ווי שוין געשריבן אינעם נפלאות הבריאה אשכול איז דא א געטועכטס וואס עס מיינט היינט נשר.
אפשר מיט די הילף פון די חברים דא וועט נתברר ווערן די זאך, ואין שמחה כהתרת הספיקות, אבער קודם וועלן מיר ציטירן דאס וואס איך האב געשריבן אינעם אויבנדערמאנטן אשכול.
טייל זאגן אז דער נשר איז דאס וואס מיר רופן eagle, און טייל זאגן אז ניין, דער eagle הייסט אויף לשה"ק "עיט" וואס ווערט דערמאנט ביים ברית בין הבתרים, און נשר איז דאס וואס מיר רופן vulture וואס איז גראדע היפש ענליך צום eagle.
פון תוס' אין מס' חולין דף ס"ג ע"א קוקט אויס אז דער eagle איז נישט דער אדלער, וז"ל: "וכמו כן טועין גבי נשר שקורין אייגל"א ואינו דנשר יש לו ד' סימני טומאה ואייגל"א יש לו אצבע יתירה".
גאר אסאך האבן טאקע אנגענומען אז ס'איז די vulture, פונדעסטוועגן איז דא וואס טענה'ן אז דער eagle איז יא דער נשר.
ווער עס קען מוסיף זיין עפעס איבער די נושא איז מכובד צו נעמען די פענע - איך מיין די קיבארד, און זיך לאזן הערן.
איז "נשר" א eagle אדער א vulture?
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: איז "נשר" א eagle אדער א vulture?
דא איז דא א שיין ארטיקל וועגן דעם: http://zootorah.com/essays/vulture.htm