בלאט 1 פון 2

עפארדעבל מחאה פלאן

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען אין דעם שוואכן דור עקבתא דמשיחא אז עס זענען פארט דא עטליכע ברכיים אשר לא כרעו לבעל ולאשה, און ברוך השם אז זיי היטן אפ די חומות און שטייען על המשמר.

ברם, דא עקא, די עמידה על המשמר איז א טייערע מעשה וואס קאסט אפ א הון רב. צום ערשטן קאסט אפ דער פאשקעווילן שרייבער א הון תועפות, דער שרייבער ברויך אפיר זוכן מפי ספרים וסופרים אלע שטרענגע און שרעקעדיגע פסוקים וואס רעדן איבער חורבן בית המקדש און זיי צופאסן צום פרעס-טראק, וואס רעדן איבער נבוכדנצר און זיי אויסשארפן קעגן די באיאנערס וואס טראגן מיטן עירוב, קעגן די קראים ומלשינים און זיי אנשמירן קעגן רבי שמעון ראלניצקי'ן און דער שטערן. דערנאך דארפן זיי נעמען א גראפיקער וואס זאל אנשמירן די ירושלימער אותיות און צומאל א אילוסטראציע פון ציונים לייגן אריין אידן אין קרעמיטאריום'ס וכדומה. דערנאך קאסט אפ די צעטיל קלעבן, ובפרט זינט בקצה המחנה טרויען זיך יונגען שלא קרו ולא שנו ולא שימשו רבי ז"ל צו מפריד זיין בין הדבקים און אפטשעפען די צעטלעך פונעם סקאטש טעיפ, מוז מען שמירן מיט א געמיש פון רויע אייער און מקוה וואסער פון די זייטיגע מקוה אין ראדני ווי מען האט גע'טובל'ט דעם רבין ביום המר והנמהר ה' אייר... כ'מיין כ"ו אב.

נאך די צעטלעך קומט די פאזע פון אנגרייטן א מעמד אדיר. נישט קיין עולמי חלילה, דאס שמעקט פון כינוס כלל ישראל און אגודה, נאר סתם מעמד אדיר איום ונורא הענקי פענקי. דערנאך דארף מען משכנע זיין די גדולי תלמידי רבינו, מען ברויך זאגן ר' משה מאיר בריפ'ן אז ר' משה מנחם טירנויער ברענט שון אויף דעם פירצה, און פאר ר' זלמן לייב פילאפ'ן, אז אפילו אזא פרעמדער ווי ר' משה גרין פארשטייט דעם חומר הדבר. די אלע זאכן קאסטן געלט ווייל מען דארף געבן קמחא דפסחא און שאר ירקות פאר די אלע גודרי גדר ופורצי פרץ ונפחי נפח.

דערנאך דארף מען אראפדרייען דעם קאפ פאר די זאלן און זיי זאגן אז אויב זיי געבן נישט ארויס די זאל וועלן זיי ביטער ליידן סיי פונעם נשיכת הערשל קלאר נשיכת עקרב, ועקיצת יצחק שטערן עקיצת נחש, און סיי ווייל ממש מען פירט אראפ פון וועג.

דערנאך קומט די פרעשור אויף די מנהלים, די פאשקווילן, די היום, די הויכהילכער מיט די הייליגע ירושלימ'ער הברה, דערנאך דאס לייגן פרעשור אויף משה גבאי אז ער זאל עס לייגן אויף די דריטע זייט אין דער איד און נישט אויף מהדורה תניינה דף מ"ג וכו', ואטו כי רוכלא ניתי וניזל.

אבער ווען דאס וואלט געווען אמאל א יובל, החרשתי, אבער דאס מוז מען דאך טון גאר אפט, אזוי לאנג ווי די פורצי גדר שלאפן נישט, טארן זיי נישט שלאפן!

קומט אויס יעדע וואך א פראטעסט צוויי.

גל פז - המודיע אין א גראסערי - פרעס-טראק- קאסמעטיק סטאר אויף ליע עוועניו - שילדן פון עורה מיט בילדער פון א יונגל וואס איז מעורר דם חימוד - אבי ראזן - שמואל לובעצקי - ארונים - גור-וויזניץ-בעלז- מתמידים - עמנואל- אנטי עמנואל- שלום מיט בעלזא- אבי ראזן גראבט שוין ווייטער - שפאניע גראבט שוין ווייטער - ארונים שוין ווייטער - בתי ווארשע שוין ווייטער - רב שטיינמאן - ארונים שוין ווייטער - אבי ראזן.
די זאכן קאסטן אפ אוצרות מיט געלט.

אה, איר טראכט אז נו, הערשל קלאר האט גענוג געלט....... יא, אבער די געלט ליגט שוין לאנג באגראבן אין דריי פיר אנדערע עי-קעי פאליסיס, און נישט יעדן טאג קען מען געבן א שטופ אריין אן אלטן אין מקוה, נו, מוז מען ווארטן, און דערווייל גיין מיטן פארקראכטן קאפעלוש און מעלקן משה מענדל מענדלאוויטש און הערשל שרייבער.
אבער געוואלד, אידיש געלט?!

