מען האט מיך גע'Used.. וואס טוה איך???
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:02 pm
.די פרשה האט זיך אנגעפאנגען ווען איך בין געווען בערך א דרייצן און א האלב יעריגער בחור'ל. אן עוורידזש בחור בין איך געווען, פון די אין חדר וואס זייער נאמען ווערט קיין סאך נישט דערמאנט, זיי זינגען קיינמאל נישט אויף די מייק, זיי ציען קיינמאל נישט ארויס קיין גורלות, זיי זענען קיינמאל נישט די שומרים צו איינער רעדט ווען דער רבי גייט ארויס שטיפן די צייט אינמיטן חדר, אבער מיר האט גארנישט געפעלט, איך האב קיינמאל נישט געזוכט צו זיין פון די וואס זענען די "קנאקער'ס" אין חדר, ביי די פארהערן אדער בחינות פלעג איך זיין פון די וואס פלעגן באקומען א טוב/טוב מאוד, קיין מצוין פלעג איך נישט באקומען אבער קיין שלעכטע צייכען אויך נישט, אזוי האב איך מיר אפגעלעבט מיינע יארן אין חדר אלץ א שטילער צופרידענער יונגל וואס מאכט נישט קיין צרות און מען הערט פון אים נישט קיין סאך.
פארשטייט זיך אז עס זענען אייביג דא רבי'ס וואס זוכן צו רייטן אויף דעם שטיל קינד וואס זיין טאטע איז נישט קיין רייסער און אויב וועט ער אהיימקומען מיט אפאר פינגער צייכענעס אויף זיינע בעקעלעך וועט זיין טאטע גארנישט קענען טון אויסער זיך פארבייסן די ליפן, אבער בדרך כלל האב איך נישט געהאט קיין קאפאו עקספיריענסעס מיט מלמדים.
חברים האב איך געהאט אפאר גאר נאנטע און מיטן איבעריגן עולם בין איך גוט געווען.
אנקומענדיג צו די בר מצוה יאר האט מיין טאטע מיר געשטעלט א פריוואטער מלמד אין די ביינאכט שעות זאל מיט מיר לערנען הלכות תפילין, דער יונגערמאן איז געווען א געטרייער פארשטענדליכער מענטש וואס האט זיך באמת אפגעגעבן מיט מיר און עס האט אויסגעזעהן ווי דאס איז א "שידוך מעיד אין העווען".
געלערנט האבן מיר אין א שול נאנט צו מיין הויז, א שטיל ביהמ"ד, מיר פלעגן לערנען פון א שעה פאר מעריב, דערנאך האב איך געדאווענט מעריב און אהיים געגאנגען.
(דיסקלעימער... איך גיי יעצט אראפשרייבן שווערע געפילען וואס איך האב נאך פאר קיין מענטש נישט אנטפלעקט, יעדעס מאל איך טראכט פון די זמנים ווערן מיינע אויגן באנעצט און דאס הארץ בלוטיגט, על כן קען זיין אז איך וועל מיך אויסדריקן אביסל שארף אדער פראסט, איך בעט דער עולם זאל האבן איינזעעניש מיט מיר)
אין דער שול פלעגט דאווענען א עלטערער בחור (בערך איין און צוואנציג) וואס האט אייביג זייט ער האט מיך געזעהן דארט די ערשטע מאל געוויזן אן אינטערעסע און מיר, זייענדיג א קינד אויף וועם קיינער האט נישט ספעציעל געקוקט (אויסער מיינע געטרייע עלטערן און געשוויסטער) איז מיר גאנץ גוט געפאלען די ספעציעלע עטענטשען וואס דער "גרויסער בחור" האט מיר געוויזן, פון אנהייב האט גארנישט אויסגעזעהן פארדעכטיגט ער האט סתם געשמועסט, געפרעגט וועגן חדר און אזוי ווייטער.
מיט די צייט האב איך אים אנגעפאנגען צו טראסטען, און אזוי ווי ער האט פאר מיר געוויזן אזא איבערגעגעבענע געפיל האב איך מיך אנגעפאנגען צו פילען באקוועם מיטצוטיילן מיינע פריוואטע געפילען וועגן חדר, חברים, רבי'ס מיט אים, און ער פלעגט מיך אלץ ענטפערן מיט געדולד אזוי אז איך האב מיך געשפירט ווי א מיליאן דאללער.
והי היום איך בין געשטאנען פארענט פון שול זיך גרייטענדיג אהיים צו גיין נאך מעריב קומט דער בחור צו און פאנגט מיך אן אויסצופרעגן וועגן חדר וכדומה, אזוי בתוך הדברים וואקט ער מיט מיר אריין אין דער זייט פון שול, אזא טונקעלער ארט ווי מען קען נישט געהעריג אריין זעהן פון די גאס און מענטשען גייען דארט קיין סאך נישט אריבער, און ער נעמט מיך ארום אזוי פון אונטען מיט זיין אבר חי אריינרייבענדיג אין מיינע תחתונים און שמועסט ווייטער ווי גארנישט וואלט געווען.
