בלאט 1 פון 1

כשרוני

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 9:00 pm
דורך קאווע טרינקער
אין דער צייט וואס אין וויליאמסבורג רייסט מען זיך ארום וכו', קומט פאר אין בארא פארק א פארשטעלונג פון אינטערעסאנטע זאכן וואס קינדער האבן אליינס געמאכט.
שוין א שטיק צייט צוריק איז געווען פארשפרייט פלייערס אין די בתי מדרשים, וואס רופט גרעסערע קינדער אויסצונוצען זייערע כשרונות און אהער שטעלן סיי וואספארא ארט זיי האבן א געפיל צו.
איך בין נישט געווען דארט, איינער וואס קען פארציילן מער, זאל ביטע טיילן מיטן ציבור.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:31 pm
דורך גנדי
מיינס א חבר איז דארט געווען מיט זיינע קינדער און זיין בני בית.

ער זאגט מיר ער האט זייער שטארק הנאה געהאט. עס איז א געוואלדיגע זאך. ער האפט עס וועט ווערן גרעסער און בעסער קומענדיגע מאל ( זיי פלאנען פאר פורים)

די געדאנק איז א מוראדיגע אויפטוה. הלאוויי מאכט מען דאס נאך אין אלע אידישע שטעט.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 12:33 pm
דורך איך אויך
מן הסתם איז דא עפעס א פראגראם פונעם פעטער דערפאר ,אבער שיין פון עם אז ער פאקט עס נישט אריין צו זיך אין טאש כנהוג.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 1:40 pm
דורך דבילה
איך אויך האט געשריבן:מן הסתם איז דא עפעס א פראגראם פונעם פעטער דערפאר ,אבער שיין פון עם אז ער פאקט עס נישט אריין צו זיך אין טאש כנהוג.


בעיר שכולו גנבים איז טאקע א חידוש אז ער גנב'עט נישט.