איך האב פאר זיי אן עצה, לולא אז דער אחיו הגדול רבי אהרן וואלט געווען דער בן עמינדב אין די נושא פון עפארדעבל, וואלטן זיי עס אפשר אנגענומען, אבער דער שייגעץ, דער איידעם פונעם וויזניצער שייגעץ גייט אונז נישט איינטיילן. אבער פארט, א הצעה מעג מען הערן:
די שפאגל נייע "עפארדעבל מחאה פלאן" וועט מאכן איין מחאה א יאר, אפשר זאל מען עס מאכן די סאמע סיטי פיעלד און מען זאל דארטן שורף זיין יעדן עוף הפורח כדי יעדער זאל הערן דעם זיסן שטימע פון רבי מנשה פילעפ'ן בבהירות. דארטן וועט מען מוחה זיין במשך א צען שטונדן אויף אלע פירצות, אדער כסדר א"ב אדער כפי סדר קבלתן, און אזוי גיין פון איין פירצה צום צווייטן, שטארקע מוחות קענען גאר משלב זיין פרצה בפירצה, און סוף הפירצה בתחלתה, למשל אז די ארונים גייען אין קארט ווייל זיי זענען נישט קעגן די עירוב און דעריבער איז די שטערן אזוי טמא ווייל אן ארוני פירט עס אן, און די פרעס טראק איז גורם די חפירות פון אבי רוזן ווייל אז א חסיד אין בעלז טוט אן קנעפ שמד'ט זיך אן אסימילאנט אין פאריז, די בילדער פון עורה איז גורם די רויטע טורבאנס, און פארשטייט זיך אז די פרעס-טראק איז גורם די געפאצטע קליידער, ווייל א טעגליכן גוטן האמבורגער מאכט די קליידער מער און מער פאציג, און אזוי ווייטער וחוזר חלילה, און בעצם איז דאך טאקע דא איין סיבה וואס איז גורם די אלע זאכן, דאס איז די חוסר דרך ארץ קעגן אותו זקן, וואס ווען מען ווייסט ווען וויפיל טרערן ער האט פארגאסן בשעתו, און אז דאס איז אתרא דמר, און אז רבי עזריאל גליק האט אמאל זיך אויסגעדרוקט בשמו, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען.

אזוי קען מען אפשפארן אסאך געלט, און ר' הערשל קלאר וועט קענען קויפן נאך עטליכע הייזער, נאך ארטיסטן בילדינג, און אפשר אפשר, סוף סוף קויפן א נייע היט.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:52 pm
דורך קאווע טרינקער
yum!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 6:53 pm
דורך קאווע טרינקער
שמואל לובעצקי ??

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:54 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט געוואלט פארשלאגן אז עס זאל איינער ווער א גוטע שרייבער, אדער אפילו מר קופערניקוס אליינס, זיך זעצען שרייבן אן ארטיקל אין דעם זעלבן נוסח נאר אויף די אדרעסע פון די הייסע טאליבאנער וואס ביי די פארטיי שכנגד פון ר' קלארא הערשל, אז די כוונת הענין וואס ר' קופער שיחי' וויל דא אויסקלארן זאל נישט חלילה קענען אומוויסנט פארטיישט ווערן ווי א פארטיישע אנגריף, און אזוי ארום פארלירן א גרויס חלק פון איר ווערד.

מסכים?

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:03 am
דורך זר זהב
כאב געדארפט זיכער מאכן 2 מאל צי איך בין טאקע אין קאווע שטיבעל אדער האביך בטעות ארייגעוואנדערט אין כל העולם כלו.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:07 am
דורך John Doe
אוי שרייבסטו גוט, דער ארגינעלער קופערניקוס וואלט זיכער הנאה געהאט. אגב, ער האט געליינט דער שטערן.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:24 am
דורך שמעקעדיג
זייער גוט געשריבן!!!! קיפ אפ!!!!!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 4:07 am
דורך הדד בן בדד
זייער פיין געשריבן, אבער מען דארף געדענקען אז דא איז קאווע שטיבל, וועלכע איז דירעקט געצילט נישט צו ווערן פארטייאיש, און עס האלט שוין אזוי ב"ה פאר ארום צוויי חדשים, אלזא ביטע, טריי, פאר אונזערט וועגן, צו האלטן די ארטיקלען - בפרט אזעלכע געשמאקע - צו נוטראלן ליניע.

נאכאמאל א גרויסן יישר כח

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:09 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:מיר קוקט נישט אויס אז דער ארטיקל איז פארטייאיש; עס שפיגלט פשוט אפ דעם מציאות אז די "עסקנים" וועלכע טרעפן כסדר אויף וואס מוחה צו זיין געהערן געווענליך צו דער פארטיי וועלכע פאררופט זיך אויף האדמו"ר זלמן לייב. פאקטן געהערן נישט צו קיינע ספעציפישע פארטייען.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:21 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
א טייערע, הייליגע פּאוסט, קופערניקערס. א פוליצער! עס קומט דיר פאר דעם אלע אגודלים פון אלע אידן ביי אלע מעמדי אדירים אינעם עבר און עתיד עד סוף כל הדורות.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:45 pm
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמואל לובעצקי ??

לא הביישן למד.
וואס מיינט דאס?

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:50 pm
דורך גדעון
ער מיינט זיכער דער גבאי פון גאב"ד ירושלים וועם די פאליציי האט ארעסטירט זיך אפצורעכענען מיטן רב,

נישט זיך פארמישן מיט די ליובאוויטשע שמואל לובעצקי

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:54 pm
דורך chasid
גדעון האט געשריבן:ער מיינט זיכער דער גבאי פון גאב"ד ירושלים וועם די פאליציי האט ארעסטירט זיך אפצורעכענען מיטן רב,

נישט זיך פארמישן מיט די ליובאוויטשע שמואל לובעצקי

דו מישט אויך, דער גבאי איז עמרם שפירא

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:57 pm
דורך גדעון
גערעכט, ר' שמואל איז אבער אויך ארעסטירט געווארן אין דער זעלבע צייט, ער -דאכט זיך- פירט אן די כולל אין בית שמש, אים האט מען באשולדיגט אין כשר'ן געלט, איך מיש ווייטער?

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:58 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ חסיד און גדעון

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:02 pm
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:מיר קוקט נישט אויס אז דער ארטיקל איז פארטייאיש; עס שפיגלט פשוט אפ דעם מציאות אז די ״עסקנים״ וועלכע טרעפן כסדר אויף וואס מוחה צו זיין געהערן געווענליך צו דער פארטיי וועלכע פאררופט זיך אויף האדמו״ר זלמן לייב. פאקטן געהערן נישט צו קיינע ספעציפישע פארטייען.
אבער עס איז טאקע כדאי זיך צו דערווייטערן אפילו פון א חשש פארטייאישקייט.

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי??

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:04 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז דא פון ביידע פארטייען, אבער די רשעות'דיגע זענען פון צד מהר"א.

די עסקנים פון צד מהרז"ל זענען סאך מער פלעקסיבל.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:17 pm
דורך גדעון
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ חסיד און גדעון

סאיז דא א לייק קנעפל... וחי אחיך עמך, קידדינג.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי !!!

נישט דאס האב איך געמיינט, איך האב נישט געוואלט אז אזא שיינע וויכטיגע טעמע זאל פארוואנדעלט און אנטוויקעלט ווערן ווי דער 'עירוב' ארטיקל, עיי"ש ולא תמצא נחת ודו"ק.

בין איך דאך אבער נישט בעל הבית דא, קוים א גאסט, איך אפעליר נאר צו ווער ס'טויג אויף דעם, ממלא צו זיין מיין פריערדיגע בקשה להנאת הכלל.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 3:39 pm
דורך chasid
גדעון האט געשריבן:גערעכט, ר' שמואל איז אבער אויך ארעסטירט געווארן אין דער זעלבע צייט, ער -דאכט זיך- פירט אן די כולל אין בית שמש, אים האט מען באשולדיגט אין כשר'ן געלט, איך מיש ווייטער?

ניין ביסט נישט אינגאצן צומישט, מ'האט זיי טאקע ביידע ארעסטירט פאר די זעלבע פרשה.

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א טייערע, הייליגע פּאוסט, קופערניקערס. א פוליצער! עס קומט דיר פאר דעם אלע אגודלים פון אלע אידן ביי אלע מעמדי אדירים אינעם עבר און עתיד עד סוף כל הדורות.

טייערער קאמפליצירט, במחילת כבוד תורתי אין אני מגיע לכפות רגליך, דיינע מאמרים ווי דו מאכסטו פשוט קאמפליצירטע זאכן, והיה העקוב למישור זענען ווערט א פוליצער און נאך מיט א שמיץ-אריבער, ווי קומען מיינע פאר פלאפלעריי און ראדני-מקוה-מעשיות צו דיינע וויסנשאפטליכע מאמרים מלאי טאלאנט, אשריך, אשריך! אשריך שאתה מאיר עיניהם ולבם של ישראל, אשריך שזכית לכתרה של חכמה!

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 4:59 pm
דורך קאווע טרינקער
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד
אשרי הדור שהגדולים עם הקטנים וכו' וכו'.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 9:57 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
קופערניקוס האט געשריבן:טייערער קאמפליצירט, במחילת כבוד תורתי אין אני מגיע לכפות רגליך, דיינע מאמרים ווי די מאכסטו פשוט קאמפליצירטע זאכן, והיה העקוב למישור זענען ווערט א פוליצער און נאך מיט א שמיץ-אריבער, ווי קומען מיינע פאר פלאפלעריי און ראדני-מקוה-מעשיות צו דיינע וויסנשאפטליכע מאמרים מלאי טאלאנט, אשריך, אשריך! אשריך שאתה מאיר עיניהם ולבם של ישראל, אשריך שזכית לכתרה של חכמה!


שקויעך פארן קאמפלימענט. ס'איז סך מער ווי איך בין ווערדט (זע דעם ענוות חן שמייכל אויף מיין פנים. כ'האב עס אויסגעבארגט פון א ביקור-גומלין בילד אין "כל העולם כולו").