אויף איין פלאץ געפינען מיר אז משיח וועט טייטלן אויף די וואס האבן געשטיצט די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך, און ווידעראום אויף א צווייטן פלאץ ווערט געברענגט בשם דער רבי זכותו יגן עלינו אז ער וועט גאר טייטלען אויף די וואס האבן גשטיצט די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ציונים, איז דאך די קשיא מרפסן איגרא, כ'מיין וויפיל פינגער האט משיח צו טייטלען?

ס'איז דא וואס ענטפערן אז משיח וועט אויסזוכן איינער וואס האט געשטיצט אזא מוסד וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים און און צוגאב האט אויך א מנין אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך. איך האב אבער געזאגט א געוואלדיגע דערהער. כ'האב געזאגט אזוי, לייגט צו קאפ ס'קומט א כאפ: ס'איז לשיטתו, די גאנצע סיבה פארוואס משיח וועט טייטלן מיט די פינגער אויף די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך, ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, איז ווייל משיח וועט מכיר טובה זיין רבי ר' אלימלך פארן מבטל זיין חבלי משיח, אבער לפי שיטת רבינו אז די ציונים האבן מבטל געווען דעם ביטול און צוריק געברענגט חבלי משיח, איז דאך אויס יחוס מיט די אייניקלעך פון רבי אלימלך, ממילא בלייבט נאר איבער איין סארט מקרבי הגאולה און דאס זענען די וואס האבן געגעבן געלט פאר קרן הצלה.

נחזור לענינינו, דער טאטע פון מיין ידיד האט זיך אנגעטאן שווארצע זאקן און דער שידוך איז געשלאסן געווארן בשעטו"מ. און אזוי איז עס געווארן א הייליגע מסורה ביי זייער משפחה אז 'ביי זיי' גייט מיט שווארצע זאקן, נישט קיין חילוק צו מען האלט ביים זיין א בנם של קדושים, נישט קיין חילוק צו מען לערנט און נישט קיין חילוק צו מען ארבעט אין מאנהעטן, שווארצע זאקן גייט מען זאל זיין וואס זאל זיין, בבחינת 'בלוט זאל זיך גיסן אבער קרעפלעך וועט מען עסן'. און אזוי האט מיין ידיד אויך חתונה געהאט, ער אליין האט געדארפט די שווארצע זאקן ווי א חזיר א קראנץ, אבער וואס טוט מען נישט פאר כיבוד אב ואם און כבוד משפחה.

פאר מ'גייט ווייטער וויל איך אביסל מסביר זיין די תאוה וואס די (עכטע) רבנ'ישע קינדער האבן צו שווארצע זאקן. די זאך איז אזוי, היינט צו טאגס ווען יעדער פשוט'ער איד גייט מיט אן איצטלא דרבנן און מיט א כובע דרבנן און אלע אידן זעען אויס אייניג, ברויך דער בלוי בלוט עפעס א מלבוש, עפעס אן איצטלא, צו ווייזן אז ער איז נישט אבי ווער, ער דארף וויזן אז ער באלאנגט צו די 'ממלכת הכהנים וגוי קדוש' ער שטאמט נישט, נישט פון תרח און נישט פון לבן נאר יסודתו מהררי קודש ממצוקי תבל מגזע אראלים וכו', געט מען זיך אן עצה מיט "פוזקמאי דרבנן", מען טוט זיך אן הלבע הויזן און לאנגע שווארצע זאקן. פריערדיגע צדיקים האבן עס מרמז געווען אינעם פסוק 'ורגלי חסידיו ישמור' זיי האבן געטייטש אזוי: אז איינער וויל זיין א ריכטיגער חסיד מאכט ער א שמירה אויפן פיס. איז יעדע אינדערפרי נאכן זאגן א לשם יחוד ציט מען ארויף די שווארצע זאקן צושטאטעלעך אויפ די פיס, קודם אויפן עיקבתא, פון דארט פארט מען ווייטער איבערן קנעכל און נאכדעם קומט אן צום קלימאקס ווען מען ציט איבער דעם זאקן איבערן פולקע פלייש וואס דארט ליגט די מוחין תתאין דערנאך בינדט מען עס ארום מיט א גארטעל בבחינות חגורה דלמטה.

צוריק צו אונזער אינגערמאן, די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה איז אריבער נישט קשה. ווילאנג ער איז געזעצן אין כולל האט אים די שווארצע זאקן נישט קיין סאך געשטערט. אבער נאך א פאר יאר און קינדער, האט ער באשלאסען צו זיין א נהנה מיגיע כפו און ארויס גיין אין א געיעג על מחיה ולכלכה, האבן אים די גרביים שחורות אנגעפאנגען צו ווערן לצנינים בעיניו.