זייענדיג א תמים האב איך מיך פון איין זייט געפערליך דערשראקן אבער פון די אנדערע זייט האט ער דאך נישט דירעקט אנגעכאפט אין ערגעץ, ממילא האב איך מיך אליינס געטרייעט איינצורעדן אז ער מיינט נישט גארנישט, איי זיין "שטיקל" רייבט זיך אין מיינע תחתונים... נו, וואס איז ער שולדיג אז זיין שטיקל איז אזוי גרויס...
אזוי איז דער חי' אנגעגאנגען כמעט א גאנצע יאר ווען ער זעהט מיר נעמט ער מיך ארום און זיין.... רייבט זיך איין אין מיר.
א האלב יאר נאך דעם וואס איך בין אריין אין די ישיבה איז פארגעקומען די ערשטע בין הזמנים, פארשטייט זיך אז די שמחה איז געווען גרויס, גאנצע פיר וואכן גייען מיר זיין אינדערהיים פון ישיבה, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם? (ווייניג האב איך געוואוסט וויפיל צער און עגמת נפש און טרערן דער העפי בין הזמנים גייט מיר נאך קאסטן)
איינמאל אינמיטן טאג בין איך געגאנגען אין דעם שול (די סיבה פארוואס איך בין דאן אהינגעגאנגען ווייס איך נישט עד היום הזה, מעשה שטן מן הסתם) און אופס, דער בחור איז דא, און ער רופט מיר אראפ אונטען פון בית מדרש און שפארט אויף א פארשלאסן שטיבל ווי מען פלעגט האלטן וויין און רופט מיר אריין און פארשפארט די טיר אונטער אונז.
מיר איז קאלט און הייס געווארן, נאך אלעם האב איך דאך געהאט א שטארקער חשד וואס דער בחור וויל, האב איך אים געזאגט אז איך אייל מיך און איך דארף אוועק גיין, דער האט נישט געענפערט קיין ווארט, ער האט מיר געעפענט דעם זיפער און אנגעפאנגען אזוי צו דרוקן אז איך האב געמיינט אז איך שטארב פאר יסורים, איך האב מיך געבעטן צו אים אז ער זאל אויפהערן אבער דער רשע האט געלאכט פון מיר, דערנאך האט ער נישט מער און נישט ווייניגער מיך געצווינגען אז איך זאל אים געבן oral (וויפיל וואכן איך האב דעם מויל געשווענקט און נישט געקענט ארייננעמען גארנישט מחמת עקל) און דער מנוול חזיר חי' איז געקומען אין מיין מויל.
ער האט מיך געמאכט קומען נישט מער און נישט ווייניגער ווי "פיר" מאל! ענדליך נאך בערך א שעה און א האלב פון אינקוועזיציע פיינינגונגען האט ער מיך באפרייעט מיט א ווארענונג אז אויב וועל איך צו איינעם רעדן דערוועגן גייט ער מיך "הארגענען".
אהיימגייענדיג האב איך געליטן אזעלכע יסורים צווישן די פוס אז איך האב געמיינט אז איך פאל אוועק, טרערן האבן באנעצט מיין פנים און איך האב מיך איינגעשפארט אין מיין צימער פאר איבער פיר שעה און געוויינט (מיינע עלטערן זענען נישט געווען אינדערהיים).
ביז נאך בין הזמנים האב איך געליטן יסורים באותו מקום, אבער יארן האב איך מיך ערוועקט ביינאכט מיט שרעקליכע קאשמארן און חלומות פון די איבערלעבעניש.
דער בחור האב איך מער אין דעם שול נישט געזעהן, איך האב געהערט אז ער האט נארמאל חתונה געהאט.
איך מיט מיין אלע קאשמארן בין געווען גאנץ א לייטישער בחור געטראפן א פיין מיידל מיט אלע מעלות, זי איז ב"ה זייער שיין און גיט מיר וואס איך דארף, פרנסה איז ב"ה אויך פיין, זיסע קינדערלעך, אבער דער קאשמאר ערוועקט זיך נאך ביז היינט פון צייט צו צייט.
די וואך האב איך געהערט וואו דער בחור וואוינט, ער איז היינט א בעל הבית'ישער איד מיט אסאך געלט און הייסט פון די חשוב'ע אידן ביי אים אין ביהמ"ד.
איז מיין שאלה אזוי:
1) דארף איך טראכטן אז ער מאלעסט נאך קינדער און ממילא דארף איך מאכן א ויצעקו? אדער האט ער חתונה געהאט און היינט איז ער וואויל?
2) צו מעג איך צוגיין צו אים און זאגן, ר' איד איר האט מיך גענוצט פאר אייער פארשטינקענע תאווה זייט מוחל און באצאלט אפאר דאללער דערפאר? (און נישט פילען ווי אן אויסגענוצטע כפרה)???