ביי טייל אירע וואס גייען ארויס ארבעטן אויף די גוי'ישע גאס איז די גאנצע חסידישע טראגע אן ערנסטע נושא. נעמטס למשל אן עוורידזש חסידישע אינגערמאן, איז פאר ער גייט ארויס אויפן גאס איז ער זייער שטאלץ מיט זיין לבוש, ספעציעל מיט די הויכע שפיצן פון זיין קרויס שטריימל, און די עולה ויורד ראַם פון זיין שטאפענע הוט. אבער אז מען גייט ארויס ארבעטן אויף די אלגעמיינער גאס איז נישט יעדער איינער אזוי קאנפידענט ווי שמעון ראלינצקי אין וואשינגטאן אדער ווי יוסי געשטעטנער מיט זיין קרייזעלדיגע פאות אלס קאנגרעסמאן, ולכן זוכט מען צו טוען כל מה שביכלתם זיך נישט ארויסצושטארצן און נישט צו ציען איבעריגע ערשטוינטע בליקן פון פרעמדע. נו, אויף דעם איז דער אידישער קאפ אויפגעקומען מיט פארשידענע עצות ווי אזוי צו מינימיזירן דעם אקטועלן פראבלעם. (און איך מוז צו לייגן אז מיט אלע תכסיסי מלחמה איז מען נאך נישט געקומען דערווייל צו אן ערנסטע דורכברוך אין דעם הינזיכט).

איז אזוי, פארצייטנס פלעגט מען דרייען די פאות ארום די אויער, און אריינקנאבלען די בארד. (בד"וו, ווער עס האט ערפינדען די פאטענט פון דרייען די פאות ארום די אויער האט געמוזט זיין א גרויסע זשעני אבער זייער א שוואכער דיזיינער). עניוועי, היינט איז אביסל אנדערש, די פיאות לאזט מען לאנג און קרייזעלדיג, אבער די בארד האקט מען פון אלע זייטן.

הגם איך פערזענליך האלט אז דער סיסטעם פון לאזן די פאות וואקסן און האקן די בערד איז נישט אויסגעהאלטן נישט בגשמיות און נישט ברוחניות. קודם ברוחניות, ביי די פאות טרעפט מען נישט קיין שום ערנסטע מקור צו גיין לאנג און קרייזעלדיג, משא"כ די בארד האט א שטארקע ענין אין קבלה. און בגשמיות אויך, לאנגע פאות איז א חידוש און איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאל עס וועלן פארשטעקן, משא"כ א בארד איז מער א רעגיולארער זאך מען טרעפט עס ביי די היפסטערס, ביי די טראק דרייווערס, ביי מוסלומענער און ביי די עמיש חברה.

ולאחר העיון מצאתי את שאהבה נפשי ביאור מנהג הוא כך: מיט די פאות קען מען זיך אן עצה געבן, אז מען גייט למשל אין מאנהעטן געט מען עס א דריי צאם און מען לייגט עס ארויף אויפן אויער און דער עולם גולם מיינט אז עס איז א בלו טוט, משא"כ די בארד איז נישטא ווי צו לייגן, איי א קנאבעל? א קנאבל וויל מען אויך נישט מאכן ווייל עס דערמאנט אים אין רעב עזריאל'ס בארד.

הכלל מיט די פאות און בארד געט מען זיך אן עצה ווען מען ברויך עס פארשטעקן, כל אחד לפום מנהג הוריו ורבותיו. אפילו מיטן טלית קטן איז אויך דא כמה מהלכים, ס'איז דא וואס לייגן עס לכתחלה אונטערן העמד, אנדערע וואס די ווייב און שוויגער וועלן זיך רייסן קריעה אויב דער מאן וועט לייגן דעם העמד אויפן ציצית, באדעקן עס, ווינטער מיט א שיינע סוועטער, און די זומער מיט א זשי ענד זשי וועסטעל.

און דא קום איך צום הויכפונקט פונעם פראבלעם: 'די שווארצע זאקן'! מרא דכולי עלמא, וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן??? ס'איז נישטא ווי עס צו פארשטעקן, און ס'איז נישט מיט וואס עס צובאדעקן. און די בושה! די בושה איז גרעסער ווי סיי וואספארא מלבוש עס האט נאר איינער ערצייגט אין די לאנגע גלאררייכע היסטאריע פון חסידישע מלבושים. און איך רעד פון בושות אפילו צווישן אידן, צו זען די בליק פון א צווייטער חסידישער איד אין א רעסטוראנט אדער אין א וואלמארט וואס קוקט אויפן זאקן מיט אזא פראגע, ווי: וואס טוטסו דא מיט די "שווארצע זאקעלעך"? איז זייער אן אומבאטעמטע זאך.

זאגט מיר איינער אז ער ווייסט פאר א פאקט אז עס איז דא אסאך אידן וואס גייען מיט שווארצע זאקן וואס טראגן מיט מיט זיך א איבעריגע פאר לאנגע הויזן אין אויטא און ווען עס פעלט אויס טוט מען זיך איבער. וסימן זה מסר לידי: כשתראה יהודי הלובש גרביים שחורות עם אויטא שיש בו חלונות כהים ושחורות הנקרא טינטע"ד ווינדאו"ס, ידע תדע שדבר זה הוא בשביל צניעות שיש בו, שבשעה שפושט המכנסיים קצרות ולובש המכנסיים הארוכות יש בזה סוד של עבודת כהן גדול ביום כיפור פשיטת בגדי לבן ולבישת בגדי בד, והטינדע"ד ווינדאו"ס הם נגד הטלית של בוץ שפשטו בינו לבין העם ודפח"ח.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר